☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #15131

אשכול אן א טיטל #15131

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15131
בלאט: 1 2

— » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:18 am

· #494227

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:39 am

· #494228
אנדערש ווי אין די טשיז סנעק פאל, וואו איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט אומבארעכטיגט, איז אין די איצטיגע אומשטענדן לכאורה גאר אנדערש. ווי ס'זעהט אויס האבן זיך דא אלע פירמעס אפגעשמועסט צוזאמען עס צו טוהן. א זאך וואס איז סיי אילעגאל און סיי אוממענטשליך. איך האב באמערקט א ריזיגע געפּ צווישן די ראטעס מיט וואס די אלגעמיינע גוי'אישע גאס איז ארויף צו וואס די היימישע פירמעס זענען ארויף.

אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז אויב די גוים זענען מייקר די שער פון פיש זאלן אידן זיך צוריקהאלטן פון עסן פיש שבת! פאר'ן שלחן ערוך איז אבער נישט בייגעפאלן אז אידן קענען עס אויך טוהן צו די אייגענע ברודער.

זינט איך האב עס באמערקט האב איך אנגעהויבן קויפן מער אין די גוי'אישע געשעפטן, צומאל טאקע מיט א א''ג שוואכערע הכשר. אבער אין מה לעשות, מען טאר עס נישט צולאזן.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 6, 2022 12:09 pm

· #494230
די "מיר עסן בלויז היימישע הכשרים" איז סתם א image משוגעת, ווייל הלכה'דיג קען זיך ou פינקט אזוי פארמעסטן מיט די היימישע הכשרים.

גראדע אפאר מאל בין איך מיך מקיל צי עסן התאחדות, למשל canned items זענען די היימישע קאמפאניס ביליגער אזוי אויך סופער סנעקס, איך דארף טאקע תשובה טין אויף דעים.

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 12:23 pm

· #494232
רעדנדיג פון קאוק געטראנקען גופא, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אפי' ק"ק פראדוקטן מיט אן ou קען געהעריג זיין מיט א דאלער טייערער אין היימישע געשעפטן, ווי ס'איז אין גוי'אישע געשעפטן. דאס איז שוין ou וואס דו ביסט מציע אלס אלטערנעטיוו.

כמעט "א יעדע איינציגסטע" כשר'ע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט אין גרויסע סטארס ווי שאפרייט, טארגעט, וכו', פון פינאט באטטער ביז עפל דזשוס, דהיינו פראדוקטן מיט אן OU, וועט זיין ביליגער ווי אין היימישע געשעפטן, גענוג אז ס'זאל מאכן א חילוק פאר א יעדן איינציגסטן וועכענטליכע ארדער, וואס נעמט זיך צוזאם פיר מאל א חודש צו א סיגניפיקענט סכום.

דאס איז אבער נישט געזאגט געווארן ביי מילכיגס, ווי רוב OU פראדוקטן זענען OU d און נישט קיין חלב ישראל, וואס רוב "היימישע" וועלן דאס סיי ווי נישט קויפן, מילא איז מען סטאק מיט דעם. אבער ביי אנדערע פראדוקטן איז דא גרויסע חילוקים.

וואס דו זאגסט וועגן אינפלעישאן, איז נישט מוכרח אז מ'נעמט א רייד אויף דעם אויסצושפילן די היימישע קונים. אינפלעישאן מאכט נישט קיין חילוק צווישן מהדרין און ברעיקסטאונס. ס'כאפט א יעדן איקוואלי.

מ'קען אפשר אויסרעכענען אפאר זייטיגע זאכן ביי היימישע פראדוקטן אזוי ווי הוצאות פון הכשרים, אבער באופן כללי זענען די פרייזן אינגרידיענטס אדער קאסט און דיסטריביושאן אייניג ביי בני ברית ווי ביי אינן בני ברית. מילא נישט אין אינפלעישאן שטעקט די פרייזן פון כשר'ס דוקא.

די פראבלעם איז אן אלגעמיינע פראבלעם פון יארן שוין פארוואס וואס מיר קויפן נישט OU אין גרויסע געשעפטן דייקא, וואס ממילא טרינקען "רוב פרומע יודן", אפי' אין די חרדי'שע קרייזן, OU פון געז סטעישאנס אונטערוועגנס, מיט די ב"ש תירוץ אז ס'נאר אינטערוועגנס, נישט נעמענדיג אין באטראכט אז די קינדער גייען נישט אפקויפן די ב"ש ווען זיי זעען א באטעל וויטאמין וואטער אדער ספרייט (אויך מיר א היתר...) אין דעם טאטנ'ס קאפ האלדער אין די קאר. ווער רעדט נאך פון די וואס קויפן פרינגעלס אינטערוועגנס.

סאיז נישט נאר ביי קאקע קאלע דוקא. אפי' טישוס און קאווע איז ביליגער דארט. ס'דא גענוג און נאך זאכן וואס מיר נוצן סיי ווי OU אז ס'איז ווערט צו גיין קויפן דארט א יעדע פאר וואכן צו וואס, און ס'מאכט אן ערנסטע חילוק אין טאש. קאסטקא און בי דזשעיס יוכיח.

און יעצט די גרויסע סיקרעט. נישט אייביג דארף מען תקנות אקעגן מייקרי השער. פת פלטרין איז "נישט קיין בדיעבד". ס'איז געהעריג צוויי דעות אין א יסודות'דיגע מחלוקת פון אויווען ביז אראפ אין די עיקר הלכה. א פרומע יוד קען געהעריג קויפן ou ברויט וכדו' אין גאנץ אמעריקע ווייל פת פלטרין איז כשר לכתחילה.

