☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א מעסעדזש פון שולי רנד צי חברי הקאווע שטיבל

א מעסעדזש פון שולי רנד צי חברי הקאווע שטיבל

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15140

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:09 pm

· #494687
א מעסעדזש פון שולי רנד צי חברי הקאווע שטיבל
ס'איז א מוראדיגע פלאץ דא אין ק"ש, אלעס איז אפען פאר דעבאטע מען קען חקר'נען, זיכן און זיך מתעמק זיין, גראבן און גרינטעווען, און זיך נישט לאזן פירן פונעם שטראם, דא עקא דארף מען וויסן אז ס'קימט א פוינט ווי מען דארף זיך מכניע זיין.

וירא אליו שולי ביוטיוב והוא יושב על הפאון כחום היום: ויאמר שולי
אֲנִי לֹא בָּאתִי לְעוֹלָם כְּדֵי לִהְיוֹת תַּלְמִיד חָכָם,
עוֹקֵר הָרִים וּמְשַׁבְּרָן וְטוֹחֲנָן דַּק דַּק,
לֹא בָּאתִי לִהְיוֹת קוֹצֵץ בִּנְטִיעוֹת, בְּאֵשׁ קוֹדֵחַ.
לְכָאן לֹא בָּאתִי בִּכְלַל כְּדֵי לְהַפְרִיחַ לְחָלָל,
שִׁבְרֵי מִלִּים וְאוֹתִיּוֹת וְדִבּוּרִים סְרָק סְרָק,
לֹא לִהְיוֹת חוֹגֵר הַמִּתְהַלֵּל בְּטֶרֶם יְפַתֵּחַ.
כְּמוֹ כֵן הֻגַּד לִי בְּבֵרוּר כִּי לֹא הֻשְׁלַכְתִּי לְעוֹלָם עָכוּר,
לָתֵת עֵינִי בִּפְרִי אָסוּר, אָבָק פּוֹרֵחַ,
בִּי נִשְׁבַּעְתִּי כִּי בָּאתִי לַחֲסוֹת בְּצֵל הָאֵ-ל,
לְהִתְבּוֹנֵן..
אֲנִי לֹא בָּאתִי לְצַעֵר, לְקַנְטֵר,
לְהִתְכַּבֵּד בִּקְלוֹנוֹ שֶׁל הֶחָבֵר, לִרְקֹד עַל דָּם דָּם דָּם,
לֹא בָּאתִי לִהְיוֹת מַחֲלִיק לָשׁוֹן, כּוֹרֵעַ בֶּרֶךְ.
וַדַּאי שֶׁלֹּא בָּאתִי לְתַכְנֵן, לְהִתְעַנְיֵן,
לִשְׁלֹחַ יָד בַּעֲרוּגָה שֶׁל הַשָּׁכֵן, הֲיִתָּכֵן, כֵּן כֵּן,
לֹא בָּאתִי לִהְיוֹת לִסְטִים אוֹרֵב בְּצַד הַדֶּרֶךְ.
וּכְבָר נָהִיר לִי וּבָרוּר כִּי לְעוֹלָם יִהְיֶה לִבִּי שָׁבוּר,
וּמָה יוֹעִיל לִי רֹב מִרְמוּר, וּמָה לִי לְהִתְלוֹנֵן,
בִּי נִשְׁבַּעְתִּי כִּי בָּאתִי לַחֲסוֹת בְּצֵל הָאֵ-ל,
לְהִתְבּוֹנֵן וּלְנַגֵּן..
אֲנִי לֹא יָרַדְתִּי לָעוֹלָם כְּדֵי לְהַכְחִישׁ אֶת הַקַּיָּם,
בַּחֲקִירוֹת וְעִיּוּנִים וְדִקְדּוּקִים דַּק דַּק,
לֹא בָּאתִי לְהַלֵּךְ נְטוּי גָּרוֹן וּמִתְנַפֵּחַ.
לְכָאן לֹא בָּאתִי בִּכְלַל כְּדֵי לְהַרְעִיל אֶת הֶחָלָל,
בַּחֲרָמוֹת וַחֲרָפוֹת וְגִדּוּפִים סְרָק סְרָק,
לֹא בָּאתִי לְבַיֵּשׁ אַף אֶחָד, לֹא בָּאתִי לְנַצֵּחַ.
וְלֹא נָהִיר וְלֹא בָּרוּר, מָה יִהְיֶה הַסּוֹף שֶׁל הַסִּפּוּר,
הַאִם בָּרוּךְ, הַאִם אָרוּר, לֹא יָדַעְתִּי,
בִּי נִשְׁבַּעְתִּי כִּי בָּאתִי לַחֲסוֹת בְּצֵל הָאֵ-ל,
לְהִתְבּוֹנֵן וּלְסַפֵּר..
כִּי אַתָּה סוֹבֵב כָּל עָלְמִין, וְאַתָּה מָלֵא כָּל עָלְמִין,
אֵין לִי אֱלוֹ-הַּ מִבִּלְעָדֶיךָ וְלֵית אֲתָר פָּנוּי מִמֵּךְ..

