מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15116
מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
איך וויל דא מאכן א ליסט פון חרד'ישע יודן, וואס שרעקן זיך נישט פונעם סיסטעם, ולטוב יזכר שמם, די מטרה איז צי ווייזן אז מען קען זיין א חרד'ישע יוד אן זיך צישטעלן צים הייליגן סיסטעם.
(אלע זענען פובליק פיגורן)
#1 אלימלך זילברשלג, ער האט א טי ווי שאו, ער איז אויף בילבאורדס, האט א פובליק פעיסבוק אקאונט, און דעיט א פרייע מיידל (אלונה סער, א טאכטער פון גדעון).
#2 שולי רנד, גיבט ארויס מאוויס, עקט אויף אנדערע מאוויס, ערשיינט צי געמישטע קאנצערטן, האט חתונה געהאט צי צופית גרנט א פרייע אקטיארטשע.
#3 אברומי לינשה, איז געגאנגען אין צבא, און דרייט זיך מיט די גאנע חסי'דישע טראגע, היינט עסקן'ט ער צי פארמערן שלום צווישן די פרימע און די פרייע.
אויב האט איר נאך נעמען ביטע פאוסן.
Re: מענטשן וואס שלאגן כפרות מיטן סיסטעם
דו האסט נאר באפאסט דא די ארץ ישראל קולטור יודן.
אגב וויבאלד עס איז א יודישע לאנד איז גרינגער צו האלטן שטאלץ מיט חרדזים און זיין געהעריג אין די אלגעמיינע געלעזשאפט. מה שאין כן אמעריקע איינער וואס גייט ארויס פון די היימישע געלעזשאפט און דרייט זיך ביי די סעקולערע שעמט ער זיך מיט זיין יודישקייט ווייל עס איז נישטא מיט וואס צו האלטן גרויס צווישן גוים.
אפשר שלום לעמער א גוטע משל פון א חסידישע יוד וואס זינגט ביי גרויסע קאנצערטן.
אבער ווי איך האב פארשטאנען האסטו דאס נישט געמיינט
רובינזון קרוזו
#1 אלימלך זילברשלג, ער האט א טי ווי שאו, ער איז אויף בילבאורדס, האט א פובליק פעיסבוק אקאונט, און דעיט א פרייע מיידל (אלונה סער, א טאכטער פון גדעון).
#3 אברומי לינשה, איז געגאנגען אין צבא, און דרייט זיך מיט די גאנע חסי'דישע טראגע, היינט עסקן'ט ער צי פארמערן שלום צווישן די פרימע און די פרייע.
אויב האט איר נאך נעמען ביטע פאוסן.
איך קען נישט די פיגורן פערזענליך, ממילא ואתם הסליחה, אבער אויב זיי רופן-אויס התפעלות ביי דיר, אויב אזוי קענסטו אויכעט אויסרעכענען
יואלי צימערמאן פון וומס"ב וואס שלאגט ג"כ כפרות מיטן סיסטעם
איך מיין נישט די ליצנות שבו, טראכט אביסל אריין וואס זענען דיינע גדרים פון כפרות-שלאגן און לויט וועלכע קנה-מידה ווערט אפגעשאצט די חשיבות און די סוקסעס דערפון
ואידך פירושא זיל גמור
דא אין אמעריקא אדער אין יוראפ שלאגן כפרות מיטן סיסטעם האט גאר אן אנדערע באדייט.
ווען איינער שלאגט דא כפרות מיטן סיסטעם איז א מצורע, אפי' ער וויל זיך יא האלטן שלאגט די סיסטעם כפרות מיט אים.
מען קען זאגן די איינציגער וואס האט דא עטוואס מצליח געווען איז הרב יואלי ראטה שליט"א, ער האט געוויזען די סיסטעם אז אונזער בלוט איז נישט קיין וואסער, און מען קען נישט אויסשליסן קיינעם ווייל זיין תכונת הנפש גארט פאר עפעס אנדערש. אבער די קאנסעקווענצן פון דעם איז אז ער איז געווארן א קולט וואס די המון עם האט אישוס דערמיט, אבער זיינע מעמבערס זענען אין די גאס נישט קיינע מצרעים.