מ'קען עכט ביליגער מאכן די וועכענטליכע ארדער אויב מ'קויפט איין איינמאל א חודש אין א גרויסע טשעין געשעפט. נאר, פונקטליכע נאמבערס און די קענטעניס פון די פאוד ביזנעס האט אסאך השערות, ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון מענטשן וואס ארבעטן אין דעם.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 12:39 pm

· #494233
קהל'ס נער און וואלווי: די פאלשקייט גייט נאך ווייטער. ווייל התאחדות האט אין רובא דרובא (99%) פעלער נישט קיין אייגענע משגיחים וואס גייען אראפ צו די פירמעס וואס פאבריצירן די פראדוקטן. זיי פארלאזן זיך אויף די או. יו. דארט וואו או. יו. געט השגחה געבן זיי אויך. נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און זאגן אז או יו טויג נישט, נאר זייערס. אפילו אין די מיעוט פעלער וואו זיי שיקן יא אראפ א משגיח גייט דער משגיח בכלל נישט אריין אין די פאבריק, ער קומט נאר אפנעמען זיין טשעק. איך ווייס דאס פון ערשטהאנטיגע אינפארמאציע, פון איינעם וואס האט געארבעט ביי אן עסן פאבריק אין די וויליאמסבורג געגנט.

ביי מילך און מילכיגע פראדוקטן שטייען אידן מדקדקים געוויינליך אוועק פון או. יו. ווייל זיי זענען מתיר "חלב סתם"...(חלב עכו"ם). אבער אויסער דעם איז זייער השגחה זייער קראנט. זיי קאמפראמיסירן גארנישט אין כשרות. פארקערט, מיט א לאנגע צייט צוריק איז געווען עפעס וואס האט געקענט זיין א מכשול אין כשרות, די עסנווארג וואס ישיבות באקומען פון די רעגירונג האטציך עפ"י טעות אויסגעמישט מיט די נישט כשר'ע, פארמאכטערהייט אין די קענס, אין וועירהאוז. איז געווען די או. יו. וועלכע האבן געשיקט בריוון צו אלע ישיבות, זאגנדיג וויאזוי מ'זאל זיך אויסהיטן פון באקומען די נישט כשר'ע עסן. וואו איז התאחדות געווען דאמאלס?!

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:13 pm

· #494248
איך געדענק אלץ אינגע בחור האב איך זיך צוזאם געליינט פארוואס רובאשקין איז א שוואכע כשרות פלייש. איינע פון די גרויסע טענות איז געווען אז די שוחטים זענען אוועק פונדערהיים און ס'ברענגט חורבנות און אז די שוחטים זענען אן די ווייבער קען מען זיך נישט פארלאזן מער אויף זיי, וכו' וכו'.

מה עשה הקדוש ברוך הוא, רובאשקין איז טאקע, אזויווי מיעלמארט און ר' מאיר הירש האבן קאמפיינט, אינטערגעגאנגען, וכדרכם בקודש ווען מ'איז שוין טיף אין תחת העלפט מען ארויס, פדיון שבויים. עד כדי כך אז מ'האט אפילו דער מנובל ומוכה בטירוף טראמפ גע'כשר'ט ווייל ער העלפט רובאשקין ַ די פעקטארי מאכט היינט פלייש פאר סאטמאר און דער אלטער רובאשקין האט אלעס פארלוירן אינצווישן.

דאס איז היימישע הכשרים, היימיש בלוט.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:22 pm

· #494249
יאסל ראקאווער: וואס האבן זיי לכתחילה געוואלט איינרעדן. אז סאטמאר שעכט ביי לי און ראדני...?!

מיליאנער » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:27 pm

· #494251
[ציטאט אראפגענומען]

האסט באמערקט אז דו האסט גענומען א נארמאלע אשכול וואס האט אדרעסירט א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע יעדן איינעם און דו האסט עס פארוואנדלט און נאך א טיפיקל פארווייטאגטע אשכול איבער די סיסטעם און הכשרים, וואס איז שוין דא צענדליגע פון די סארט דא אין שטיבל.....

#א שאד

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:52 pm

· #494255
הכשרים איז א חלק פון די קאסט פון עסן פראדוקטן, ס'איז א וויכטיגע נושא, און יא, ער ווייטאגט אויף דעם, און דא איז די פלאץ.

ביסט אזוי שטארק פאר'כישופט אין די סיסטעם אז דו קענסט נישט הערן די ווייטאג פון א צווייטן יוד?

קורקלענד » זונטאג פעברואר 6, 2022 4:04 pm

· #494260
וואל-מארט רעכנט פאר א בּרעיקסטאון פּיטער $2.54 און אין די היימישע גראסערי'ס גייט די מהדרין פּיטער פאר $5.79. שווער צו זאגן אז די הכשר 'טריפּעלט' די פרייז. אפי' אין די היימישע געשעפטן וואס פארקויפן חלב עכום, גייט בּרעיקסטאון פאר דריי אהאלב דאלער. צו זאגן אז צו פראדוצירן א הכשר קאסט מער ווי צו פראדוצירן די גאנצע פראדוקט איז אביסל אבסורד.

אדרבה אויב איינער ווייסט די מציאות פארוואס ס'קומט אזוי אויס קומט אריין קלאר.

דערהויבענע איד » זונטאג פעברואר 6, 2022 4:11 pm

· #494261
נאך א גרויסע קרעפ פון דעם איז, אז מענטשן קוקן ארויף אויף די אלע בעלי בתים כאילו זיי זענען מעסיוו ביזנעס לייט מיט איקרעדיבעל ביזנעס איידיעס וואס סה''כ איז ער א גרעסערע טעראריסט ווי דיר.