עוקר הרים

(דאנקע פאר מי אני, פארן מיך העלפן מיטן טרעפן די ריכטיגע ווארט, די עולם ווייסט מסתם וויאזוי ס'פילט ווען מען האט א ווארט אויפן שפיץ צינג 😂 )

petergrifin » פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:36 am

· #494738
שכוח פאר די ליריקס איך האב קיין מאל נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 11, 2022 1:14 am

· #494746
ס'איז נארוואס ארויס א זיסע קליפ, ווי מאטי אילאוויטש ניצט די געבוי און די טאון פונעם ניגון עוקר הרים,
פאר א שבת'דיגן מטרה...

<a class="postlink" href="https://youtu.be/XMjT-6EXOqE">https://youtu.be/XMjT-6EXOqE</a>

הוגה » פרייטאג פעברואר 11, 2022 7:11 am

· #494755
עצי שטים
ס'איז נארוואס ארויס א זיסע קליפ, ווי מאטי אילאוויטש ניצט די געבוי און די טאון פונעם ניגון עוקר הרים,
פאר א שבת'דיגן מטרה...

<a class="postlink" href="https://youtu.be/XMjT-6EXOqE">https://youtu.be/XMjT-6EXOqE</a>


ס'איז זייער א זיסע פאראדי, אבער דאס ווייטקייט צווישן דאס און די ארגינעלע ניגון איז cringe-worthy.

מונטסורי » פרייטאג פעברואר 11, 2022 9:40 am

· #494761
הוגה
עצי שטים
ס'איז נארוואס ארויס א זיסע קליפ, ווי מאטי אילאוויטש ניצט די געבוי און די טאון פונעם ניגון עוקר הרים,
פאר א שבת'דיגן מטרה...

<a class="postlink" href="https://youtu.be/XMjT-6EXOqE">https://youtu.be/XMjT-6EXOqE</a>


ס'איז זייער א זיסע פאראדי, אבער דאס ווייטקייט צווישן דאס און די ארגינעלע ניגון איז cringe-worthy.

1+

הגם מ׳קען פארשטיין די אינספיראציע פון פאר׳שבת׳ן דאס ניגון. די צופלאמעניש פון באתי לחסות בצל האל איז גאר אין sync מיט א פרייטאג׳דיגע שקיעה אויפן פעלד, מ׳פאראייניגט זיך מיט בריאה, וחכמים כבלי מדע, אלע אויבער חכמישקייט פארשטעקט, זיי מאכן פלאץ פארן הארץ, די געפיל, ס׳דארף נישט מאכן קיין סענס יעדע קלייניקייט, אז ס׳שטימט נישט איז אויך גוט, מ׳פאראייניגט זיך מיטן בריאה, מיטן שבת, מיט איר בורא, מ׳פילט זיך נברא נאכאמאל, אוואו ביי דיי פופצען, ס׳שטיל דאס גאנצע יקום, די שטילעניש שווענקט דאס מח, גאטעניו, יוא פילט עס גוט, ברענג שוין דעם יום שכולו שבת

ביבער » פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:13 am

· #494768
קוקט מיר אויס ווי ליל שישי מארקעטינג. א שאד אזא שיינער ניגון פארהרגעט. די מעסידזש כמובן.

