☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15095

היכי דמי » מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:32 pm

· #492073
נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער. געפארן זענען זיי קיין קווינס ווי געוויסע מענטשן גייען זיי פרובירן צו אויפקלערן מיט א זאפטיגע סעקס עדיוקעישן, מיט משלים און סטאטיסטיקס. יא, מען גייט רעדן צו די קינדער וועגן אינטערנעט, און מען גייט זיי אויפקלערן אז אינטערנעט איז ווי גילו עריות אדער גאר ערגער.

מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען א עמעזאן באקס ווערט דעליווערט צו זיי אין שטוב זאלן זיי וויסן אז זייער מאמע האט ווארשיינליך געזינדיגט.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע הערט א שיעור אויף תורה עני טיים הערט ער זיך אן מיט אפיקורסות.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע גיבט צדקה אויף טשערעטי, בויט ער בתי זונה
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע ליינט א ביזנעס אימעיל איז עס א בחינה פון כל באיה לא ישובין
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער מאמע טשעקט א רעסעפי אנליין, גייט די נאכטמאל יענע טאג זיין טריפה

וכו. וכו.

נחמד » מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:46 pm

· #492075
וועלכע מוסדות זענען געגאנגען?

היכי דמי » מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:59 pm

· #492076
הער איך אז אלע אויסער באבוב

פריוואט » מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:33 pm

· #492087
האט מען געבעטען געלט פון דו קינדער, צו קענען מיטפארען?

אלבערט איינשטיין » מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:04 pm

· #492089
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
ווער שטייט דערונטער? השומרים?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:06 pm

· #492090
געלט איז די קלענסטע פראבלעים...! די שאלה איז ווער (וולעכער משוגע'נער. יחיד אדער ארגאניזאציע) שטייט אונטער דעים...!

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:20 pm

· #492096
צום קעפל: עלעמענטן ספעללט זיך מיט צוויי עינס נישט עלימענטן.

פאליטיקאנט » מיטוואך יאנואר 19, 2022 6:53 pm

· #492112
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
לאכטס ענק אויס, עס טוט גארנישט אויף, קיין איין אינגל נעמט עס נישט מער ערנסט ווי השמיעיני אד"ג. אויב יא איז עס נאר ביז ער גייט אריין אין כיתה ט'.

סתם אזוי איז עס געווען א דורכפאל פון א זאך, כ'האב געהערט אז די מנהלים זענען זייער נישט צופרידן, אנגעהויבן די סיסטעם פון די באסעס (איין לעין פאר קרוב צו צוויי הונדערט באסעס), די נישט האבן עסן פאר 5 שעה, און די שלעפעריי. אלס איז געווען אן קיין שכל.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:01 pm

· #492120
פאליטיקאנט
לאכטס ענק אויס, עס טוט גארנישט אויף, קיין איין אינגל נעמט עס נישט מער ערנסט ווי השמיעיני אד"ג. אויב יא איז עס נאר ביז ער גייט אריין אין כיתה ט'.

סתם אזוי איז עס געווען א דורכפאל פון א זאך, כ'האב געהערט אז די מנהלים זענען זייער נישט צופרידן, אנגעהויבן די סיסטעם פון די באסעס (איין לעין פאר קרוב צו צוויי הונדערט באסעס), די נישט האבן עסן פאר 5 שעה, און די שלעפעריי. אלס איז געווען אן קיין שכל.

זאגסט דאך אזוי אמת'דיג, די אלע דרשה'ס זעננן גיט ביז כיתה ט', ווען איך בין געוועין אין חדר האט זיך אנגעהויבען די אינטערנעט מערכה, אונז זעמיר אלע געוועין זייער הייליג אקעיגן אינטערנעט די גאנצע קלאס, אין שיעור א' האבן 2 חברה שוין געהאט אייפאד טאטש'ס (ווער געדעינקט נאך? 😂 ) וואס זיי האבן עס ארום געבארגט פאר כל דכפין וכל דצריך, וואס אינז האבן אלס צאם געזעין דארט ווייסט נאר גאט אין הימל....מיט מיין גאנצע קלאס, בקיצור צום פוינט די אלע דרשה'ס זענען גיט ווילאנג מען קימט נישט אין בארירונג מיט אט די כלי המשחית וכו'. היינט נאכן חתונה האבן בערך 90% פון מיין קלאס סמארטפאון'ס.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:07 pm

· #492121
קען זיין אז אין בעלז איז אזוי, אבער אין אנדערע קהילות, ובתוכם ווי איך בין אויפגעוואקסן, איז עס בערך 50/50, פאר האלב פון די עולם בלייבט איינגעווארצלט די אלע זאכען וואס מען האט זיי פארקויפט, אפילו נאך די חתונה, און מען האט נאר פליפ פאונס.