שפעטער ווערט ער א גרויסע הרבני הנגיד, און נאכדעם קען מען זיך שוין קלאפן אין בייכל וואספארא געלונגענע ביזנעס לייט קומען ארויס פון אונזער סיסטעם, והא ראי' אז איינער וואס קען נישט קיין ווארט ענגליש אפילו אזוי האט ער גרויס געלט. ר' איד, נארמאל געלט מאכט מען ווען מען מאכט נארמאל געלט, אדערווייז ביסטו גארנישט אנדערש ווי דער אפציעלער גנב.

ברוינשטיין » זונטאג פעברואר 6, 2022 4:18 pm

· #494262
בארואיג דיך, זיי זענען נישט קיין טעראריסטן אויך נישט קיין מאפיאנערן און אויך נישט קיין ים רויבערס, בסך הכל ביסטו דער וואנזיניגער וועלכע שטאָפּט קדם'ס\ליבערס\מהדרין'ס וכו' טאשן מיט געלטער, דו ביסט זיך אליינס שולדיג! דער אייגענטומער פונעם פירמע דארף זיין נאריש ארויסצולאזן די געלטער פון זיין האנט.

יא, זיי זענען נגידים, זיי זענען ביזנעס קעפ, זיי זענען סוקסעספול, זיי זענען געשעצט ביים ציבור, זיי האבן א בּאָנטש געלט!

און דו ביסט דער וואס האט דאס צושטאנד געברענגט...

עס ווענדט זיך בלויז אין אונז!

yesiknow » זונטאג פעברואר 6, 2022 5:18 pm

· #494267
היינו טעמא דערב פסח מצות ואתרוגים ותפילין בייטעל, עם נבל ולא חכם, די באסעס וועלען פארן ראדני ביי די הייוועי זייט, יעדער טוט וואס יעדער טוט ווייל יעדער טוט אזוי, כצאן לטבח יובל אזוי ווי א ביבער שפאצירט אריין אין זיין נעץ און וויינט כן אנחנו עושים ובוכים ואכמ"ל.

איך אויך » זונטאג פעברואר 6, 2022 7:07 pm

· #494274
יאסל ראקאווער
איך געדענק אלץ אינגע בחור האב איך זיך צוזאם געליינט פארוואס רובאשקין איז א שוואכע כשרות פלייש. איינע פון די גרויסע טענות איז געווען אז די שוחטים זענען אוועק פונדערהיים און ס'ברענגט חורבנות און אז די שוחטים זענען אן די ווייבער קען מען זיך נישט פארלאזן מער אויף זיי, וכו' וכו'.


גראדע איין שטיק סאטמארע שקר. ממש פארקערט, ווער ער ווייסט די א"ב וואס איז דארט פארגעגאנגן. רובאשקין איז געווען דער פייאוניר פון אריבערברענגן שוחטים צוזאמען מיט זייערע ווייבער נאך פאר אנדערע האבן בכלל געטראכט דערפון.

דארט איז געווען גאנץ א לייטיש היימיש יישוב מיט אלעס וואס א שוחט און זיין ווייב קען באדארפן.

מילמארט שוחטים זענען יא אינדערהיים יעדע נאכט?

דערוועקט » זונטאג פעברואר 6, 2022 7:23 pm

· #494279
א חלק פונעם פראבלעם איז, אז אין אונזער געזעלשאפט ברויך זיך יעדער אהערשטעלן געביגלט בעל בת'יש, ס'פאסט נישט קיינעם זיך ארויסצושטעלן טשעלעדשען די גראסערי פרייזן, סטייטש קענסט דיך נישט ערלויבן?

די קהילות און מוסדות קעיטערן פיין דעם נגידיש'ן שיכט און צומאל דעם מיטל-קלאס אבער קימערן גאנץ ווייניג איבערן חיי יום יום פונעם נידריגן פארדינער, און וועלן אוודאי נישט קאמפיינען אנקעגן די אינטערעסן פון נדבן "שער געלטגרייצער".

אין ארץ ישראל ווען בורסלינו האט ארויפגעשרויפט די פרייזן פון ישיבה היטן איז אינטערגענומען געווארן א העפטיגע ווידערשטאנד מצד די בחורים און יונגעלייט, מען האט גערודערט, גע'אסר'ט, אפילו די ראשי ישיבות האבן גערופן פאר א בויקאט. דא קען קרויס אדער Cova הייבן די פרייזן צו די הימלען אן רחמנות און דר'עולם כצאן לטבח וועט ווייטער שיין באצאלן, אנע פיפס.
עס איז צייט פאר א טויש. כולנו יוצאים למחאה. בהמוננו. פרטים יפרסמו.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 6, 2022 9:33 pm

· #494290
נעם למשל גריק יוגערט, דאס עס איך כמעט יעדן טאג. מהדרין'ס און נארמאן, 5 אונסיגע קאנטעינערס זירא פעט, $1.89 אין לאקאלע גראסעריס אויב אבער ווילסטו האבן גריק יוגערט וואס איז געמאכט פון whole milk קענסטו נאר קויפן פון די קאמפאני Bethel פאר $2.89 נאר א 5.3 אונסיגע קאנטעינער. און די אלע דריי פארמאגן אויף זיך אידישע אותיות אלץ א היתר צו רייסן די הויט.

יעצט לאמיר אפירנעמען אזאנע גריק יוגערט וואס פארמאגן נישט קיין אידישע אותיות אויף זיך, זייער כשרות סימבאל איז געשריבן אין די גויאשע סעקולארע אלפאבעטן ווי צום ביישפיל OU-D אדער Kaf-k-D וכו', די קאמפאני FAGE א 7 אנסיגע קאנטעינער געמאכט פון Whole milk וואס איז טייערער פון די זירא פעט, קאסט נישט מער ווי $1.39 און דאס איז שוין נאכן הייבן די פרייז וואס פאר אינפלאציע איז עס פארקויפט געווארן פאר $1.29 און איבעראל קאסט עס די זעלבע!