ווען דו קאקסט אויף די וועלט וואס איז ממש א פיצי קאק וואס עס רירט נישט אן קיינעם. אבער ווען די וועלט קאקט אויף דיר ביסטו אנגעקאקט פון קאפ ביז פוס. די סיסטעם איז נאך ביי די כוחות.
עס ווערט בעסער אבער האט נאך א וועג צו גיין.
יואלי ראטה האט סך הכל געגרינדעט א מער פארמאכטע קולט פון וויליאמסבורג.
איך וואלט געזאגט דאס אין אמעריקע איז עס נאך נישט פאראן, אבער די צייט איז שוין רייף דערפאר. איך גלייב נישט אז די סיסטעם
איז נאך בכח צו פארהארגענען איינעמס לעבן היינט.
על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.
ריכטיג אז יואלי ראטה האט געמאכט א פארמאכטערן סיסטעם אין א געוויסען זון פון ווארט, אבער נישט וואס דער סיסטעם איז געווען אנגענומען אלץ סטאנדארט איז זיין סטאנדארט.
זיין אויסערליכע סיסטעמאטישער סטאנדארט זענען אסאך נידעריגער ווי די אלטוועלטליכע סיסטעם. למשל א דזשעקעט און ציצית אינטערן העמד ביי בחוריםלעך, מוזיק פערפארמינג פאר בחורים איז נישט נאר א נארמאלער זאך נאר אדרבה.
בחורים זאלן עמטליך פארמאגן אפאר אייגענע צענט און ארבעטן דערפאר איז בכלל נישט קיין בושה און נישט אפגעפרעגט. וכדו' וכדו'
והשנית, ביטע פרוביר נישט אויב האסטו א געוויסען לעבנס סטאנדארד וואס שטימט איין מיט די וויליאמסבורגער לעבנס סטאנדארט און דאס זענען די שידוכים וואס די ווילסט טוהן און האלטן דיינע קינדער אין די סיסטעם וויליאמסבורגער מוסדות. דאן וועסטו זעהן ווי מיזרעבעל די סיסטעם קען דיך חלילה מאכן.
ר' נחמן פון ברעסלב.
טאקע נישט פון היינט, אבער דאך אש תמיד תוקד,און זיין "שלאגן כפרות" איז גאר שטערקער היינט ווי סיי ווען. די בעש"ט האט טאקע מחדש געווען און מייסד געווען חסידות, אבער ר' נחמן האט געשלאגן כפרות מיט א עקסיסטונג סיסטעם חאטש ער אליינס איז געבליבן א חסיד. חתונה האבן מיט א פרייער הייסט נישטא עכט שלאגן מיט די סיסטעם, ס'איז מער ווי אפלאזן די סיסטעם, אביסל דומה צו באהאלטן בגלוי, אויב ס'דא אזא מין זאך בכלל.
מיילעך זילבערשלאג האט די בעקינג פון זיינע עלטערן און איז נישט געגאנגען אין די רעגולער וועג פון שידוכים און שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות
שולי רנד איז אויך א בעל תשובה וואס האט נישט די פראבלעמען
אברך משירובינזון קרוזו
#1 אלימלך זילברשלג, ער האט א טי ווי שאו, ער איז אויף בילבאורדס, האט א פובליק פעיסבוק אקאונט, און דעיט א פרייע מיידל (אלונה סער, א טאכטער פון גדעון).
#3 אברומי לינשה, איז געגאנגען אין צבא, און דרייט זיך מיט די גאנע חסי'דישע טראגע, היינט עסקן'ט ער צי פארמערן שלום צווישן די פרימע און די פרייע.
אויב האט איר נאך נעמען ביטע פאוסן.
איך קען נישט די פיגורן פערזענליך, ממילא ואתם הסליחה, אבער אויב זיי רופן-אויס התפעלות ביי דיר, אויב אזוי קענסטו אויכעט אויסרעכענען
יואלי צימערמאן פון וומס"ב וואס שלאגט ג"כ כפרות מיטן סיסטעם
איך מיין נישט די ליצנות שבו, טראכט אביסל אריין וואס זענען דיינע גדרים פון כפרות-שלאגן און לויט וועלכע קנה-מידה ווערט אפגעשאצט די חשיבות און די סוקסעס דערפון
ואידך פירושא זיל גמור
איך האב נישט די trademark אויפן ווארט "שלאגן כפרות מיטן סיסטעם" מילא זאל יעדער שרייבן וויאזוי ער פארשטייט.
