☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי שאול

באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי שאול

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15135

אבשלום בן מעכה » זונטאג פעברואר 6, 2022 2:59 pm

· #494245
באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי שאול
א חקירה איז פארגעקומען ביי די פאליציי אין ירושלים, איבער א פערצן יעריגע מיידל וואס איז נעלם געווארן פונדערהיים, און ווידאו קעמערעס האבן געוויזן אז זי האט זיך געפינען אין שטוב פון די גורע רביצין, און איז געזען געווארן אין די באגלייטונג פון די רביצין.

ווען זי האט באקומען אן איינלאדענונג צו א חקירה, האט זי זיך זייער דערשראקן. שפעטער אין טאג האט מען געהערט אז די רביצין איז צוזאמענגעפאלן און אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. דער גערער רבי איז ארויסגעגאנגען אויף א תפילה באהל אדמורי בית גור אין ירושלים, פון דארט איז ער געפארן אין שפיטאל, מבקר חולה זיין די רביצין.

מאנכע טענה'ען אז עס איז א שפיל, צו געראטעוועט ווערן פון די חקירה.

איך נעם זעכצן אין א האלב דיסקלעימערס (אזוי ווי דער יעניגער וואס פארמאגט א זעקל פון דיסקלעימערס, און האלט אין איין טיילן דערפון...)

איך אויך » זונטאג פעברואר 6, 2022 7:00 pm

· #494273
דו שרייבסט זייער בקיצור, און עס געהערט אינעם רש''א אשכול. די פרשה ציהט זיך שוין עטליכע חדשים.

די מיידל הייסט שיפי יוסקוביץ און די גערע שפלים האבען איר פארכאפט פון אירע עלטערן אלס שטראף ווייל דער טאטע איז אריבער צו ר' שאול.

תרמב » זונטאג פעברואר 6, 2022 8:35 pm

· #494282
איך האב געהערט אז קינדער פון עלטערן וואס גייען צו ר' שאול שטייען ביים דאווענען אין די ספעציעלע פלאץ וואס איז דעזיגנירט פאר יתומים.... און זיי זינגען א ליד אויף די ווערטער כי אבי ואמי עזבוני.....

קאמארנער » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:22 pm

· #494299
תרמב
איך האב געהערט אז קינדער פון עלטערן וואס גייען צו ר' שאול שטייען ביים דאווענען אין די ספעציעלע פלאץ וואס איז דעזיגנירט פאר יתומים.... און זיי זינגען א ליד אויף די ווערטער כי אבי ואמי עזבוני.....

ס'איז דאך אויפגעשטעלט געווארן אין גער א ספעציעלע ארגעניזאציע מיטן נאמען 'יאספני' פאר ''לעבעדיגע יתומים'' וואס זייער עלטערן זענען אריבער צו ר' שאול.

אספקלריה » דינסטאג פעברואר 8, 2022 10:32 am

· #494457
חשיפת מנדי ביתאן: פרשת היעלמות הבנות בחסידות גור <a class="postlink" href="https://omny.fm/shows/kan-moreshet/c5aa5fd0-943c-4840-8511-ae36007dbfab?t=15s">https://omny.fm/shows/kan-moreshet/c5aa ... bfab?t=15s</a>

קאמארנער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 1:14 pm

· #494478
פחד פחדים צו וועלכע שפל מדריגה האט זיך גער דערקייקלט

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 3:45 pm

· #494486
די גור'ע רביצין האט אפילו נישט אפגעלייקנט די מעשה, איר ענטפער איז געוועין no coment, לויט די הלכה איז שתיקה כהודאה.
וגונב איש ומכרו, מות יומת.

ברוינשטיין » דינסטאג פעברואר 8, 2022 3:47 pm

· #494487
Re: גער
ּ

אבשלום בן מעכה » דינסטאג פעברואר 8, 2022 5:57 pm

· #494508
גער טענה'ט אז ס'האט גארנישט מיט זיי. די מיידלעך ווילן נישט ארויסגיין פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט ביז היינט, האבן די עלטערן געטון פעולות זיי צו ברעכן. צווישן אנדערע האבן זיי פארשפארט די מיידלעך אין א צימער און אפילו נישט געלאזט גיין אין ביה"כ, נאר אריינגעשיקט פלעשער אז זיי זאלן דארט ארויסגיין.

ווען די מיידלעך האבן דאס געזען, האבן זיי אנגערופן זייער שוועסטער, וואס איז א גערע, און זי האט זיי גענומען צו זיך, אריבער צו זיין צו די פאליס און געמאלדן אז פון היינט נעמט זי קער פון זיי.