דאס איז נאר איין קליינטשיגע פראדוקט. כ'קען דורך גיין דעם גאנצן פרידזשירעטאר פון כמה וכמה מילכיגע פראדוקטן. ווי אויך פליישיגע ווי למשל עמפייער טשיקען. און נאך אסאך פראדוקטן.

און ווארטס נאר, פסח שאפינג סעזאן איז ארום די קארנער! לחם עוני! מיט אלע פסח'דיגע קעיקס און קוקיס, פלייש ספעשל כשר פאר פסח ושאר ירקות. און בוכאשעם לא אלמן ישראל נאכדעם קומט די טשיז/שבועות און נאך שיינע צייטן ווי מ'קען רייטן אויפן קאנסומער מיט אלע מיני טראדיציעס, אויפן חשבון פון לוו עלי ואני פורע.

און אלעס ווערט באגלייט מיט וחי אחיך עמך! כאילו אונז קאנסומערס זענען נישט פון די אחיך סאסייעטי, פון אונז מעג מען רייסן וויפיל ס'גייט.

און ווען מ'זאגט די אלע טענות צו די קאמפאניס, איז זייער קאלטע תירוץ אז ס'האט גארנישט מיט זיי, נאר דאס איז פשוט די בעלי מכשירים וואס מאכן די פראדוקטן זאלן זיין אזוי טייער! הערט א מעשה?! איך האב געמיינט ביז היינט אז בעלי בתים פון מהדרין, קדם, נארמאן, גפן, וכו' וכו' זענען גאר די עשירים און בעלי מכשירים ארבייטן פאר זיי. היצטערט ווער איך געוואר אז די אידישע עסן קאמפאניס ארבייטן גאר פאר די בעלי מכשירים און זיי די רבנים וואס געבן השגחות זענען גאר די עשירים!! אינטערסאנט איז נאר די פאקט אז חנפ'נען חנפ'ט מען מהדרין, גאלדן פלוי, שמערלינג, גפן, ליבער'ס, וכו' וכו' און נישט די בעלי מכשירים? אקעי דאס איז נישט קיין קשיא ווייל דער עולם גולם ווייסט פשוט נישט ווער די ריכטיגע עשירים זענען. אבער פארוואס זעהט מען נישט די גרויסע עשירים בעלי מכשירים ווי למשל דעם וואלאווע'ר, הרב ווייסמאנדל, טארטיקוב, הרב עקשטיין און נאך אנדערע גרויסע עשירים בעלי מכשירים מנדב זיין גרויסע בנינים, שולן, מקוואות, בתי חינוך וכדומה??? שוין עמער בלייבן ביי די קשיא.

די עצה היעוצה איז, אז מ'מוז באיקאטירן אלע היימישע עסן קאמפאניס וואס פארמאגן אויף זיך שרייענדע אדער אפילו די וואס זענען געשריבן געווארן מיט קליינע רש"י אותיות, אדער סתם אידישע לאזונגען, ווי "אייער באקוקט" "פרישע אייער" "צומת הגידין באקוקט" "באקוקט פון ווערים" "חיטין מצומחות" "גלאט כשר" "מהדרין מן המהדרין" "חלב ישראל" "ישן" "שחיטת ב"י" "פת ישראל" מצות רש"י, ראש, וכו' וכו'.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 6, 2022 9:41 pm

· #494291
[ציטאט אראפגענומען]

דו רעדסט פון מאראנצן זאפט פאר פינף דאללאר, לאמיך דיר פארציילן, אין עווערגרין סופרמארקעט ווערט פארקויפט אינטער אנאנדערן נאמען פרישע געמאכטע געטראנקן פון פרוכט, וועדזשעטעיבעל, און גרינע בלעטער. אויב כ'געדענק גוט זענען די פלעשער 16 אונסעס, פארקויפן זיי איינע פון די דזשוסעס, אלקעליין וואסער מיט צוויי דריי סלייסעס לעמאן פאר נישטיגע צען טולער!!! כ'מיין גאנצע צעען טולער! סארי. העללא?! און ס'זענען פארהאן גענוג איגנאראנצן וואס קויפן אפ די שטותים. און אז מ'קען רייסן, אז ס'דא פון וואו און פון וועם צו רייסן, און ס'זענען פארהאן גענוג אומוויסענדע נדבנים, דאן פארוואס נישט?! פארט איז דא א מצוה פון וחי אחיך עמך!

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 6, 2022 9:57 pm

· #494292
דער אמת איז ס'איז א שאד צו האקן אויף די קאמפאניס. זיי ווילן בעטן טייער, נאו פראבלעם, איך גיי מיר קיין שאפרייט, מען קען דארט קויפן פיל מיט זאכן מיט מהודר'יגע הכשר פונעם "ארטהאדאקסישע פאראייניגונג" און זאל גפן קדם גיין קראכן צוזאמען מיט התאחדות, איי קאד נאט קעיר לעס.

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:04 pm

· #494297
אז דו גייסט יא קיין שאפרייט, נעם חאטש זייער off brand וואס דעמאלטס איז עס ביליגער ווי ביליג.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:36 pm

· #494303
די אפף ברענד איז כשר? עסקינג פאר עי פרענד.
כ'האב דווקא געזאגט שאפרייט ווייל זיי האבן זייער אסאך כשר'ע זאכן, משא"כ אנדערע וואס ס'פאלט אריין כשר'ס דארט אבער זיי לייגן נישט קיין געוויכט אויף דעם.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:42 pm

· #494304
קהל'ס נער: א יעדע אייטעם וואס האט אן או. יו השגחה איז גוט. נאר אונז שטיי מיר אוועק פון או. יו. די. ווייל ס'איז נישט חלב ישראל . אבער אלע אנדערע זאכן וואס זענען או. יו. זענען 100% גוט...!

