☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי

דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15104

נחמד » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:34 pm

· #492387
דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
פאלגענד איז א בערךדיג ענגליש ווערטער ליסט פונעם טונא בייגל'ס בלאסן לעקסיקאן.

איר קענט זיי הערן רעדן אויף סאשעל מידיע ווי אימער זיי לאזן זיך הערן בשעס'ן זיך ברעכן די ציינער.

1. עמעזינג עמעזינג (געווענליך זאגן זיי די ווארט צוויי מאל צו קאמפענסירן וואס ס'פעלט אין אויסדרוק צוליב'ן זיך נישט קענען גענוג גוט עקספרעסן אין ענגליש)

2. ליטערעלי

3. Though (א גרויסע ווארט דאס, די ווארט ווארפט דער בייגל אריין ווען ער הייבט אן חושד זיין אז זיין אקצענט זאגט אויס זיין וויליאמסבורגער אדרעס)

4. Wedding (דער בייגל איז אזוי פארקאמפלעקסט אז ער דארף רעדן ענגליש ער ריאלייזט נישט אז דעם נישט חסידישער איד וועם ער וויל אזוי שטארק נאכמאכן וועט רוב מאך זאגן ''חתונה'' נישט ''וועדינג'')

5. Actually

6. Super

7. Israel (העי טונא בייגל! הער אויס א גוטן פריינד, דער ליטוואק און דער פלעטבוש איד זאגן ביידע: ''ארץ ישראל'', נישט ''איזראעיל''! קאם אן ווילסט זיין מעכטיג אדער א נארישער גוי? דער גוי זאגט Israel, דו קענסט טון בעסער!)

8. Besides

9. Stuff

10. Appreciate

More to follow

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:38 pm

· #492389
הייבסט אן א אינטערעסאנטע נושא, אבער דו דארפסט מער מסביר'ן.
איך זעב נישט וואס איז די פראבלעם מיט די אלע ווערטער וואס האסט נישט פארעקספלעינערט פארוואס ס'איז אמעראצעס.

נחמד » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:43 pm

· #492390
דאס זענען די פאר ווערטער וואס זייערע אלע קאנווערסעשאנס דרייען זיך ארום איבער. די איבריגע איז וואס יעדע כתה ד' אינגל קען. ותן לחכם ויחכם...

כלבאשבוע » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:48 pm

· #492393
📎 BB971DB4-F683-4D0E-8CA6-0DFB6AEA9810.jpeg

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:02 pm

· #492397
נחמד
דאס זענען די פאר ווערטער וואס זייערע אלע קאנווערסעשאנס דרייען זיך ארום איבער. די איבריגע איז וואס יעדע כתה ד' אינגל קען. ותן לחכם ויחכם...

נחמד: דיין טונא בייגל האט גאנץ אן איינדרוקספולן (אימפרעססיוו) וואקעבולערי. איך קען א פאר טונא-בייגלס וואס קענען נישט א העלפט פון די ווערטער. א יעדעס צווייטע ווארט ביי זיי איז..."האטערע- וואטערע"...!

ווע מ'ווארפט (ס'איז א פארמעסט ווער ס'קען בעסער) ספיט באללס אויפ'ן ענגליש טיטשער האט מען אזא פנים...!

אבער ס'איז דא יונגלעך אין די עיר הקדשה ווילאמסבורג וועלכע זענען מחוצפים צום טיטשער ווייל זייערע טאטעס האבן זיי אזוי אויסגעלערנט...ענגליש, אזוי ווי דער עירוב און, פארשטייצעך די ציונים זענען טמא...!

וואלווי » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:49 pm

· #492405
נחמד
דאס זענען די פאר ווערטער וואס זייערע אלע קאנווערסעשאנס דרייען זיך ארום איבער. די איבריגע איז וואס יעדע כתה ד' אינגל קען. ותן לחכם ויחכם...