קהל'ס נער » מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:19 pm

· #492122
[

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:57 pm

· #492126
היכי דמי
אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער. געפארן זענען זיי קיין קווינס ווי געוויסע מענטשן גייען זיי פרובירן צו אויפקלערן מיט א זאפטיגע סעקס עדיוקעישן, מיט משלים און סטאטיסטיקס. יא, מען גייט רעדן צו די קינדער וועגן אינטערנעט, און מען גייט זיי אויפקלערן אז אינטערנעט איז ווי גילו עריות אדער גאר ערגער.

מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען א עמעזאן באקס ווערט דעליווערט צו זיי אין שטוב זאלן זיי וויסן אז זייער מאמע האט ווארשיינליך געזינדיגט.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע הערט א שיעור אויף תורה עני טיים הערט ער זיך אן מיט אפיקורסות.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע גיבט צדקה אויף טשערעטי, בויט ער בתי זונה
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע ליינט א ביזנעס אימעיל איז עס א בחינה פון כל באיה לא ישובין
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער מאמע טשעקט א רעסעפי אנליין, גייט די נאכטמאל יענע טאג זיין טריפה

וכו. וכו.

איך בין אויך ווייט נישט קיין חסיד פון די סארט כינוסים, אבער לדעתי האסטו שרעקליך איבערגעטריבן.

ישן מלא חדש » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:25 am

· #492211
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
נישט זיין באזארגט מאנסי האט געהאט די זעלבע כינוס פאר א פאר וואכן צוריק ולא נודע כי באו אל קירבנה

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

פרנס החודש » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:36 am

· #492228
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:33 am

· #492239
פרנס החודש
איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

זייער גיט אזוי זעיען מער מענטשן איין אז זיי זענען סתם עקסטרעמיסטן, נעקסטע יאר גייען זיי אסר'ן סידי פלעיערס.

מען דערציילט אויף די רבנים פון נאכן קריג, די עקסטרעמיסטן האבן געוואלט מען זאל אסר'ן רעדיאו, האבן די רבנים גענטפערט: אז מען וועט אסר'ן ראדיו וועט מען שוין לאכן פונעם איסור אויף טעלעוויזיע, מען וועו זאגן אז די זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גע'אסר'ט רעדיו האבן גע'אסרט טעלעוויזיע.

נחמד » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:35 am

· #492240
קהל'ס נער
פרנס החודש
איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

זייער גיט אזוי זעיען מער מענטשן איין אז זיי זענען סתם עקסטרעמיסטן, נעקסטע יאר גייען זיי אסר'ן סידי פלעיערס.

מען דערציילט אויפ'ן סאטמארער רבי'ן זי''ע, די עקסטרעמיסטן האבן געוואלט ער זאל אסר'ן רעדיאו, האט ער זיי גענטפערט: אז מען וועט אסר'ן ראדיו וועט מען שוין לאכן פונעם איסור אויף טעלעוויזיע, מען וועו זאגן אז די זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גע'אסר'ט רעדיו האבן גע'אסרט טעלעוויזיע.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:52 am

· #492242
נחמד

קען זיין ס'געוועין די רביזכיסע...אבער מען האט שוין ארויפגעקלעיבט אויף עים אזויפיל מעשיות אז מען קען נישט וויסן, אויב איך געדעינק גיט איז עס געוועין צעלימער רב, כ'האב עס נישט ארויסגעשריבען ווייל כ'וויל נישט שרייבן זאכן וואס כ'בין נישט זיכער.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:44 pm

· #492260
די אמאליגע רבנים האבן פארשטאנען צו הנהגה

ראדיא האבן זיי נישט געאסר׳ט ווייל עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה

נחמד » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:09 pm

· #492265
מיט וואס איז ראדיא מער גזירה שאין הציבור ווי אינטערנעט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:19 pm

· #492267
נחמד: איה"נ (אין הכי נמי. פאר די מענטשן אין האבאקען). די אמאליגע רבנים וואלטן טאקע נישט געאסר'ט אינטערנעט (פארשטייצעך מיט א פילטער, און השגחה וואו ס'דא קינדער.).

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:54 pm

· #492270
berlbalaguleh
נחמד: איה"נ (אין הכי נמי. פאר די מענטשן אין האבאקען). די אמאליגע רבנים וואלטן טאקע נישט געאסר'ט אינטערנעט (פארשטייצעך מיט א פילטער, און השגחה וואו ס'דא קינדער.).

גערעכט

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:22 pm

· #492273
נחמד
מיט וואס איז ראדיא מער גזירה שאין הציבור ווי אינטערנעט?