לגבי יואלי צימרמן, האלט איך נישט ראוי לאותו איצטלא, ווייל ער שלאגט נישט כפרות מיטן סיסטעם, ער איז פשוט "סיסטעם'ליכער פונעם סיסטעם".
וואלוויר' נחמן פון ברעסלב.
טאקע נישט פון היינט, אבער דאך אש תמיד תוקד,און זיין "שלאגן כפרות" איז גאר שטערקער היינט ווי סיי ווען. די בעש"ט האט טאקע מחדש געווען און מייסד געווען חסידות, אבער ר' נחמן האט געשלאגן כפרות מיט א עקסיסטונג סיסטעם חאטש ער אליינס איז געבליבן א חסיד. חתונה האבן מיט א פרייער הייסט נישטא עכט שלאגן מיט די סיסטעם, ס'איז מער ווי אפלאזן די סיסטעם, אביסל דומה צו באהאלטן בגלוי, אויב ס'דא אזא מין זאך בכלל.
לגבי ר' נחמן ברסלבער און די בעל שם.
איז געווען א סיסטעם דעמאלץ?
איז געווען מיט וועם צי שלאגן כפרות?
I dont think so,.
איך מיין אז די גאנצע סיטעם האט זיך אנגעהויבען נאכן קריג, בין איך גערעכט?
לגבי חתונה האבן מיט א פרייע.
בעיני הייסט עס נישט אפגעלאזט די סיסטעם, ווייל זיי פירן זיך ווייטער אויף חרד'יש און אלע אנדערע אספעקטן, חתונה האבן צי א פרייע איז נישט קיין עבירה, עס איז נאר ווייל די סיסטעם לאזט נישט, נא האט ער געגעבן א פיינעם באכע פארן סיסטעם.
מרדכי מרדכימיילעך זילבערשלאג האט די בעקינג פון זיינע עלטערן און איז נישט געגאנגען אין די רעגולער וועג פון שידוכים און שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות
שולי רנד איז אויך א בעל תשובה וואס האט נישט די פראבלעמען
לגבי מיילעך.
האט מיילעך קליגע עלטערען, אבער למעשה האט ער נאך אלץ א סיסטעם אויפן קאפ, חברים, ביהמ"ד, מוסדות, וכו'
לגבי שולי.
ער איז שוין א בע"ת ארום 40 יאר, ד.מ. ער איז שוין טיף טיף אריינגעדרייט ביי אינז, איך קאנסידער עים יא אין די סיסטעם, אדרבה קים אריין קלאר פארוואס נישט.
רובינזון קרוזואיך וויל דא מאכן א ליסט פון חרד'ישע יודן, וואס שרעקן זיך נישט פונעם סיסטעם, ולטוב יזכר שמם, די מטרה איז צי ווייזן אז מען קען זיין א חרד'ישע יוד אן זיך צישטעלן צים הייליגן סיסטעם.
(אלע זענען פובליק פיגורן)
#1 אלימלך זילברשלג, ער האט א טי ווי שאו, ער איז אויף בילבאורדס, האט א פובליק פעיסבוק אקאונט, און דעיט א פרייע מיידל (אלונה סער, א טאכטער פון גדעון).
#2 שולי רנד, גיבט ארויס מאוויס, עקט אויף אנדערע מאוויס, ערשיינט צי געמישטע קאנצערטן, האט חתונה געהאט צי צופית גרנט א פרייע אקטיארטשע.
#3 אברומי לינשה, איז געגאנגען אין צבא, און דרייט זיך מיט די גאנע חסי'דישע טראגע, היינט עסקן'ט ער צי פארמערן שלום צווישן די פרימע און די פרייע.
אויב האט איר נאך נעמען ביטע פאוסן.
וואס מיינט זיך שלאגן מיטן סיסטעם?
ביי מיר מיינט עס, איינער וואס קומט פון אינעווייניג, און ער שלאגט זיך מיט די דורכשניט'ליכע און אנגענומענע מהלך, אלזא, די אלע דריי פיטן נישט די גדר.
