Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין
קלוגע יודל berlbalaguleh תוהו ובוהואקארשט זוכה געווען צו מסיים זיין שובבי''ם ת''ת מיט גרויס הצלחה, ממני ילמדו וכן יעשו.
תוהו ובוהו: דו האסט געטון וואס די אידן אין ביהמ"ד אור חיים/שיינער'ס האבן געטון?! זיי האבן א יעדן ליל ששי פארברענגט אין ביהמ"ד לערנענדיג א גאנצע נאכט (פון נאך חצות.). איך ווייס. ווייל ווען איך בין געקומען אום 5:30 אזייגער צו דאווענען שחרית. אין א געוויינליכן טאג איז דער פארקינג לאט געווען ליידיג. איך האב מיר געקענט אויסוועהלן וועלכע ספאט איך האב געוואלט. פרייטיג איז די פארקינג לאט (כ'רעד נישט וואו די מיוחסים (בעיניהם) האבן געפארקט). נאר אין מעין פארקינג לאט געווען פול. געפאקט...!
רעדענדיג פון דעם שיינערס שול, מיין איך אז די שול דארף א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס טוס זיך אפ אלס אין דעם שול
שיינער שול און אזוי אויך די וואודבאורן שול פאר מיר איז א באווייז ווי פארמאכט אונזער עולם איז, אויב שיינער׳ס שול איז ״אפען״ ווי אזוי זעען אויס די פארמאכטע.
מען קען שוין מיינען ווי אפען ער איז:
א) מען איז מכיר די חשיבות פון יעדע איד
ב) מען לאזט יעדעם איינעם געבן א שיעור אויב ער וויל
ג) מען מאכט א שיינע סליחות
אך און וויי אויב אזאלכע פונדעמענטאלע מענטשליכקייטן הייסט שוין א ״אויפטוה״