ס'טאקע נישט מער, וועיגן דעים זאגט ער אז די אמאליגע רבנים האבן פארשטאנען צי הנהגה, די היינטיגע נישט ווייל זיי אסר'ן אינטערנעט

הוספה:
יעצט זעי איך אז בערל האט מיך שוין אויסגעכאפט

מיינונגזאגער » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:20 pm

· #492284
היכי דמי
אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער.

שרעקליך, אבער לאמיר א מינוט קלערן.
(איך ווייס אז איך גיי כאפן א פסק פארן זיין א טראל. וויל איך דא שטעלן אן הקדמה. אז איך גיי עקטן עז עי דעווילס עדוואקעט Act as a devil's advocate נישט אז איך האלט אזוי.)
אם תמצא לומר אז די אינטערנעט איז אזוי שמוציג און א מקום לפורעניות, ג"ע, שפ"ד, און ע"ז, מאן יימר אז זיי זענען נישט גערעכט.
אויב דער בורא עולם הקב"ה זאגט אז מען זאל זיך פונאנדערשיידן פון די טומאה, און מען זעהט א טאטע אדער א מאמע טוהן זיך נישט אפשיידן פון דעים, זאל, און מעג א קינד וויסען אָפס מיין טאטע מאמע טוען זאכן וואס זענען שלא כהוגן. דער קינד וועט זיך דארפן מיט דעם ספראווען, אבער ווער זאגט אז א קינד ספראווען מיט יענעמס (טאטע מאמע) קדושה איז אזוי שלעכט. עס גיט א קינד אן אימיון סיסטעם פאר די ריעל ניסיונות וואס איז אבאוט טָא קאום ווען ער אליינס וועט סטראגלען.
דזשאסט א געדאנק !!

חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:56 pm

· #492286
מיינונגזאגער

חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.

ביז די שורות האסטו שיין אראפגעלייגט די פערספעקטיוו פון דעווילס אדוואקאט, אבער מכאן ואילך הערט זיך עס ווי הערד אימיוניטי, שטעק אן וואס מער קינדער מיט פארדארבענע חוצפה און משיח וועט קומען? חוצפה איז נישט קיין סגולה צו משיח, ס'איז א פראבלעם פאר משיח, נישט דעווילס אדוואקאט.
חוץ אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א ביסל סארקעזם.

תרמב » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:00 pm

· #492295
איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:19 pm

· #492334
תרמב: איך בין מסכים מיט דיר. אבער הרב ש.ב. מרגליות (המכונה שמואל שלמה טעללער) טענה'ט אז ס'איז געווען א געהויבענער מעמד...!

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:58 am

· #492356
תרמב
איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

איך האב אויך געהערט די זעלבע זאך פון חשובע מלמדים וואס זענען געווען דארט.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:04 am

· #492357
מיינונגזאגער
היכי דמי
אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער.

שרעקליך, אבער לאמיר א מינוט קלערן.
(איך ווייס אז איך גיי כאפן א פסק פארן זיין א טראל. וויל איך דא שטעלן אן הקדמה. אז איך גיי עקטן עז עי דעווילס עדוואקעט Act as a devil's advocate נישט אז איך האלט אזוי.)
אם תמצא לומר אז די אינטערנעט איז אזוי שמוציג און א מקום לפורעניות, ג"ע, שפ"ד, און ע"ז, מאן יימר אז זיי זענען נישט גערעכט.
אויב דער בורא עולם הקב"ה זאגט אז מען זאל זיך פונאנדערשיידן פון די טומאה, און מען זעהט א טאטע אדער א מאמע טוהן זיך נישט אפשיידן פון דעים, זאל, און מעג א קינד וויסען אָפס מיין טאטע מאמע טוען זאכן וואס זענען שלא כהוגן. דער קינד וועט זיך דארפן מיט דעם ספראווען, אבער ווער זאגט אז א קינד ספראווען מיט יענעמס (טאטע מאמע) קדושה איז אזוי שלעכט. עס גיט א קינד אן אימיון סיסטעם פאר די ריעל ניסיונות וואס איז אבאוט טָא קאום ווען ער אליינס וועט סטראגלען.
דזשאסט א געדאנק.

דאס קינד ווייסט עס שוין ביז אהער, און מען קען ווייטער רעדן דערפון אין חדר. צוזאמענעמען א גאנצע שטאט און רעדן אקעגן טויזענטער עלטערן איז א עוון פלילי, און ניטאמאל העלפט עס אין די לאנג ראן. עס איז נאר אזא שפיל פון "הורד אימיוניטי" (קרעדיט: וואלווי) כאילו גאנץ בארא פארק האט זיך פאראייניגט אנטקעגן די שרעקליכע כלי משחית, והא ראי' מען האט געצווינגען אלע קינדערלעך פון חדר צו גיין נעמען א דעניש.

