☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?

פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15114

רובינזון קרוזו » מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:58 pm

· #492736
פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?
איך קום דא אן צי אזא הערליכע שטיבל, און איך ווינדער מיך פארוואס איז נישטא קיין עדס, די הנהלה קען מאכן געלט, עס וועט ווערן א געהעריגע ביזנעס, מען וועט קענען איבערמאכן די יוזער אינטערפעס, קויפן נאך סערווערס, והעיקר די הנהלה וועט מאכן געלט (אויב איז ער אזא שונא בצע, וועל איך שיקן מיין קוויקפעי אדרעסס אין אישי).
החותם בדמעות שליש
רובינזון קרוזו.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:02 pm

· #492738
רובינזון קרוסו: איך האב אויך געהאט דמעות שליש. איך האב מיך געריסן פאר געלעכטער. אפשר אויב מ'וועט א סאך האקן פאר די הנהלה אין טשייניק, וועללן זיי דערהערן און מחליט זיין אנצונעמן עדס. ושלום על ישראל...!

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:06 pm

· #492739
פיינעלי איינער פון די נייע ניקס רעדן עפעס, יעדע וואך אקטעוועזירט מען 20 נייע ניקס וכאשר באו כן הלכו.

אפשר איז דעיס רביה"ק'ס נייע ניק 😂

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:11 pm

· #492740
א סאך פון די נייע ניקס זענען גילגולי נשמות פון די אלטע ניקס. מ'דארף פרעגן א בעל מקוגל איינער פון די שווינדלערס וועלכע פרובירן איינצורעדן פאר'ן עולם (גולם) אז זיי פארשטייען צו די שורש נשמה פון א יעדן. זיי זענען אלע א באנדע שארלאטאנען און שווינדלערס...!

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:14 pm

· #492741
די הארטע קאסטן אויפצוהאלטן די פלאץ דא קאסט א מינימאלע סכום. און די מנהלים זענען מערסטנס עסקנים. עדס וועלן אויך נישט אריינברענגן גרויסע רווחים וואס זאל האבן א ערנסטע אפעקט אויף די סטאַטוס קוואָ. כפי ששמעתי איז אפי' אייוועלט נישט קיין גאלד גריב, נאר די אדווערטייזמענטס דארט האלט פשוט אויס דער פלאץ. קיין גביר איז ער נישט געווארן דערפון.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:29 pm

· #492746
קוקרקלענד: דו דארפסט פארשטיין אז איי-וועלט מישט אידעאלאגיע מיט ביזנעס. לאמיר זאגן אז אן איזראעלי-ציוניס'טישע טרעוול עידזשענסי וועט וועללן אדווערטייזן אין איי-וועלט אז ער נעמט מענטשן אויף שיינע טורס. אויך צום כותל. און די אנדערע מקומות הקדושים וואס די ציונים האבן איינגענימען אין די ששת ימי אפילה, וועט ער נישט אננעמען די עדס. או. קעי. וויפיהל געלט קענמען שוין מאכן פון דעם שמש אדער מקווה איד פון סאטמאר'ע מקווה וואס אדווערטייזט זיינע בראנפנס און וויינען...?! אדער פון דעם שערער אין סאטמאר'ע מקוה...!

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:14 am

· #492753
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.

היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.

פרימארגען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:00 am

· #492761
די חברי השטיבעל וועלן צולייגען יעדער עד און צונעמען יעדער ביזנעס. עניוועי

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:20 am

· #492782
berlbalaguleh
קוקרקלענד: דו דארפסט פארשטיין אז איי-וועלט מישט אידעאלאגיע מיט ביזנעס. לאמיר זאגן אז אן איזראעלי-ציוניס'טישע טרעוול עידזשענסי וועט וועללן אדווערטייזן אין איי-וועלט אז ער נעמט מענטשן אויף שיינע טורס. אויך צום כותל. און די אנדערע מקומות הקדושים וואס די ציונים האבן איינגענימען אין די ששת ימי אפילה, וועט ער נישט אננעמען די עדס. או. קעי. וויפיהל געלט קענמען שוין מאכן פון דעם שמש אדער מקווה איד פון סאטמאר'ע מקווה וואס אדווערטייזט זיינע בראנפנס און וויינען...?! אדער פון דעם שערער אין סאטמאר'ע מקוה...!

אין די עמי און משפחה נעמען דען אן די עדס פון די סאטמארע שערער, אדער נטרונא? וויפל געלט מיינסטו קענען זיי שוין מאכן פון אפאר טור-גיידס וואס נעמען דעם עולם צום כותל?

פיניע » דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:50 pm

· #492794
Re: פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?
פאר א "פרי ספיעטש" פלאטפארמע צי ערלויבן עדס וואלט געווען די ערגסטע איידיע, ווייל עס בינד אראפ צי די עדווערטייזער'ס.

