☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן

כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15147

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:58 am

· #494940
כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען זיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
<a class="postlink" href="https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068">https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068</a>

מאנטריאל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:50 am

· #494942
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
תורה ומדע
ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען סיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
<a class="postlink" href="https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068">https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068</a>
עס צו לאנג דורכצוליינען גיב אריבער א באריכט וואס זיי שרייבן דארטן.

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:08 am

· #494943
דער ציץ, מנורה, דאס פרוכת מיטן ריס וואס טיטוס האט אין דעם געשטאכן, און נאך אנדערע כלים זענען געזען געווארען דורך א אידישער סטודנט אינעם וואטיקאן בערך 50 יאר צוריק. אין 2002 ווען מהאט געפרעגט דעם סטודענט וואס ער האט געזען האט ער גענטפערט ‘everything is there’. ער האט דאס געזאגט שמעון פרס׳ן איידער ר׳איז געפארן זיך טרעפן מיטן פויפסט.

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:31 am

· #494944
תורה ומדע
דער ציץ, מנורה, דאס פרוכת מיטן ריס וואס טיטוס האט אין דעם געשטאכן, און נאך אנדערע כלים זענען געזען געווארען דורך א אידישער סטודנט אינעם וואטיקאן בערך 50 יאר צוריק. אין 2002 ווען מהאט געפרעגט דעם סטודענט וואס ער האט געזען האט ער גענטפערט ‘everything is there’. ער האט דאס געזאגט שמעון פרס׳ן איידער ר׳איז געפארן זיך טרעפן מיטן פויפסט.

פארוואס איז דער סטודענט יעצט אנטפלעקט געווארן? וואס איז היינט נתחדש געווארן דא?

יאסל ראקאווער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:57 am

· #494945
פאסט פאר רבי מילך בידערמאן דאס נאכצוזאגען. נישט פאר ערענסטע נייעס באריכט.

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 12:21 pm

· #494946
גרוזלם פוסט איז זייער א רעספעקטירטע מידיע אאוטלעט. לויט ווי זיי גיבן איבער, קומען ווארשיינליך פאר ליגאלע פארהאנדלונגען ציווישען די מדינה און דער וואטיקאן לגבי די הייליגע אידישע ארטיפאקטן. דאס עדות ראיה פון דעם סטודענט, וועלכער לעבט היינט אין ארץ ישראל, דינט אלץ לעגאלע טעסטאמאניע אויפצוווייזן אז דער וואטיקאן איז אין פאססעיסיע פון די כלים מכלים שונים.

הערי מאסקאף, דער חוקר און שרייבער פון דעם ארטיקל, זעט אויס גאר באהאוונט אין דעם ענין.
<a class="postlink" href="https://harryhmoskoff.net/">https://harryhmoskoff.net/</a>

רשכבהג » מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:59 pm

· #494959
תורה ומדע
ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען זיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
<a class="postlink" href="https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068">https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068</a>

אויב עפעס רעדט מען פון כלים פון הורדוס נישט פון בצלאל און יוצאי מצרים. חוץ פון דער פאקט וואס ס׳איז שווער צו גלייבן אז ס׳איז אמת די גאנצע עדות׳שאפט.

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:33 pm

· #494960
מהכ״ת?

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:33 pm

· #494961
איינער האט מיר געבעטן אין אישי דאס ארויפצושטעלן
📎 תורה שלמה - צורת הציץ.pdf

קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:08 pm

· #494966
דער בארימטער רייזענדער בנימין פון טודעלא שרייבט אין זיין ספר מסעות בנימין ווי פאלגענד:

ושם בשלת ייאני אל תיאני הבמה שני עמודים מנחושת ממעשה שלמה המלך עליו השלום, ובכל עמוד ועמוד חקוק שלמה בן דוד, ואמרו לי היהודים אשר ברומא כי בכל שנה ושנה בימי ט' באב נמצאו זיעה עליהם ניגרת כמים. ושם מערה שגנז טיטוס בן אספסיינוס כלי בית המקדש שהביא מירושלים.

אין אידיש איבערזעצונג:
און דארט ביים ברעג פון ייאני אל תיאני, זענען פארהאן צוויי זוילן פון קופער פון די ווערק פון שלמה המלך עליו השלום, און אויף איטליכע זויל איז אריינגעקריצט שלמה בן דוד. און די אידן פון רוים האבן מיר געזאגט, אז יעדעס יאר תשעה באב שוויצן די זוילן ווי טייכן וואסער. און דארט איז אויך פארהאן א הייל וואו טיטוס דער זון פון אספסיינוס האט באהאלטן די כלים פון בית המקדש וועלכע ער האט געברענגט פון ירושלים...