ווער יא, קענסט זאגן אז 'אליעזר קרויס' איז עגעינסט די סיסטעם, צו איך האלט ווי אים, ניין, אבער אויף אים קען מען זאגן די אויסדריק.
מתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחידים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גוי'אישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפאון ברבים, טוען אן די רוסישע קוטשמע, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן, איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אונזערע מוסדות, המכונה ב'היימישע.
רובינזון קרוזומרדכי מרדכימיילעך זילבערשלאג האט די בעקינג פון זיינע עלטערן און איז נישט געגאנגען אין די רעגולער וועג פון שידוכים און שיקן זיינע קינדער אין די מוסדות
שולי רנד איז אויך א בעל תשובה וואס האט נישט די פראבלעמען
לגבי מיילעך.
האט מיילעך קליגע עלטערען, אבער למעשה האט ער נאך אלץ א סיסטעם אויפן קאפ, חברים, ביהמ"ד, מוסדות, וכו'
לגבי שולי.
ער איז שוין א בע"ת ארום 40 יאר, ד.מ. ער איז שוין טיף טיף אריינגעדרייט ביי אינז, איך קאנסידער עים יא אין די סיסטעם, אדרבה קים אריין קלאר פארוואס נישט.
חברים האט ער פון אלע מינע. ביהמ"ד ווייס איך נישט אבער ער איז נאך אפיציעל א בחור און מוסדות איז נישט שייך
אפילו ער איז 40 יאר א בעל תשובה זיינע קינדער זענען נישט מיט עם און איך ווייס נישט ווי פרום זיי זענען ווען ער האט זיך געשלאגן מיט זיין גרושה האב איך געזעהן עטליכע פון זיין אויף טי וי און עס האט נישט אויסגעזעהן אז זיי זענען צי פרום סאו איך בין נישט זיכער אין וועלכע סיסטעם ער איז
מאך זיכערדרך אגב גייען אויך די 'אנשי ברייערוואוד' אריין אין דעם כלל.
קום אריין מיט דיטעילס ווער זענען די אנשי ברייערוואד (והגלילות)
קהל'ס נערמתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.
הערט זיך זייער דערפרישנד, א דאנק פאר'ן מיטטיילן.
פארוואס דערמאנט מען נישט יהודה משי-זהב?
😮 😉 😂 😕
א ביטערע געלעכטער...
קהל'ס נערמתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.
יא ס’איז א דורךבראך ביי די חסידישע קאמיוניטי על אפם פון די רבנים פון שטאט...
יעדער איז עקסעפטעט דארטן און קיינער איז נישט בודק דיינע ציצית
נאר בלויז ווייל דו ביסט א יוד קענסטו קומען דארט.
מהם ילמדו וכן יעשו
איך פארשטיי נישט פינקטלעך צו וועם דער פותח האשכול צילט, אז מיילך זילבערשלאג למשל טשילט ארום מיט א פרייע נקבה מיינט נישט אז ער שלאגט כפרות מיטן סיסטעם, עס מיינט ער האט גענימען א וועג וואס האט נישט מיט א פרימע יוד צו טוהן, קיינער פון אונז וועט עס נישט טוהן נישט קיין חילוק ווי שטארק ער איז, עס האט נישט מיטן סיסטעם, עס האט מיט זיין א חרדישע יוד אדער נישט.
זענען דא א שיינע פאר פרומע וואס וואוינען (נעבעך) מיט קאלעגעס וואס זענען (געווארן) פריי. עכ''פ רוב מאל פריי בצנעה, אבער אין אויסנאם פעלער אויך בפרסיה. זענען די וואס בלייבן אזוי חתונה געהאט אויך נישט אידיש?
די שאלה איז צו א פרייע פרוי איז באגלייבט אויף בדיקות און טבילה...
מאך זיכערקהל'ס נערמתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.
יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.
דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.
😂 😂 😂
איך וויל עפענען אן אשכול איבער מענטשן וואס שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם דורכ'ן גיין דוקא יא אנגעטוהן מיט מערב-וועלט בגדים, רעדן די גואישע שפראך און זיך דרייען צווישן גוים אבער לערנען נאכאלס חסידישע ספרים, לייגן א דגוש אויף עבודה, תפילה, שמחה, דביקות בשם, חשיבות ליהודי פשוט וכו'...