מרדכי מרדכי » מיטוואך יאנואר 26, 2022 9:04 am

· #492934
עס גייט זיין אקעגן תקנות המקום צי בארעדן די וואס אדווערטייזן דא. אפשר איז גיט פאר לב טהור צי אדווערטייזן דא.
קאמפעניס גייען נישט מורא האבן צי אדווערטייזן ווייל אויב גייט איינער וועגן אז זיי האבן עדס דא מיינט אז יענער האט באזוכט קאווע שטיבל

nespresso » מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:57 pm

· #492985
שמעקעדיג
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.

היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.

וואס איז מיט גוגל עדס

מרדכי מרדכי » פרייטאג יאנואר 28, 2022 10:19 am

· #493220
nespresso
שמעקעדיג
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.

היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.

וואס איז מיט גוגל עדס

געוויסע וועלן זיך אפרעדן אז זיי זעהען נישט איידעלע עדס

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 28, 2022 10:33 am

· #493222
מרדכי מרדכי
nespresso
שמעקעדיג
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.

היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.

וואס איז מיט גוגל עדס

געוויסע וועלן זיך אפרעדן אז זיי זעהען נישט איידעלע עדס


זאלן זיי לייגן א פילטער..... 😂

פאלאצ'ינטא » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:43 pm

· #493315
רובינזון קרוזו
איך קום דא אן צי אזא הערליכע שטיבל, און איך ווינדער מיך פארוואס איז נישטא קיין עדס, די הנהלה קען מאכן געלט, עס וועט ווערן א געהעריגע ביזנעס, מען וועט קענען איבערמאכן די יוזער אינטערפעס, קויפן נאך סערווערס, והעיקר די הנהלה וועט מאכן געלט (אויב איז ער אזא שונא בצע, וועל איך שיקן מיין קוויקפעי אדרעסס אין אישי).
החותם בדמעות שליש
רובינזון קרוזו.


נאר דאס פעלט אונז אויס. נאך א סייט מיט נערישע עדס וואס האקט אין קאפ

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:46 pm

· #493316
ס'איז גארנישט ערגער פון די (נארישע) עדס אויף וואס איז נייעס און ישיבה ווארלד...!

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:56 pm

· #493317
nespresso
שמעקעדיג
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.

היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.

וואס איז מיט גוגל עדס
איך האב אמאל געזעהן אויף DansDeals ווי איינער איז איהם מעורר אז ער האט באמערקט אויף זיין וועבזייטל אן עד פאר א ג’ קראוז-שיף. יענער האלט איהם פאר היתכן ער פארמאגט שמוציגע עדס...

נישט לאנג שפעטער ענטפערט איהם Dan צוריק אז די עדס אויף זיין סייט איז אויסשליסליך דורך גוגל עד און בדרך כלל באזירן זיי עס אויף דיין פריערדיגע בראוזינג היסטערי...

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:00 am

· #493354
אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:48 am

· #493366
berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!


בדרך רמז קען מען זאגן, שמח בחור בילדותיך 😂

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:51 am

· #493368
קהל'ס נער: און וואס טוטצעך מיט אן אלטן ..."ג"...? שוין. איך וויל נישט ווייטער זאגן. וואו ער גייט...לאל

דערהויבענע איד » זונטאג יאנואר 30, 2022 3:08 am

· #493387
berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!


היינט מיינט עס אויך נישט א נעגעטיווע קאננאטאציע.

שוין איך וויל נישט סתם זיך ארום טענ'ען

סמיילי » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:42 pm

· #493512
כמיין מען קען בעטען $5 א חודש access, און אויכט צאלן אפאר שרייבערס צו מאכען עס מער לעבדיג און אינעטרסאנט

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:50 pm

· #493514
סמיילי
כמיין מען קען בעטען $5 א חודש access, און אויכט צאלן אפאר שרייבערס צו מאכען עס מער לעבדיג און אינעטרסאנט


נאר נישט באצאלטע שרייבערס, זיי מיזן נעבעך יעדע וואך ארויסריקען ארטיקלען אז נישט האט ער נישט מיט וואס שבת צי מאכן, שרייבט מען אזאלכע שטותים, אבי אנציפילן די שורות,
כ'ווייס נישט אויב מען מעיג דא רעדן אויף אויבגאבעס, אבער אלע יודישע אויסגאבעס זענען אזאלכע נידריג קוואליטעיט, ובפרט איינע פון די מאגאזינען, וואס ווערט נאר מער טיפשות'דיג א יעדן טאג וואס עס גייט אריבער.

נ.ב. כ'האב נאך נישט געליינט דער וועקער, קען זיין ס'איז יא הויך קוואליטעיט, און אויב יא ווערן די שרייבער נישט באצאלט, עלי ועל צווארי.

פאר'ן דאווענען » מאנטאג פעברואר 28, 2022 6:06 pm

· #495837
די איינציגסטע עד וואס ס'איז שוין יא געווען דא, די לינק פארן וועקער, איז שוין אויך נישט דא!