ס'איז אן אינטערסאנטע אבסערוועישאן.

2, 3, 5, 8, 9, זענען זענען מער ווייניגער אפט גענוצטע ווערטער ביי אלע ענגליש רעדנערס, ספעציעל ניו יארקערס, דוגמת אריינשטעקן kinda like איעדע פינף ווערטער.

Israel איז די סטאנדארד ביי יודען דוברי ענגליש, חוץ ביי די חרדים, די חסידים וליטאים, וואס זאגען ארץ ישראל

וואלווי » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:54 pm

· #492406
berlbalaguleh

נחמד: דיין טונא בייגל האט גאנץ אן איינדרוקספולן (אימפרעססיוו) וואקעבולערי. איך קען א פאר טונא-בייגלס וואס קענען נישט א העלפט פון די ווערטער. א יעדעס צווייטע ווארט ביי זיי איז... "האטערע- וואטערע"...!

בערל, וואס מיינט האטערע- וואטערע?

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 21, 2022 4:36 pm

· #492412
איך האב געהערט א היימישער , וויליאמסבורגער יונגערמאן האט גערעדט צו א נייעס רעפארטער. אזוי האט עס געסאונדט. אפשר זעקס מאל האט ער איבערגעזאגט די ווערטער.. דאס איז פונגקטליך אזוי ווי די ווארט ..."איזעי".. ביי די אונגערישע אידן

פאליטיקאנט » פרייטאג יאנואר 21, 2022 4:56 pm

· #492413
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
סאָ, אָממ און יעעע (yeah) פארנעמט אלס די אויבנאן.

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 8:54 pm

· #492433
Basically
בעיסיקלי איז מען בעיסיקלי אדיקטעד צו דער ווארט. מען קען בעיסיקלי נישט זאגן א זאץ אהן בעיסיקלי זאגן דער ווארט בעיסיקלי אפאר מאל. בעיסיקלי, טאמער יא, פילט ער בעיסיקלי ווי א גוי וואס קען בעיסיקלי נישט זאגן דער פ"ה הידוע.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 10:43 pm

· #492443
האסט פארגעסן פון "legit", ס׳איז מיין פעיוואריט ווארט וואס איך נוץ געווענליך נאר ווען איך בין אין א הייפער גיסטע, יעדע זאך קען ווערן legit.

די ווארט בעיסיקלי נוץ איך אויך צומאל ווען ס׳קומט עכט אריין, וואס גייט מיר יא אויף די נערוון איז די טונא בייגלס וואס פאנגען אן יעדע דריטע זאץ מיט "...So basically", בעיקר ווען זיי זעצן פאר די זאץ מיט א געמיש פון אידיש און ענגליש .

נאך עפעס וואס גייט אויף די נערוון איז ווען א טונא בייגל באנוצט זיך מיט איינע פון די שמות בני ארבע אותיות, ווי שית און די F ווארט, כ׳מיין ס׳דא מענטשן וואס ס׳האט א חן ווען זיי נוצן די ווערטער צ.ב. דשארדש קארלין און ס׳דארף אויך קומען מיט אן ערנסטן טאן, סתם נוצן די ווערטער מיט א טאן וואס זאגט ״עכט בין איך נישט פיסד אף, איך וויל סתם ווייזן אז איך בין קיל״ איז ממש pathetic ווי מ׳זאגט.

און וואס איז מיט "thing", די טינג דעט גאוס אינטו דע טינג וכו׳.