אה, און וואוינען אויך מיט א מיידל וואס גלייבט אינדעם כל כבודה, שקר החן און אינדעם חכמת נשים בנצה ביצה.
טאמבל סאסמאך זיכערקהל'ס נערמתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.
יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.
דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.
😂 😂 😂
טאמבל סאס: דו ביסט באקאנט מיט דעם עולם וואס קומט דאווענען אין אור החיים,פארשעי/שיינער? אפשר ווען דו קומסט דא אויף א באזוך?! אין לאנדאן איז אויך דא אזא שול? א מניינים פעקטארי אזוי ווי שיינער'ס? אדער שומרי שבת אין בארא פארק?
טאמבל סאסאיך וויל עפענען אן אשכול איבער מענטשן וואס שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם דורכ'ן גיין דוקא יא אנגעטוהן מיט מערב-וועלט בגדים, רעדן די גואישע שפראך און זיך דרייען צווישן גוים אבער לערנען נאכאלס חסידישע ספרים, לייגן א דגוש אויף עבודה, תפילה, שמחה, דביקות בשם, חשיבות ליהודי פשוט וכו'...
אה, און וואוינען אויך מיט א מיידל וואס גלייבט אינדעם כל כבודה, שקר החן און אינדעם חכמת נשים בנצה ביצה.
טאמבל סאס: אויף דעם זאגט שלמה המלך ע"ה..."אדם אחד מאלף מצאתי. ואשה בכל אלה לא מצאתי"...!
berlbalagulehטאמבל סאסמאך זיכערקהל'ס נערמתפללי אור החיים פארשעי מאנסי.
זייער א גרויסע חלק פון די מתפללים דארטן, יחודים, קימען אין ביה"מ מיט קאוטס אדער ג'עקעטס, נישט פון g&g נאר די גואישע מיט א האד, ווייסט וואס איך מיין וואס די קינדער האבן, גייען מיט קראקס, דאווענען אן קיין רעקל, נעמען ארויס זייער (טמא'נע) סמארטפון ברבים, טיען אן די רוסישע קוטשמא, אדער סתם אזא העט המכונה כובע טמבל בעברי"ת, און איך רעד נישט פון קיין אט"דיסטן איך רעד פון מענטשן וואס שיקן אין אינזער מוסדות, המכונה ב'היימישע.
יא. א גרויסער טייל פון זיי רויכערן אויך געווירצן פון די חסידים הראשונים, און מעדיטירן פאר פופצן מינוט מיט פארמאכטע אויגן בעפארן זופן א קאווע און פרעגן ׳וואס איז נייעס׳ אינדערפרי.
דרך אגב גייען אויך די ׳אנשי ברייערוואוד׳ אריין אין דעם כלל.
😂 😂 😂
טאמבל סאס: דו ביסט באקאנט מיט דעם עולם וואס קומט דאווענען אין אור החיים,פארשעי/שיינער? אפשר ווען דו קומסט דא אויף א באזוך?! אין לאנדאן איז אויך דא אזא שול? א מניינים פעקטארי אזוי ווי שיינער'ס? אדער שומרי שבת אין בארא פארק?
ס'איז דא און ס'הייסט פינטער'ס שול. אבער איך האב מיך באקענט מיטן ברייערוואד קרעמל דורכן וואטשן די לעצטיגע נייע 'דיפרענט פערספעקטיווס' יוטיוב טשענל. הילאריוס. אסאך ענטפערן גוט דארט אבער אסאך זענען קענטליך אויך שטארק אויף די סחורה א גוטע פארציע פון זייער טאג. ס'דערקענט זיך אויף די ציינער תרתי משמע.
ספעציעל האב איך ליב ווען זיי פארגלייזן זיך די אויגן, ציען אריין טיף פון די נאז לעכער און נאכ'ן זיך אויסדרוקן וואספארא געוואלדיגע טיפע שאלה דו האסט פאר זיי געשטעלט און וואו ס'וועקט אויף דוכדוכי נפש, הויבן זיי אן פארמילירן אזא קאמפליצירטע הסבר אין א שפראך מיט וואס וואס נאר שלמה המלך מיט זיינע חיות האבן זיך פארשטאנען..