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:43 pm

· #494305
קהל'ס נער

די אפף ברענד איז כשר? עסקינג פאר עי פרענד.
כ'האב דווקא געזאגט שאפרייט ווייל זיי האבן זייער אסאך כשר'ע זאכן, משא"כ אנדערע וואס ס'פאלט אריין כשר'ס דארט אבער זיי לייגן נישט קיין געוויכט אויף דעים.

יא, אוף ברענד איז געווענליך OU. וואס שאפרייט קען אבער נישט ריפלעיסן איז די השגחות אויף טישוס און ווייפס....

קען זיין כבולעו כך פולטו, וואס מ'עסט פון דארט קען מען זיך מסדר זיין מיט זייער "קינוח" סעודה אויך...

#געב איבער פאר די פרענד

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:45 pm

· #494306
berlbalaguleh
קהל'ס נער: א יעדע אייטעם וואס האט אן או. יו השגחה איז גוט. נאר אונז שטיי מיר אוועק פון או. יו. די. ווייל ס'איז נישט חלב ישראל . אבער אלע אנדערע זאכן וואס זענען או. יו. זענען 100% גוט...!


נישט אלעס.

פלייש? ס'איז כשר, נאר די חרדים וועלן פילן ווי מ'האט זיך גע'שמד'ט אויב מ'קומט אהיים מיט עמפייער

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:28 am

· #494307
berlbalaguleh
קהל'ס נער: א יעדע אייטעם וואס האט אן או. יו השגחה איז גוט. נאר אונז שטיי מיר אוועק פון או. יו. די. ווייל ס'איז נישט חלב ישראל . אבער אלע אנדערע זאכן וואס זענען או. יו. זענען 100% גוט...!


די וועסט זיצען אין גיהנם מיט ר' טוביה מאיר, און איך וועל זיצען אין גיהנם מיט ר' משה פיינשטיין 😂

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:31 am

· #494308
וואלווי


#געב איבער פאר די פרענד

שוין נישט נוגע.
כ'האב געזאגט פאר מיין פרענד אז ער זאל אליינס ארויפגיין אויף ק'ש און עס פרעגן און צושרייבן עסקינג פאר עי פרענד. 😂

יאסל ראקאווער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:31 am

· #494309
ווען אוי. יו. וויל האבן א even playing field אטאקירן זיי די שוואכע התאחדות ווערטשאפט. איך האב געהאט א גרויסע עסן פאבריק א שטיק צייט. איך ווייס ערשטהאנטיג די חילוק. אוי. יו. איז א הכשר מיט א קארפאראט אפאראט. די היימישע משגיחים קומען נישט אן צו זייער שפיץ פינגער.

נאר וואס דען, אוי. יו. האלט זיך נישט ביים אראפלאזן צו די היימישע לעוועל פון קלאפן יענעם, טאקע ווייל ער איז אוי. יו.

אבער ס'איז א עת לעשות לה', מ'דארף יא ארויפשארן די ארבעל און זיך אמפערן מיט די pigs in the mud ווייל ס'איז ביטער מיט די פרייזן.

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:34 am

· #494310
קום אריין מיט דיטס. וואס איז געווען די פרשה? לאמיר שטיין און אויספראקן התאחדות ברחובה של עיר אויף לי עוו. העכער די הייוועי

יאסל ראקאווער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:46 am

· #494311
נישט עפעס מעשיות וואס שטעלט אויף די האר פון קאפ. ביידע זענען פיין כשר. איינס איז א fortune 500ַ אפאראט און איינס איז א בעיסמענט ביזנעס.

וואס יא, ווען אימיצער וויל ווען ארומדרייען מיט די אינגרידיענטס וואלט אוי. יו. עס געכאפט ווייל זיי האבן SQF סיסטעם פון נאכגיין אלעס. אבער ביי התאחדות איז עס א עד אחד נאמן באיסורין סיסטעם.

למעשה שפילט נישט א ערנסטע פעקטארי ארום מיט רעגולאציעס ווייל מ'קען אלעס פארלירן. מ'קען זיך פארלאזן ערליך אויף מרתתי ביי יעדע גרויסע פעקטארי און התאחדות גייט טאקע מיט שכל אויף די ענינים מער ווי די אוי.יו. ליטוואקעס.

וואס יא, האק נישט אין טשייניק אז דו ביסט א בעסערע הכשר. און זיכער brain wash נישט חרדים אז זיי מוזן האבן היימיש. רח"ל.

איך בין נישט vegan אבער איך האב ליב פאזיטיוו ענערגיע אין מיינע עסן. אויב איינער וויל ארענטליכע עסן, זאל ער מקפיד זיין אויף אוי. יו. קען טאקע זיין אז סאטמאר פלייש איז געזאלצן גוט אבער ס'פול מיט רובאשקין'ס בלוט.

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:56 am

· #494313
איך פארשטיי נישט וואס איז די טענות דא?

מען דארף דאך האבן נדבנים פאר די בנינים
ביהמ"ד דקהל ..... בנין ליבערס/קעיקא/מהדרין.

פארוואס זענען די בעלי בתים פון די גרויסע תורמים פאר די מוסדות? אפשר זאלן זיי תורם זיין פאר אונז פריוואטע מענטשן און אראפלאזן אביסל די פרייז?

ווען מען פרעגט זיי פארוואס זיי זענען ארויף, וויינען זיי אינפלאציע, אינטערעסאנט איז אז סוף יאר גייען זיי ארויס מיט אפאר מעלאנעס.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מצות גייט יעדער יאר ארויף מיט א דולר? (איך רעד װען נישט פון היי יאר) די בעלי בתים וויינען אז זיי מאכן נישט קיין געלט. אינטערסאנט אז זיי גייען אהיים סוף יאר מיט אפאר מיליון דולר פון די סערוויס וואס זיי שטעלן צו לשם מצוה.