גוצא » פרייטאג פעברואר 11, 2022 3:45 pm

· #494780
יא, דאס אז מען שפאנט איין דעם שבת קודש פאר ליל ששי פרעסעריי קען מען נאך דולדען, אבער איינשפאנען שולי רנד׳ס פאעטישקייט פאר א ליל ששי רעקלאמע, דאס שוין נישט!

באלד וועט מען נאך נעמען שולי׳ס ״בין קודש לחול״ און אדווערטייזען מוצאי שבת פיצא און אייז קריעם, היה לא תהיה!

ברוינשטיין » פרייטאג פעברואר 11, 2022 3:48 pm

· #494781
Re: א מעסעדזש פון שולי רנד צי חברי הקאווע שטיבל
טרעטס אראפ פונעם לייטער, שולי איז טאקע א סאלידער ארטיסט, אבער ס'געשעהט גארנישט אויב מען נעמט זיינס א לידל און מען מאכט דערויף שיינע גראמעלעך פאר א ליל ששי פראקלאמאציע.

גוצא » פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:45 pm

· #494782
געשעט טאקע גארנישט אבער ווען די ישראל אידן רעדן וועגן אמעריקאנער פארגרעבטקייט און דער מרחק אין art פון לן און להו, וועט מען פון היינט און ווייטער קענען אנצייגן אויף דעם ווידעאו אלץ פאסיגער משל.

תוהו ובוהו » פרייטאג פעברואר 11, 2022 5:32 pm

· #494786
Re: א מעסעדזש פון שולי רנד צי חברי הקאווע שטיבל
ווי האט די רעבעזיכעגליינו געזאגט: אויב אפי' נאר איין איד וועט דורך די קליפ צוקומען צו זעהן דעם ארגינעלן קליפ פון שולי האט זיך אלס געלוינט.

זופ מיט מאנדלען » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 6:31 pm

· #494790
גראדע קוקט מאטיס ווערסיע פאר עוקר הרים אויס גאנץ גוט.

וואס יא. אויב דאס איז דער צוגאנג וואס מאטי נוצט צו אזאנע לידער הייב איך אן אביסל פארשטיין מיט וועלכע גלעזער ער שאצט ארט.

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:17 pm

· #494792
די עיקר טאלאנט פון מוטי איז זיין גראמען, ער שטעלט שיין צאם גוטע זאצן, אבער זיינע נגונים זענען לער, ער איז נישט קיין גוטע קאמפאזירער פון ניגונים, עס איז געהאקט נאטן ארויף און אראפ, עס האט קיינמאל נישט גערעדט צו מיר, (אפשר געציילטע יוצאי מן הכלל) ווי אויך איז זיין הארציגקייט עפעס פאלש,
ער איז ווייט נישט קיין פארגלייך צו שולי, וואס אויסער זיין טאלאנט און גראמען, איז ער א מייסטער קאמפאזירער, זיינע ניגונים זענען חדושים איינס ביי איינס, און זיין פארגלייזטע אויגן זעהן נישט אויס צו זיין פאלש (אפשר ווייל ער איז פשוט א געלערנטע אקטיאר)

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 12:14 am

· #494823
petergrifin
שכוח פאר די ליריקס איך האב קיין מאל נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.

גם אנ י בחלומי: איך האב פארשטאנען די ווערטער אבער נישט געקענט מאכן א קאנעקשן. נאבאמאל. א ייש"כ פאר אלע משתדלים ומשתתפים..(וגם אני, (לא אני, אישית אלא ה'ניק בשם זה) בתוכם...!