איך זעה נישט פארוואס די ערשטע צוויי שולי און מיילעך שלאגן כפרות מיט'ן סיסטעם
קודם כל וועלעכע סיסטעם? ארץ ישראל און אמעריקא האבן צוויי סיסטעם'ס זיי זענען טאקע דומה אבער אנדערש
די חרדישע סיסטעם? זיי שלאגן כפרות מיט עס? זיי האבען בוחר געווען זייער אייגענע אייגענארטיקע וועג אבער ווען זיי טוהן ווען גוטע שידוכים און האבען קינדער אין די מוסדות און זענען א חלק פון א קאמפעני חסידות און אפילו הכי גייען זיי אין זייער אייגענע וועג דאס וואלט אפשר געהייסן געפיפן אויפ'ן סיסטעם אבער האסט נישט קיין שום התחייבות און טוסט וואס דו ווילסט הייסט נישט שלאגן כפרות ס'הייסט פייפן אויפ'ן סיסטעם איך קען דא אויסרעכענען ליידער אסאך היימישע אפגעפארענע קינדערלעך וואס פייפן אויך
די גדולה וואלט געווען ווען איינער שיקט ווייטער זיינע קינדער אין די מוסדות אדער קומט ווייטער דאוואנען אין זיין קאמפעני שול און טאמער ווארפט מען אים ארויס מאכט ער אויף פאר אידען אזוי ווי ער
דער אמת איז אז די אלע וואס שפילן עושר [לאו דווקא זיי זענען...] און חנפענען זיך צו די פירער'ס / רבי’ס - זיי שלאגן כפרות מיטן סיסטעם אין א געוויסע זין, דהיינו זיי מעגן טוהן אלעס און מען וועט זיי גארנישט פארהאלטען דערויף. זיי מעגן האבן א סמארטפאון, זייערע קינדער ווארפט מען נישט ארויס פון ישיבה, זיי באקומען נישט קיין לא נתקבל אפילו זיי פארמאגן שוואכע סחורה, זיי דארפן נישט פאלגן דין תורות, זיי קענען באגנבענען און נאכאלץ זיין יושבים ראשונה במלכות,
וחילופיהן ביי די פשוטי עמך בית ישראל. והמכין יכין.
1. אך און וויי אויב מיילך זילבערשלאג איז דיין מוסטער, אין כאן לא חכמה ולא שלאגן כפרות מיטן סיסטעם נאר א נארישע באק מיט מינוס שכל וואס פראבירט יעדע פאפליסטישע זאך וואס ער קען נאר צו געפעלן די פרייע. מאך אים נאר נישט פאר א בעל 'שיטה' ער איז צו דאם פאר דעם. (ווי איינער האט שוין ערווענט דא, כ'ווייס נישט צו ער ווייסט וואס איז בכלל די 'סיסטעם')
דארפסט פארשטיין, נישט יעדער אפגעפליקטע וואס וואס טוט וואס ער וויל נאר, טוט עס מיט אן אויסגערעכנטע 'שיטה' צו 'שלאגן כפרות מיטן סיסטעם', או נאו.
2. שולי רנד שלאגט נישט כפרות מיט קיין סיסטעם ווייל ער איז קיינמאל נישט געווען אין א סיסטעם.
ער איז א בעל תשובה וואס האט זיך קיינמאל נישט מגדיר געווען אלץ 'חרדי' און שטענדיג געלעבט צווישן די צווי וועלטן. אזוי ווי אים איז דא צענדליגע אזעלכע.
יעקב קארנבלי, א חסידישער בארא פארקער יוד, אין א דזשורנעליסט פאר די פארווערטס. מנשה ליסטיג, א סקעווערער חסיד, אין אן אקטאר. הרב שמואל ניימאן, א חרידישער רב וואס די סיסטעם איז אראפגעקומען אויף זיין קאפ אין האט עס סערווייווד. לכאורה קען מען צילייגן שלום לעמעער, א חסיד וואס האט געזונגען פאר אלגעמיינע קאנצערטן.
ס'דא א איד וואס שלאגט שוין יארן כפרות מיטן סיסטעם, איך ווייס נישט צו די עולם קען אים,
ער הייסט, נחום ראזנבערג
Turks
פרנס החודשTurks
ווי אזוי זענען די קינדער אין די סיסטעם?
איך שלאג כפרות מיט געלט. מיינט עס אז איך שלאג כפרות מיט'ן סיסטעם?