ווילאנג אונז לאזן זיך, זענען זיי גערעכט.

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:01 am

· #494314
פאר צען יאר צוריק האט זיך די מילכיגס אין ארץ ישראל געהויבן מיט א שיינע פראצענט, האבן די ישראלים מחליט געווען אז מען גייט בויקאטירן תנובה קוטז' טשיז. אבער נאר דאס. וויבאלד אינגאנצן בויקאטירן מילכיגס איז דאך נישט מעגליך. די זעלבע דארפן אונז מאכן, נעמען איינצעלענע פראדוקטן וואס מען קען זיך אן עצה געבן אן זיי, און בויקאטירן.

אבער מיט די אמעריקאנער וועט עס מן הסתם נישט געלונגען, דער עולם וועט זיך נישט צושטעלן, מען וועט נישט זיך קענען איינהאלטן די תאווה פון דייקא גפן מייאנעז, איי לטובת הציבור נעם יעצט ליבערס? אבער איך טראכט נאר פון זיך יעצט, נישט פון קיין טובת הציבור.

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:07 am

· #494315
און יעצט צום פרייזן פון הכשרים.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א הכשר בעט פון א געשעפט וואס די בעל הבית (און די איינציגסטע ארבעטארער) איז א חסידישער פארלעסליכער יוד, וואס עס פארלאנגט נישט קיין משגיח תלמידי, אולי קומט מען איינמאל א יאר בודק זיין. פארוואס קאסט עס ביי די ביליגסטע הכשר $300 (דאס איז איידער אינפלאציע, מן הסתם בעטן זיי יעצט $400)

אגב מילכיגס איז די איינציגסטע זאך וואס איך פארשטיי פארוואס עס איז דא אזא גרויסע נפקא מינא אין די פרייזן, וויבאלד מיר זענען מקפיד אויף די געלעכטער קוען, וואס דאס מאכט אז רוב קוען קען מען נישט ניצען.

נישט אז איך האלט אז עס דארף זיין אזא גרויסע דיפערענץ, איך האלט אז דא איז מען אויך מייקר השער, נישט ווייל איך ווייס נאר מן הסתם לויט ווי איך זעה ביי די אנדערע פראדוקטן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:17 am

· #494316
קהל'ס נער
berlbalaguleh
קהל'ס נער: א יעדע אייטעם וואס האט אן או. יו השגחה איז גוט. נאר אונז שטיי מיר אוועק פון או. יו. די. ווייל ס'איז נישט חלב ישראל . אבער אלע אנדערע זאכן וואס זענען או. יו. זענען 100% גוט...!


די וועסט זיצען אין גיהנם מיט ר' טוביה מאיר, און איך וועל זיצען אין גיהנם מיט ר' משה פיינשטיין 😂

קהל'ס נער: אונז וועללן זיין אין שכינות'דיגע היכלות אין גהינום. מ'וועט זיך קענען אריבערכאפן פאר א קורצן וויזיט. נאכאלץ בעסער ווי זיין אין גן עדן מיט אזעלכע צדיקים ווי---שוין. זכותו יגון עלינו. זכר צאפיק ליבראכעה. עליו השנאבל...!

ישר בעיניו » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:44 am

· #494329
איך וואוין אין אייראפע, יעדע עסטעבלישט אידישע שטאט אין אייראפע האט א כשרות ליסטע, אין די עולם - יעדער איינער פון אלע קרייזן - קויפט אין גרויסן אין די גויאישע געשעפטן זאכן אן קיין הכשר אזויווי לאקשן, soya pudding, מאראנצן זאפט, אסאך סארטן זיסע טרינקען, מעל, צוקער, און נאך אסאך
די קשיא איז פארוואס מאכט מען דעס נישט און אמעריקע?
זאלן זיך אפאהר עסקנים וואס מיינען לשם שמים זיך אריינלייגן אין דעם און מאכן א כשרות ליסטע זיי זאלן גיין צו דעי קאמפאניס וואס מען פארקויפט אין די גויאישע געשעפטן און נאכקוקן פראדוקט ביי פראדוקט ס'וועט גרינגער מאכן די טאש פאר אסאך אידן אין די היימישע קאמפאניס וועלן מוזן אראפברענגען די משוגענע פרייזן

פערינא » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:51 am

· #494331
ביסט צוקער זיס. די OU טוט עס שוין.

מ'רעדט דא פון אמעריקאנער פארשווענקטע מוחות פון גפן עדס, וואס האט אונז צודרייט געמאכט אז OU איז נישט כשר. קומסטו זאגן אז מ'זאל עסן אן א הכשר אינגאנצן.

החוקר » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:08 am

· #494333
קלוגע יודל
די זעלבע דארפן אונז מאכ'ן, נעמען איינצעלע פראדוקטן וואס מען קען זיך אן עצה געבן אן זיי, און בויקאטירן.

איך האלט דאס האט די בעסטע שאנס מצליח צו זיין.

מאכן א קאמפיין צו בויקאטירן איינצעלנע פראדוקטן אז די גראסערי זאל עס ממש נישט קענען פארקויפן. איינמאל די ווינט וועט זיין גענוג שטארק צו אפעקטירן סעילס, וועלן זיי דערהערן דעם מעסעדזש.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:32 pm

· #494356
און אזויווי די לחם עוני סעזאן קומט צוגיין זאל מען עס טוהן מיט די מצות! מ'זאל כאטשיג נאר קויפן די ביליגע מצות וואס מען אימפארטירט פון ארץ ישראל און אינגאנצן איגנארירן די היגע טייערע האנד מצות סיי די וואס מ'באקט דורכ'ן ווינטער און סיי די ערב פסח מצות.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:28 pm

· #494359
יאסל ראקאווער
נישט עפעס מעשיות וואס שטעלט אויף די האר פון קאפ. ביידע זענען פיין כשר. איינס איז א fortune 500ַ אפאראט און איינס איז א בעיסמענט ביזנעס.