לגבי זאגן Israel אנשטאט ארץ ישראל אדער Eretz Yisroelll קומט עס לאו דווקא פון קאמפלעקסן, ס׳קען אויך קומען פון פשוט זיין צוגעוואוינט צו רעדן ענגליש נאר מיט גוים. מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען אין ישיבת מיר און איך בין געשלאפן אין א ליטווישע דירה איין זמן, ס׳געווען דאס ערשטע מאל וואס כ׳האב מיך אנגעקערט מיט ליטאים אויף א טעגליכן פארנעם, האט איינער פון מיינע שותפים לדירה מיר געפרעגט פארוואס איך זאג Saturday אנשטאט Shaaabbes און איך האב איהם דאס מסביר געווען. שפעטער נאך מיין חתונה האב איך מיך געצויגן צו אן ענגליש-רעדנדע געגנד און היינט קומט שוין די "Shaaaabbes" נאטורליך, מיין ווייב און איך מאכן זיך חוזק צווישן זיך וויאזוי אונזערע שכנים זאגן "Shaaaabbes" אבער למעשה רעדן מיר שוין היינט אויך אזוי, והוא רחום יכפר עוון.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:42 am

· #492454
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:00 am

· #492457
ס׳מיינט איינער וואס ווען ער רעדט ענגליש זאגט ער טונא בייגל אנשטאט tuna bagel, די פרויערישע ווערסיע הייסט טיכל טוסדעי, פרעג מיר נישט פארוואס.

נחמד » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:28 am

· #492458
איך מיין אז ס'קומט פונעם לץ מאדי ער איז עס מסביר אז דער ענגליש רעדנדיגער געוועזענער חסיד געט ארויס זיין אידענטיטעט ווען ער באשטעלט א ''טונא בייגל'' אנשטאט א בייגל ווהיט טונא אזוי ווי א אויטענטישער נישט חסיד רעדט, אויך ווען ער זאגט פלאג אוט דע ווייער אנשטאט אנפלאג די ווייער.

yesiknow » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:39 pm

· #492492
שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

Well that's ok
ווער ווייסט וואס מיינט די ווארט "וועל" well?
Well איך מיין אז עס מיינט גארנישט עס געט נאר צייט צו טראכטען וואס מען קען זאגען...

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:16 pm

· #492494
yesiknow
שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

Well that's ok
ווער ווייסט וואס מיינט די ווארט "וועל" well?
Well איך מיין אז עס מיינט גארנישט עס געט נאר צייט צו טראכטען וואס מען קען זאגען...

אזוי ווי "כאילו" אין ארץ ישראל

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:17 pm

· #492495
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
yesiknow
שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

Well that's ok
ווער ווייסט וואס מיינט די ווארט "וועל" well?
Well איך מיין אז עס מיינט גארנישט עס געט נאר צייט צו טראכטען וואס מען קען זאגען...
ווי איך פארשטיי גיבט well צו א פאזיטיווי צו די זאץ א טרוקענע that's ok קלונגט אנדערש ווי א מער פרישע well that's ok

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:17 pm

· #492496
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
קאצקע ציקער
yesiknow
שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

Well that's ok
ווער ווייסט וואס מיינט די ווארט "וועל" well?
Well איך מיין אז עס מיינט גארנישט עס געט נאר צייט צו טראכטען וואס מען קען זאגען...

אזוי ווי "כאילו" אין ארץ ישראל
איך וואלט עס מער צו געגליכן צו סבבה

וואלווי » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:21 pm

· #492497
ווען מ'פאוסט א bulk וואטסעפ סטאטוס פאר א שמחה, שרייבענדיג I would like to "personally" invite you

yesiknow » זונטאג יאנואר 23, 2022 1:24 pm

· #492498
סבבה קומט ביי די ענד פון א זאץ וועל קומט געווענדליך ווען מען עפענט די מויל צו ענטפערען אויף א קוועזשטאן. סבבה

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:30 pm

· #492505
yesiknow
שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך ווייס נישט וואס מיינט טונא בייגל?

Well that's ok
ווער ווייסט וואס מיינט די ווארט "וועל" well?
Well איך מיין אז עס מיינט גארנישט עס געט נאר צייט צו טראכטען וואס מען קען זאגען...

