☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בערן אויף דעם 42

בערן אויף דעם 42

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1513

שלמה_דיין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:20 pm

· #35852
בערן אויף דעם 42
נארוואס בין אריבער געפארן אויף דעם 42 נאך סאוט פאללסבורג פאר שאפראן און געזען א יונגן בער אריבער לויפן. ער איז געווען דעם גרויס פון א גרויסע הונט, אבער ער איז אויסדריקליך געווען א בער, ער איז אריבער געלאפן הארט פאר מיין קאר - איך האב אין אים שיעור נישט אריין געזעצט. פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער.

רבותי, איך בין נישט זיכער צו דאס איז אן ערענסטע סכנה אדער נישט, אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:21 pm

· #35855
שלמה'לע, דו האסט פונקט היינט געזען.
אבער להוי ידוע אז יעדן איינציגן טאג ממש במשך די זומער וואכן קומען ארויס בערן אין די עפענטליכקייט אין די קעטסקיל געגנט.

שלמה_דיין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:26 pm

· #35860
אויב אזוי איז דאך די זאך הארבער ווי איך האב פריער געקלערט - מ'דארף דאך אנווארענען דעם עולם און צוגרייטן וואס צו טוהן אין פאל אז א מענטש באגעגענט זיך מיט א בער.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:34 pm

· #35861
שלמה_דיין
אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

נישט אין איחוד קאנטרי, איך דענק נישט די נאמען וויאזוי ס'הייסט, אבער אין איחוד זיכער נישט. אגב יעצט אלול ווערט טאקע פונקט צען יאר פון די ביטערע טראגעדיע ה"י.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:47 pm

· #35866
די בערן זוכן נישט צו טשעפען קיין מענטשען, מ'דארף זיכער מאכן קיינמאל נישט לאזן קיין גארבידזש אינדערויסען, ווייל סך הכל זוכן זיי עסן, און ווען מ'זעט א בער זאל מען נישט ווערן פארלוירן און אנהייבן מאכן יללות אדער אנטלויפן, נאר אנהייבן רעדן הויעך אז ער זאל פארשטיין אז דו ביסט א מענטש און ער וועט שיינערהייט אוועק שפאצירן.

ניו יארק » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:47 pm

· #35886
איך מיין.... איך קוק נישט אויס ווי א מענטש...? איך דארף אים לאזן וויסען...?
מילא מיין שכן מיט וועם איך שלאג מיר, ער ענדעלט טאקע ענדערש צו א בער ווי צו א מענטש.....

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:00 pm

· #35894
וואס מער וועלדער ווערען אראפגעשניטן צו בויען נייע developments וועלען זעען מער היימלאזע בערען וואס וועלען זיך ארום דרייען אין באווינטע פלעצער.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:42 pm

· #35933
נוי יארק
איך מיין.... איך קוק נישט אויס ווי א מענטש...? איך דארף אים לאזן וויסען...?

זייער חוש השמיעה איז פילפאכיג שטערקער ווי זייער חוש הראיה, שווארצע בערן זענען קורץ זיכטיג, דאס הייסט אז פון די נאנט זעען זיי זייער גוט, אבער פון דער ווייטענס זעען זיי בלורי.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:47 pm

· #35940
און פארוואס זאל זיך א בער דערשרעקן פון א מענטש?
און איז נישט די הלכה אנדערש לגבי ברוינע בערן?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:48 pm

· #35942
ס'איז יא א אנדערע הלכה, און ווייסע בערן ווידער א אנדערע הלכה.

א שווארצע בער איז דאס ווייניגסטע מסוכן, און א ווייסע דאס מערסטע.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:50 pm

· #35944
די ווייסע קען מען נישט טרעפן דא זיי וואוינען אין צפון

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:50 pm

· #35945
די ברוינע אויך נישט

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:59 pm

· #35953
זר זהב
און פארוואס זאל זיך א בער דערשרעקן פון א מענטש?
און איז נישט די הלכה אנדערש לגבי ברוינע בערן?

די שווארצע בערן עסן כמעט נישט קיין פלייש, זיי וועלן ענדערש עסן פרוכט און גרינס, בעריס, ניסלעך און בלעטער, און ווען זיי עסן שוין יא לעבעדיגס איז עס ע"פ רוב שקצים ורמשים.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:47 pm

· #35988
עסן זיי צומאל "געפילטע פיש"?......

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:55 pm

· #36001
שמעקעדיג
עסן זיי צומאל "געפילטע פיש"?......

כ'האפא נישט!
כ'דארף נאך געפילט'ן דא.

אייגענארטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:39 pm

· #36018
שמואל הלוי
שלמה_דיין
אבער כבר היה לעולמים (איחוד קאנטרי) אז א בער האט געשעדיקט און למיחש מיהא מיבעיא.

נישט אין איחוד קאנטרי, איך דענק נישט די נאמען וויאזוי ס'הייסט, אבער אין איחוד זיכער נישט. אגב יעצט אלול ווערט טאקע פונקט צען יאר פון די ביטערע טראגעדיע ה"י.


כולל קאנטרי

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:44 pm

· #36020
אז געפילטע פיש וועט ליגן אין גארביטש וועלן זיי דאס אויך עסן...

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:18 pm

· #36031
געפילטע

ביסט אין אשפה? 🙄

ידען » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:22 pm

· #36036
שלמה_דיין
פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:26 pm

· #36040
ידען
געפילטע

ביסט אין אשפה? 🙄


ניין, אין אשפ"ג.....
למעשה געפילטע פיש שמעקט גוט פאר די בערן.
אשפ"ג נוטריקון ג'עפילטע פ'יש ש'מעקט א'מחי'.

שוין, זעמיר פארקראכן פונעם אשכול אינאיינעם מיט די פארקראכענע בערן.
לאמיר זוכן א פיקאפ טראק צוריק צום נושא.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:29 pm

· #36041
ידען
שלמה_דיין
פארשטייט זיך אליין אז אויב איז דא קינדער בערן, איז דא מאמעס און טאטעס אויך, זיי וואקסן דאך נישט אויף ביימער


אריין אין מאחורי...


שמעקעדיג
ניין, אין אשפ"ג.....
למעשה געפילטע פיש שמעקט גוט פאר די בערן.
אשפ"ג נוטריקון ג'עפילטע פ'יש ש'מעקט א'מחי'.

שמעקעדיג גיסט פעך און שוועבל.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:33 pm

· #36042
שמעקעדיג

לאמיר זוכן א פיקאפ טראק צוריק צום נושא.

דא האסטו.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:35 pm

· #36045
געפילטע! איך בין ווערטערלאז!
דו ביסט צוקער זיס.......
שטענדיג א ריכטיג ווארט אויפן פלאץ!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:41 pm

· #36047
אשפ"ג: ש'מעקעדיג'ס פ'עדער א'יז ג'וט

אשפ"ג: ג'עפילטע פ'יש ש'רייבט א'ייזן

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:43 pm

· #36048
אשפג: איך שטארב פאר געפילטע.

אשפג: איעדע שמויגער פאר געפילטע.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:45 pm

· #36049
א שאד ס'נישט דא קיין זיוען אין אשפ"ג, די חברה זענען פאני.

צוריק צום 42, עגזיט 105.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:48 pm

· #36050
אשפג:געב אביסל געפילטע פיש אויך פאר שמעקעדיג.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:56 pm

· #36055
אשפג: איך גיי פאר שיינע

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:57 pm

· #36056
אשפג:שמעקעדיג און געפילטע גייען שלאפן אדער פאפען.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:00 am

· #36057
איך שטינק פון גאוה
נ"א אוי, שטינקסט פון גאוה.

שמיטה » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:07 am

· #36060
בקיצור, צוריק צום ענין.
פארשטייצעך ווען איינער שפאצירט געמיטליך אויפן ראוד און באגעגענט מיטאמאל א גרויסן שווארצע בער, און נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל שפירן ווי די נשמה פליט אים ארויס
דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיטן פאקט אז בערן, כאטש וואס זיי האבן די מעגליכקייט חלילה וחס אויפצועסן א מענטש, איז דאס נישט זייער טבע, און ווען זיי זעען א מענטש וועלן זיי הייבן פיס און אנטלויפן.

gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:35 pm

· #36421
שמיטה
בקיצור, צוריק צום ענין.
פארשטייצעך ווען איינער שפאצירט געמיטליך אויפן ראוד און באגעגענט מיטאמאל א גרויסן שווארצע בער, און נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל שפירן ווי די נשמה פליט אים ארויס
דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיטן פאקט אז בערן, כאטש וואס זיי האבן די מעגליכקייט חלילה וחס אויפצועסן א מענטש, איז דאס נישט זייער טבע, און ווען זיי זעען א מענטש וועלן זיי הייבן פיס און אנטלויפן.

That's not a 100% fact. & I am giving you a eitzeh toiveh MEOID don't test if you are right !

גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:57 pm

· #36429
צוריק צום ענין: אשפג איז ר"ת - גדעון טויגט יא!

ס'שטומט נישט?, ווילסט הערן אדער ווילסט פרעגן קשיות?