דו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!
קהל'ס נערמאך זיכערדרך אגב גייען אויך די 'אנשי ברייערוואוד' אריין אין דעם כלל.
קום אריין מיט דיטעילס ווער זענען די אנשי ברייערוואד (והגלילות)
די גוטזאגער, פאטאגראפירער, און סטעטוס לייגער (אין פייער פייטער) שיע פריעדמאן דאווענט דארט און פאסט אסאך שמייכעלדיגע ווידיאס פון די פלאץ
פרנס החודשTurks
ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם
בְּתוֹךְ עַמִּידו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!
זיך באהאלטן אינטער א ניק וואס קען שווערליך, אדער גאר אוממעגליך צו ווערן אינדענטיפיצירט איז בכלל נישט געשלאגן די סיסטעם נאר פונקט קאפויער. די סיסטעם שלאגט כפרות מיט דיר מיט דיין באהאלטענער ניק. לאמיר זעהן שרייב דא אינטער דיין נאמען, אדרעס, און פאון נאמבער. דאן וועלן מיר זעהן ווער שלאגט כפרות מיט וועם.
עצי שטיםפרנס החודשTurks
ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם
טאמס ריווער איז אויך א סיסטעם, טאקע נישט אזוי פארמאכט ווי וויליאמסבורג, אבער סיסטעם בלייבט סיסטעם.
מיינונגזאגערבְּתוֹךְ עַמִּידו, טאקע דו!
אויב ליינסטו יעצט מיינע ווערטער, האסטו אין א געוויסע זין געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם...!
זיך באהאלטן אינטער א ניק וואס קען שווערליך, אדער גאר אוממעגליך צו ווערן אינדענטיפיצירט איז בכלל נישט געשלאגן די סיסטעם נאר פונקט קאפויער. די סיסטעם שלאגט כפרות מיט דיר מיט דיין באהאלטענער ניק. לאמיר זעהן שרייב דא אינטער דיין נאמען, אדרעס, און פאון נאמבער, דאן וועלן מיר זעהן ווער שלאגט כפרות מיט וועם.
די עיקר מאדנע זאך איז, אז דער וואס גייט שלאגן כפרות מיט מיך פארן זיך דרייען אויפן טמא'נע קאווע שטיבל פארום, ער אליינס דרייט זיך אויך דא...... 😉
ידידינו @לעיקוואד
רובינזון קרוזועצי שטיםפרנס החודשTurks
ר' א''י טערטלטויב, שלאגט נישט קיין שום כפרות מיט קיין שום סיסטעם, ער איז פשוט אין א אנדערע סיסטעם ווי דו,
ער איז אין די טאמס ריווער סיסטעם
טאמס ריווער איז אויך א סיסטעם, טאקע נישט אזוי פארמאכט ווי וויליאמסבורג, אבער סיסטעם בלייבט סיסטעם.
כ'מיין וועסט נישט האבן קיין ברירה נאר אפירזיכן דער ביליגסטע, נידעריגסטע און שמוציגסטער מענטש וואס איז נאר פארהאן אויפן ערד קוגל אזוי ס'זאל נישט זיין קיין משהו חשש 'סיסטעם'.
נישט קיין איד ווייל יעדער איד איז אין א סיסטעם נישט קיין חילוק ווי היימיש אדער פרום ער איז. און אפילו א גוי מוז ער זיין א פולע אטעאיסט אן קיין שום רעליגיעזע סיסטעם,
און אויך מעג ער נישט זיין אין קיין שום מערידזש ראם אדער אפילו סתם א רילעשאנשיפ ווייל דאס דאך אויך א 'סיסטעם'. בקיצור, א שווערע מציאה..
בעלזער רבי, ווען ער וויל טיט ער וויאזוי עים שמעקט, און פארפאקט די גאנצע וועלט, און ס'גייט עים נישט אן וואס מען גייט זאגן אויף עים.
קהל'ס נערבעלזער רבי, ווען ער וויל טיט ער וויאזוי עים שמעקט, און פארפאקט די גאנצע וועלט, און ס'גייט עים נישט אן וואס מען גייט זאגן אויף עים.
שיין קוקן מיר אויס אויב די בעלזער איז דער וואס שלאגט כפרות מיט'ן סיסטעם...