פאליטיקאנטן ניצן טאקע דיין עצה.
אבער פשוט פשט מיינט עס "אמער", אזוי ווי די רבי האט געטיישט אין חדר "והלוא, און אמער"

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 23, 2022 4:14 pm

· #492523
קהל'ס נער: און מיין רבי אין חדר האט געטייטשט..."הלוא"...פארוואר...(נישט אויסצומישן מיט פארוואס.)...געי וועיס וואס (פונקטליך) דאס מיינט...ווער ס'ווייסט (נישט די העיליגע רעבעה. ער וועיסט דאך נישט.) זאלל זיך ביטע אנרופן...!

פרייוויליג » זונטאג יאנואר 23, 2022 4:39 pm

· #492526
איך האב אים "ליטערעלי" געגעבן א פראסק, כמיין נישט סתם געגעבן א פראסק נאר ליטערעלי א פראסק.

איך בין טעקענעקלי געשטאנען נעבן מיין חבר, און איך האב אים ליטערעלי דערלאנגט א לעזשיט פראסק, וואס איז זיך אים ליטערעלי געקומען.

מיין חבר האט מיר געזאגט אז ער האט אים ליטערעלי געזען נעכטן, הארט נאכן אים ליטערעלי דערלאנגען א פראסק.

די סיבה פארוואס איך זאג ליטערעלי איז, ווייל מיין חבר נוצט ליטערעלי יעדער פאר סקונדעס די ווארט ליטערעלי. סא 'ליטערעלי' געבט מיר די איינדרוק אז אויב איך נוץ נישט ליטערעלי יעדע פאר סקונדעס די ווארט ליטערעלי, קען מיין מעשה זיין עמביגיוס, דאס מיינט אז ווען איך בין געשטאנען נעבן מיין חבר האט איך אים ליטערעלי געשלאגן, און נישט 'נישט געשלאגן', נאר ליטערעלי א פראסק!

"בעסעקלי" ווען עס קומט אויסצוברייטן מיין לעקסיקאן זיך איך פאר מער לעזשיט ווערטער ווי "קווארעטין", "סטימיולעס" אדער "טעקענעקלי". איך זיך ענדערש ווערטער ווי ליטערעלי, ווי מיין חבר וואס איך האב נאכנישט געזען אפאר יאר איידער איך האב ליטערעלי געגעבן א פראסק, זאל מיינען אז איך האב מיך ליטערעלי אויסגעלערנט ענגליש אין א קורצע צייט.

יעדעס מאל וואס איך באגעגען א ווארט וואס איך ווייס נישט איר באדייט ווער איך ליטערעלי געוואור אז ענגליש פארמאגט נאך ווערטער אויסער ליטערעלי, און איך ווער סופרייסט וויאזוי ליטערעלי איז נישט די איינציגסטע ווארט וואס איך נוץ טעקענעקלי נישט ריכטיג.

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 4:46 pm

· #492527
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.

נחמד » זונטאג יאנואר 23, 2022 5:22 pm

· #492529
ברוינשטיין
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.

די לצנות איז נישט זיך דאס קראצן ס'איז דאס אז דער בייגל וויל נעבעך זיין קיל, אין דער ענד אבער טוט עס בעקפייערן און דער גולם כאפט נישט..

נחמד » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:31 pm

· #492543
מידי דברו בו קען מען שרייבן משלים פון היימישע אמעראצעס אין ענגליש.
1. Can you borrow me
2. Take a picture from me

yesiknow » זונטאג יאנואר 23, 2022 8:34 pm

· #492553
דער אמת איז אז אינזער יודישע וועקעביולערי איז זייער ארים, נאכאמזל אינז מישען דאס אויס מיט (אויפגעמאכטע) ענגלישע ווערטער...
די ליבוביץ רבי האט (געהאט) גאר א רייכע יודישע וועקעביולערי!