וואס יא, ווען אימיצער וויל ווען ארומדרייען מיט די אינגרידיענטס וואלט אוי. יו. עס געכאפט ווייל זיי האבן SQF סיסטעם פון נאכגיין אלעס. אבער ביי התאחדות איז עס א עד אחד נאמן באיסורין סיסטעם.

למעשה שפילט נישט א ערנסטע פעקטארי ארום מיט רעגולאציעס ווייל מ'קען אלעס פארלירן. מ'קען זיך פארלאזן ערליך אויף מרתתי ביי יעדע גרויסע פעקטארי און התאחדות גייט טאקע מיט שכל אויף די ענינים מער ווי די אוי.יו. ליטוואקעס.

וואס יא, האק נישט אין טשייניק אז דו ביסט א בעסערע הכשר. און זיכער brain wash נישט חרדים אז זיי מוזן האבן היימיש. רח"ל.

איך בין נישט vegan אבער איך האב ליב פאזיטיוו ענערגיע אין מיינע עסן. אויב איינער וויל ארענטליכע עסן, זאל ער מקפיד זיין אויף אוי. יו. קען טאקע זיין אז סאטמאר פלייש איז געזאלצן גוט אבער ס'פול מיט רובאשקין'ס בלוט.

פונקטליך דאס איז מיין נקודה. די באזע פון רוב הכשרים פון התאחדות איז דאך ממילא או. יו. אלזא דריי נישט אויס דעם דאשיק און זאג אז זייער השגחה טויג נישט. שוין, מ'איז מוחל אז דו זאלסט געבן קרעדיט, אבער זיי נישט מקטרג ביי א יעדע געלעגנהייט. למשל ווען ס'קומט אויס דער שמועס איבער קענדיס אן אנדערע נאש פאר קינדער האלטן די היימישע צייטונגען אין איין האקן אז די. או. יו. איז א "שוואכע" השגחה.

איך בין זיכער (איך ווייס נישט פאר א פאקט, ס'איז אן השערה בעלמא) אז ביי די השגחה וואס די התאחדות געט אויף די היימישע (נאש) קאמפעניס ווי פאשקעס און ליבער'ס, שיקן זיי יא אראפ א משגיח. לאידך גיסא איז נישט מסתבר אז זיי גייען אדורך די גרויסע הוצאה פון אויפהאלטן א שטאב פון משגיחים וועלכע גייען באזוכן די אלע קאמפעניס וואו די או. יו. געט הכשרים...!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:34 pm

· #494361
ועוד: אויסער דעם פאקט וואס די או. יו. מילך און דעירי פראדוקטן זענען נישט חלב ישראל, זענען זיי אבער מקפיד אויף אנדערע פרטים אין כשרות. למשל ס'איז געווען א תקופה ווען די או. יו. האט ארויפגעלייגט א..."D" ... צו באצייכענען אלס מילכיג עטליכע מינים פון פראוז'ן וועדזשטעבלס. ווען מ'האט זיי געפרעגט אויב ס'איז דא מילכיגס אין די וועדזשיעס האבן זיי געזאגט אז נישט. נאר ווייל זי האבן געהאט א חשש אז מ'האט פאבריצירט מילכיגס אויף די זעלבע מאשינען. אפילו זיי האבן עס אויסגעוואשן. דאך האבן זיי עס באצייכנט אלס מילכיג...!

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:59 pm

· #494373
berlbalaguleh
ועוד: אויסער דעם פאקט וואס די או. יו. מילך און דעירי פראדוקטן זענען נישט חלב ישראל, זענען זיי אבער מקפיד אויף אנדערע פרטים אין כשרות. למשל ס'איז געווען א תקופה ווען די או. יו. האט ארויפגעלייגט א..."D" ... צו באצייכענען אלס מילכיג עטליכע מינים פון פראוז'ן וועדזשטעבלס. ווען מ'האט זיי געפרעגט אויב ס'איז דא מילכיגס אין די וועדזשיעס האבן זיי געזאגט אז נישט. נאר ווייל זי האבן געהאט א חשש אז מ'האט פאבריצירט מילכיגס אויף די זעלבע מאשינען. אפילו זיי האבן עס אויסגעוואשן. דאך האבן זיי עס באצייכנט אלס מילכיג...!

ע"פ הלכה האבן זיין נישט געברויכט אנצייכענען א D ווייל בעצם איז עס נישט מילכיג. זיי וואלטן געברויכט שרייבן DE דאס טייטש אז די כלים זענען מילכיג, עפעס שטימט נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 5:01 pm

· #494387
דער גאלדענער אדלער: איך ווייס נישט אויב זיי האבן א דעזיגנאציע ..."DE"... נאר איך געדענק אז ס'איז געווען א שמועס איבער דעם פאקט וואס זיי האבן באצייכנט וועדזשיעס מיט א ..."ד"...! איז דאס געווען זייער (או. יו.) ענטפער...!

איך אויך » מאנטאג פעברואר 7, 2022 5:46 pm

· #494393
לכאורה צו פארמיידן לאוסוטס אינעם לאוסוט נעשאן.

החוקר » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:49 pm

· #494409
@berlbalaguleh די OU האט יא א DE סימבאל. זעה דא.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:54 pm

· #494411
החוקר
@berlbalaguleh די OU האט יא א DE סימבאל. זעה דא.