און ווער עס ווייסט וואו ייאני אל תיאני געפונט זיך היינט צו טאגס, גייט אריין אין א גורל פון א געבענשטע קנאבל וואס איז נאך געבענטש געווארן דורך דער שפאלע זיידע...

היסטאריע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:14 pm

· #494967
דאס איז א זאך וואס שטייט אין מערערע פלעצער.
עס געפינט זיך נעבן דער בנין פונ'ם איש חסיד.

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:50 pm

· #494984
אנאנים, חז״ל אין עטליכע פלעצער ברענגען אז די תנאים און אמוראים האבן געזען די כלים און בגדי כהונה אין רוים. איז פארוואזשע גיט איר אזעלכע שוואכע טשאנסען אז זיי עגזיסטירן נאך היינט דארט.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:53 pm

· #494985
תורה ומדע
מהכ״ת?

תורה ומדע: דאס איז בניחותא. אדער בלשון בתמיה...?!

פאליטיקאנט » מאנטאג פעברואר 14, 2022 7:15 pm

· #494987
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
כ'זע נישט עפעס ערנסט אינעם ארטיקל, אבער די טעאריע אז די כלים געפונען זיך אינעם וואטיקאן מאכט אסאך סענס לדעתי.

moody » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:30 pm

· #495011
זייטן חורבן בית שני איז שוין די שטאט רוים עטליכע מאל געווארן געווארן פארברענט און חרוב פון מלחמות נישט מעגליך אז א ווערטפולע זאך זאל האבן דארט געבליבען.
אויסgר דעם, האב איך אמאל געליינט, דענק איך נישט ווי אויף די מנוט, אז די גאנצע מעשה פון די וואטיקאן קעלערן איז פיקציע ווייל די געביידעס אין יענע געגנט האבען ארגינעל נישט פארמאגט קיין קעלערן

מאנטריאל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:53 pm

· #495013
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
moody
זייטן חורבן בית שני איז שוין די שטאט רוים עטליכע מאל געווארן געווארן פארברענט און חרוב פון מלחמות נישט מעגליך אז א ווערטפולע זאך זאל האבן דארט געבליבען.
אויסgר דעם, האב איך אמאל געליינט, דענק איך נישט ווי אויף די מנוט, אז די גאנצע מעשה פון די וואטיקאן קעלערן איז פיקציע ווייל די געביידעס אין יענע געגנט האבען ארגינעל נישט פארמאגט קיין קעלערן
עס איז געווען איך מיין אין די מאמענט אויכעט אין קול מבשר איינער א רב וואס האט זיך אריינגעלייגט דערין איך געדענק נישט פונקט ער האט אסאך פראטעקציע דארטן האט ער געזאגט אז ער איז געווען אין די קעלערן .

נאר מען האט אים נישט געלאזט זעהן נאר א קליינעם חלק. צו זאגט אז עס איז נישט דא זיין א גאנצע כופר איז שווער לאמיר גיין קוקן עס איז אן אפענע וועלט.

מיין קאנספיראציע איז אייביג אז זיי וועלן מען זאל מיינען אז זיי האבן ווער ווייסט וואס וועגן דעם לאזן זיי נישט אריינגיין.

גראדע לייקענען זיי אז זיי האבן עס אבער פארוואס לאזטו זיי קומען נישט צו אפילו מיט די גרעסטע סעקיוריטי זיי ווילן נישט מען זאל זעהן אז זיי האבן גארנישט.


Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 12:25 am

· #495018
עפעס א רב, אפשר רב ששון האט עס געזען צוזאמען מיט די קאוק סיין.

עפעס א איד האט עס געזען אויך, צוזאמען מיט רבי יעקעלע'ס זמירות און די גרעניץ סטעמפ.

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 15, 2022 12:51 am

· #495023
איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.

פערינא » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:41 am

· #495028
היסטאריע
איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.


איך בין גרייט צו וואלענטורן

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:18 am

· #495051
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
היסטאריע
איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.
כ'האב א שכן א קארליק (dwarf), אפשר קען ער גיין.....

תורה ומדע » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:19 am

· #495052
אפשר קען מען אינטערוויוען מר. הערי מאסקאףף אין "דער וועקער"