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 8:38 pm

· #492555
Re: דעם טונא בייגל'ס מאגערן וואקאבולארי
ווען מ'רעדט ווען אידיש אויף די וועג וואס מען שרייבט וואלט מען זיך געקענט אן עצה געבן, די בראך איז, אז די ווערטער וואס מ'נוצט ביים רעדן איז נישט מעגליך זיך ארויסצוברענגען אויף אידיש, מ'קען טאקע זעהן אז די וועלכע קענען נישט קיין ענגליש און אויך נישט די שרייבערישע אידישע ווערטער האבן נישט די מעגליכקייט זיך ארויסצוברענגען.

וואלווי » זונטאג יאנואר 23, 2022 9:34 pm

· #492560
ברוינשטיין
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טרייבט נישט לצנות פון די מאדערנע וועלכע קראצן זיך אידיש.

גערעכט, ס'היינו הך, אבער די יסוד איז אז שפראך איז א סאשעל tool, און ס'נישט דא וואס צו לאכן פון א טונא בייגל פאר פרובירן צו אפדעיטן זיין וואקעבולערי. אדרבה, דער וואס פרובירט זיך צו לערנען נייע זאכן, און דערביי זיך נישט שעמען און פרובירן נייע ווערטער אין פאבליק, דער האט אויף וואס די ברכה זאל חל זיין.

די זעלבע איז מיט אמעריקאנע יודען וואס ווילן רעדן אידיש. ס'איז פרעמד פאר זיי, אבער דאך האלט מען זיך נישט צירוק פון זיך לערנען נייע זאכן. אזוי ווי א יעדע טוריסט, אז ער וועט זיך נישט שעמען און פראבירן נייע ווערטער וועט ער בלייבן שטעקען און נישט הנאה האבן פון די פלאץ.

מ'קען אלע לאכן, די חסיד פונעם אמעריקאנער, און די אמעריקאנער פונעם חסיד, אבער ידוע מאמר החכם, the one who laughs last laughs best, און דער וואס איז קריעטיוו דער קומט אן און נעמט עדווענטעדזש פון א געלעגנהייט.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:31 pm

· #492564
וואלווי

העי! שאט אפ!
דא אין ק"ש איז נישט אין סטייל צי זיין פאזעטיוו 😂

וואלווי » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:38 pm

· #492565
Adventurous איז אייביג גוט.

ביסט גרייט צו שרייבן אויף עברית אדער ענגליש דוקא דיין נעקסטע פאר תגובות?

(אויב ביסט געבוירן אין דא אין חרדים'סוויל....)

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:57 pm

· #492569
וואלווי
Adventurous איז אייביג גוט.

ביסט גרייט צו שרייבן אויף עברית אדער ענגליש דוקא דיין נעקסטע פאר תגובות?

(אויב ביסט געבוירן אין דא אין חרדים'סוויל....)

בעברית, למה לא.
אני מעדיף לכתוב בעברית בגלל שזה שפה ברירת המחדל שלי כבר עשור.

But not in english, everytime i need to write a profesional email i need to break my head with google translate and spell checker.

אבער דער אמת איז, אז מען לערנט זיך גאנץ שנעל אויס צי שרייבן, איך האב כמעט נישט געקענט שרייבן קיין יודיש פאר כ'האב אנגעהויבען צי שרייבן דא אויף ק"ש היינט שרייב איך זייער שנעל, כאטש ס'איז נישט אזוי גיט.

וואלווי » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:13 pm

· #492573
así que ahora ya no eres la persona estúpida de la ciudad, así que sigue así

צקון לחש » מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:01 am

· #492604
בענין "well" שדנו בו למעלה - בעברית זה "ובכן"

וואלווי » מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:04 am

· #492605
ס'איז מער ווייניגער אזא "אקעי, אבער..." אדער "אויב אזוי.."

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:25 am

· #492607
ובכן אין עברית.
אנפאנג א סענטינץ איז well.
אויך קען עס ווערן געניצט אויף א טריציגע וועיג "ובכן?!"
בבחינת "so what?!"