אפשר שלאגט ער כפרות מיט סאטמאר, און אפשר טאנצט ער נישט נאך יעדע משוגעת וואס די סאטמערע קאנטראלירטע היימישע מידיע האלט אז ס'איז מסורה פון אידישקייט, אבער פון דארט ביזן שלאגן כפרות, איז גאר א ווייטע מהלך.
אפשר דארף מען מאכן אן אשכול מענטשן מיט וועם די סיסטעם שלאגט כפרות
הדיו יוכלו והם לא יוכלו
yn.NYקהל'ס נערבעלזער רבי, ווען ער וויל טיט ער וויאזוי עים שמעקט, און פארפאקט די גאנצע וועלט, און ס'גייט עים נישט אן וואס מען גייט זאגן אויף עים.
שיין קוקן מיר אויס אויב די בעלזער איז דער וואס שלאגט כפרות מיט'ן סיסטעם...
אפשר שלאגט ער כפרות מיט סאטמאר, און אפשר טאנצט ער נישט נאך יעדע משוגעת וואס די סאטמערע קאנטראלירטע היימישע מידיע האלט אז ס'איז מסורה פון אידישקייט, אבער פון דארט ביזן שלאגן כפרות, איז גאר א ווייטע מהלך.
איינפירן צי לערנען לימודי חול אין ישראל, איז כפרות שלאגן בגדול, דא אין אמעריקא איז אנגענעימען צי לערנען לימודי חול אבער אין ישראל לערנט קיין איין חסידישע (ליטווישע מיין איך אז אויך נישט) ת"ת קיין לימודי חול, ס'איז א אפגעפרעיגטע זאך, מ'קוקט עס אן ווי השכלה, ס'בערך אזויווי מהרז"ל זאל איינפירן אז מען זאל לערנען עברית אין זיינע מוסדות אין אמעריקא.
yn.NYקהל'ס נערבעלזער רבי, ווען ער וויל טיט ער וויאזוי עים שמעקט, און פארפאקט די גאנצע וועלט, און ס'גייט עים נישט אן וואס מען גייט זאגן אויף עים.
שיין קוקן מיר אויס אויב די בעלזער איז דער וואס שלאגט כפרות מיט'ן סיסטעם...
אפשר שלאגט ער כפרות מיט סאטמאר, און אפשר טאנצט ער נישט נאך יעדע משוגעת וואס די סאטמערע קאנטראלירטע היימישע מידיע האלט אז ס'איז מסורה פון אידישקייט, אבער פון דארט ביזן שלאגן כפרות, איז גאר א ווייטע מהלך.
בעלזער רבי האט שטענדיג געטון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, מ'קען זיך קריגן צו ער איז גערעכט צו נישט אבער למעשה האט ער שוין געשלאגן כפרות מיט אסאך 'הייליגע קוען' ביים היימישן ציבור און האט נישט געהאט קיין מינדעסטע פראבלעם זיך ארויסשטעלן קעגן סיי ווער ס'זאל נאר זיין, צו מיטן עדה החרית און סאטמער צו איז עס ווען ער איז געגאנגען מיט דגל, צו איז עס ווען ער האט געלאזט גיין שטודירן, אדער מיט זיין אויפפירונג ביי די קאראנע, און אויך יעצט ווען ער האנדלט מיט משרד החינוך צו לערנען לימודי חול.
עצי שטיםס'דא א איד וואס שלאגט שוין יארן כפרות מיטן סיסטעם, איך ווייס נישט צו די עולם קען אים,
ער הייסט, נחום ראזנבערג
דער חכם שלאגט נישט דווקא כפרות, ער שלאגט אויך אסאך אומשולדיגע מענטשן.
שמעקעדיגעצי שטיםס'דא א איד וואס שלאגט שוין יארן כפרות מיטן סיסטעם, איך ווייס נישט צו די עולם קען אים,
ער הייסט, נחום ראזנבערג
דער חכם שלאגט נישט דווקא כפרות, ער שלאגט אויך אסאך אומשולדיגע מענטשן.
פון ווייסטו אויף זיכער אז זיי זענען אומשולדיג?
ווייל יעדער האט א חזקת כשרות, כמו שנאמר: inocent until proven guilty, (אחוץ חיים ולדר....והיבין מבין)