לויט גור, זענען די מיידלעך קיינמאל נישט געווען מיט די גורע רביצין, חסידות גור האט נישט געהאט קיין קשר מיט די גאנצע זאך און זיי האבן נישט אפציעל געשטיצט און געהאלפן די מיידלעך.

ס'איז א פשוט'ע משפחה פייט.

קאמארנער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 6:39 pm

· #494512
ס'איז קלאר אז גער העצט אונטער קינדער אקעגן זייערע עלטערן און שטיפט זיי צו אפהאקן פארבינדונג מיט זייערע עלטערן, ס'דא רעקארדינגען ווי זילבערבערג דער נעטסטע מענטש צום גערע רבי'ן העצט אונטער א בחור'ל

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 8, 2022 7:05 pm

· #494514
לאה סנדיק בעט זיך צוריק צו באקריגן אירע טעכטער
<a class="postlink" href="https://twitter.com/mendy_gruzman/status/1491057109512818691">https://twitter.com/mendy_gruzman/statu ... 9512818691</a>

ברוינשטיין » דינסטאג פעברואר 8, 2022 7:10 pm

· #494515
Re: באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי
קאמארנער
ס'איז קלאר אז גער העצט אונטער קינדער אקעגן זייערע עלטערן און שטיפט זיי צו אפהאקן פארבינדונג מיט זייערע עלטערן, ס'דא רעקארדינגען ווי זילבערבערג דער נעטסטע מענטש צום גערע רבי'ן העצט אונטער א בחור'ל
ביטע ארויפשטעלן די רעקארדירונג, שכוח.

אבשלום בן מעכה » דינסטאג פעברואר 8, 2022 7:11 pm

· #494516
<a class="postlink" href="https://twitter.com/gurgirgyr/status/1491193489123536898?cxt=HHwWhMCrqfyk5LEpAAAA">https://twitter.com/gurgirgyr/status/14 ... yk5LEpAAAA</a>

צקון לחש » דינסטאג פעברואר 8, 2022 8:47 pm

· #494521
איך אויך
דו שרייבסט זייער בקיצור, און עס געהערט אינעם רש''א אשכול. די פרשה ציהט זיך שוין עטליכע חדשים.

די מיידל הייסט שיפי יוסקוביץ און די גערע שפלים האבען איר פארכאפט פון אירע עלטערן אלס שטראף ווייל דער טאטע איז אריבער צו ר' שאול.

שיפי יוסקוביץ איז א באזונדערע געשיכטע, דאס וואס טוט זיך יעצט איז מיט די צוויי סנדיק מיידלעך, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן.

אונטער חכם » מיטוואך פעברואר 9, 2022 7:44 pm

· #494632
Re: באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי
אבשלום בן מעכה
גער טענה'ט אז ס'האט גארנישט מיט זיי. די מיידלעך ווילן נישט ארויסגיין פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט ביז היינט, האבן די עלטערן געטון פעולות זיי צו ברעכן. צווישן אנדערע האבן זיי פארשפארט די מיידלעך אין א צימער און אפילו נישט געלאזט גיין אין ביה"כ, נאר אריינגעשיקט פלעשער אז זיי זאלן דארט ארויסגיין.

ווען די מיידלעך האבן דאס געזען, האבן זיי אנגערופן זייער שוועסטער, וואס איז א גערע, און זי האט זיי גענומען צו זיך, אריבער צו זיין צו די פאליס און געמאלדן אז פון היינט נעמט זי קער פון זיי.

לויט גור, זענען די מיידלעך קיינמאל נישט געווען מיט די גורע רביצין, חסידות גור האט נישט געהאט קיין קשר מיט די גאנצע זאך און זיי האבן נישט אפציעל געשטיצט און געהאלפן די מיידלעך.

ס'איז א פשוט'ע משפחה פייט.
אינטערעסאנט אז עס איז שוין די צווייטע מאל וואס עלטערן שפארן איין די קינדער אין א צימער ווייל זיי ווילן נישט מיטגיין, זעהט אויס אלע שאוליסטן זענען געווארן טשיילד אביוזערס פלוצלינג...
אדער קען זיין אז דאס איז נארמאל אין גור, נאר יעצט קומט עס ארויס אין גאס...

פערינא » מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:24 pm

· #494794
וואסארא שאול קינדער זיצען מיט יתומים. קינדער אדער אינגעלייט? א קינד וואס איז נישט מיט זיין טאטע קומט טאקע מיט די יתומים. אבער וויאזוי מאכט זיך אז קינדער גייען נישט ווי די טאטע גייט?