אוודאי האבן זיי עס. אויף אלע פראדוקטן, אינגרידיענס, וואס איז נישט מילכיג נאר 100% פארווע, און איז געקאכט/פראדוצירט אין מילכיגע כלים וואס זענען נישט ג'כשר'ט געווארן כהלכה, נאר אויסגעוואשן געווארן ס'זאל זיין ריין, גייט אונטער די קאטעגאריע פון DE און מ'מעג עס עסן נאך אדער פאר פליישיגס, אבער נישט אינאיינעם.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:56 pm

· #494414
ישר בעיניו
איך וואוין אין אייראפע, יעדע עסטעבלישט אידישע שטאט אין אייראפע האט א כשרות ליסטע, אין די עולם - יעדער איינער פון אלע קרייזן - קויפט אין גרויסן אין די גויאישע געשעפטן זאכן אן קיין הכשר אזויווי לאקשן, soya pudding, מאראנצן זאפט, אסאך סארטן זיסע טרינקען, מעל, צוקער, און נאך אסאך
די קשיא איז פארוואס מאכט מען דעס נישט און אמעריקע?
זאלן זיך אפאהר עסקנים וואס מיינען לשם שמים זיך אריינלייגן אין דעם און מאכן א כשרות ליסטע זיי זאלן גיין צו דעי קאמפאניס וואס מען פארקויפט אין די גויאישע געשעפטן און נאכקוקן פראדוקט ביי פראדוקט ס'וועט גרינגער מאכן די טאש פאר אסאך אידן אין די היימישע קאמפאניס וועלן מוזן אראפברענגען די משוגענע פרייזן

אין יוראפ איז געהעריג די Wild west ווען ס'קומט צו הכשרים און כשרות. אזוי האב איך געהערט.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:14 pm

· #494416
החוקר
@berlbalaguleh די OU האט יא א DE סימבאל. זעה דא.

החוקר: ייש"כ. איך האב גערעדט לפי ידיעתי המצומצמת. שוין. אז ס'איז דא אזא דעזיגנאציע איז דאך זיכער גוט. הנה מה טוב ומה נעים. נאר דאס איז מסתמא א שפעטעריגע זאך פון די או. יו. ווייל ס'איז געווען אזא שקלא וטריא איבער די באצייכענונג פון וועדזש'ס אלס א דעירי פראדוקט...!

ברוינשטיין » מאנטאג פעברואר 7, 2022 11:45 pm

· #494422
אין אנדערע נייעס האט זיך אליעזר קרויס אויך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין אנטקעגן די שרעקליכע פרייזן פון היימישע פרודוקטן, זיך צושטעלנדיג צו יואל פעלזן און קאווע שטיבל.

אליעזר קרויס שטיצט אויך די געדאנק פון קויפן (געוויסע) פרודוקטן פון גוישע געשעפטן,
מאשין מצות גלייב איך נישט אז ער האט די באליס צו שטיצן...

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:32 am

· #494425
berlbalaguleh
יאסל ראקאווער: וואס האבן זיי לכתחילה געוואלט איינרעדן. אז סאטמאר שעכט ביי לי און ראדני...?!

דיין רבי האט דאך געהאלטן א דרשה אויסרימענדיג זיין "בית השחיטה" אז די שוחטים קענען זיין אינדערהיים אין די אייגענע געלעגער מיט די אייגענע ווייב

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:49 am

· #494427
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע האב איך געהערט לעצטענס אז אין קהילת הזאלונים במאנרא איז אריינגעקומען אין די הנהלה איינער לאנדא. ער איז איבערגעגאנגן די חשבונות פון די מצה בעקערי און געמאלדן אז ס'דא א סורפלוס און מ'גייט אראפגיין מיט די פרייז. דאס האט ארויסגעריפן בייז-בלוט ביי די וויליאמסבורג בעקערי אז מ'מאכט זיי קאליע די ביזנעס און גרויס פרעשור ווערט געלייגט זיי זאלן נישט נידערן די פרייז.

Nanach » דינסטאג פעברואר 8, 2022 1:29 am

· #494429
דער גאלדענער אדלער
אוודאי האבן זיי עס. אויף אלע פראדוקטן, אינגרידיענטס, וואס איז נישט מילכיג נאר 100% פארעווע, און איז געקאכט/פראדוצירט אין מילכיגע כלים וואס זענען נישט ג'כשר'ט געווארן כהלכה, נאר אויסגעוואשן געווארן ס'זאל זיין ריין, גייט אונטער די קאטעגאריע פון DE און מ'מעג עס עסן נאך אדער פאר פליישיגס, אבער נישט אינאיינעם.

איך האב גערעדט מיט הרב עלפאנט בערך 3 יאר צוריק האט ער מיר געזאגט אז זיי האבן נישט ליב צו געבן די de, און דאכצעך מיר אז ער האט געזאגט אז אויף נייע געבן זיי עס מער נישט, נאר אויף אזעלכע וואס האבן עס שוין לאזן זיי עס אנהאלטן.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 1:31 am

· #494430
ברוינשטיין
אין אנדערע נייעס האט זיך אליעזר קרויס אויך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין אנטקעגן די שרעקליכע פרייזן פון היימישע פרודוקטן, זיך צושטעלנדיג צו יואל פעלזן און קאווע שטיבל.

אליעזר קרויס שטיצט אויך די געדאנק פון קויפן (געוויסע) פרודוקטן פון גוישע געשעפטן,
מאשין מצות גלייב איך נישט אז ער האט די באליס צו שטיצן...


זייער אינטערעסאנט פינקט ווען מען רעדט אויף ק"ש פון דעים רעדט ער אויך פון עס, @אליעזר קרויס וואס איז דיין ניק?
בלאט: 1 2