תרמב » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:19 am

· #492359
שמעקעדיג
תרמב
איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

איך האב אויך געהערט די זעלבע זאך פון חשובע מלמדים וואס זענען געווען דארט.

אפשר זעמער געשטאנען ביי די זעלבע קופקע....?

פאליטיקאנט » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:29 am

· #492361
שמעקעדיג
תרמב
איך בין היינט אריינגעפאלן אין א קופקע פון מלמדים, האבן זיי אלע פה אחד געזאגט אז די כינוס איז געווען א שרעקליכע דורכפאל, עס איז געווען געפירט דורך אזעלכע וואס פארשטייען נישט צו קיין קינדער, אנגעהויבן מיט דעם אז ס'האט גענומען צו לאנג, אסאך קינדער זענען געזיצן דארט א שעה נאך פאר די מעמד האט זיך אפילו אנגעפאנגען, און מ'האט הערשט געטיילט דענישלעך ביים סוף, און די מייק סיסטעם איז געווען שלעכט, די עיקר דורכפאל איז געווען אז מ'האט גענומען בעלי דרשנים וואס קענען אפשר רעדן צו טאטע'ס אבער צו קינדער פארשטייען זיי נישט, ר' חיים יענקל רובין און ר' בערל טויבער, זיי האבן גערעדט פון מושגים וואס קינדער פארשטייען נישט, און בכלל האבן זיי נישט ארויסגעברענגט געהעריג זייער פוינט, מ'האט גערעדט פון ריינקייט און טהרה און אפגעהיטנקייט, אזוי ווי מ'רעדט פון די חטא הידועה, און די קינדער זענען געזעצן אומגעדולדיג נישט וויסנדיג וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן.

איך האב אויך געהערט די זעלבע זאך פון חשובע מלמדים וואס זענען געווען דארט.

יא יא ווי געשריבן אויבן.
די חידוש איז אז די זעלבע איז נאך געווען 8 יאר צוריק ביים כינוס אין מאנסי פאר די ישיבות, און אזוי ווייטער ביי אלע אנדערע כינוסים פון דאן ביז אהער!

מען רעדט פון זאכן וואס אפי' פשוט'ע "עמעטשורס" פארשטייען.

מיר זעט אויס ווי די ארגאניזירער זוכן נישט קיין תוכן און תכלית נאר בלויז בילדער און פראפאגאנדע, ס'גייט זיי בכלל נישט אן די תוצאה.

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 21, 2022 9:06 am

· #492367
יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:22 pm

· #492381
קהל'ס נער
יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה

אדער #דיסטרעקשן בלע"ז!

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 21, 2022 3:10 pm

· #492398
דער גאלדענער אדלער: דיין העשטעג איז שטערקער...! ס'איז דינייעל אויך. אבער בעיקר איז עס דיסטרעקשן. מ'זוכט זיך די גרינגערע מצוות...!

מיינונגזאגער » מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:19 am

· #492609
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
וואלווי
מיינונגזאגער

חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.

ביז די שורות האסטו שיין אראפגעלייגט די פערספעקטיוו פון דעווילס אדוואקאט, אבער מכאן ואילך הערט זיך עס ווי הערד אימיוניטי, שטעק אן וואס מער קינדער מיט פארדארבענע חוצפה און משיח וועט קומען? חוצפה איז נישט קיין סגולה צו משיח, ס'איז א פראבלעם פאר משיח, נישט דעווילס אדוואקאט.
חוץ אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א ביסל סארקעזם.
ישר כח פאר די הערה. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער אז ביידע זענען אמת.
עס איז געשריבען געווארן מיט סארקאזעם. און אויך איז חוצפה יסגא איז א פראבלעים פאר משיח.

אבער עס איז זייער קלאר אז די דור וואס ווייזט אז מיר זענען גאר נאנט צום משיח'ס טאג איז נאר ווען עס וועט זיין חוצפה יסגא. קוק אריין אין די משנה פרק ט' משנה ט''ו וזל''ק "בעקבתא דמשיחא חוצפה יסגא (לפני ימות המשיח, החוצפה תגדל)... וחכמות (ריכטיגע) סופרים תסרח (ריכטיגע)ויראי חטא ימאסו והאמת תהא נעדרת נערים פני זקנים ילבינו זקנים יעמדו מפני קטנים בן מנוול אב בת קמה באמה כלה בחמותה אויבי איש אנשי ביתו פני הדור כפני הכלב הבן אינו מתבייש מאביו" וכ"ו.

ווי-אזוי ער לייגט עס אראפ איז אז די אינגע וועלן נעדר זיין די עלטערע. היעלה על הדעת פון א רעכטדענקענדער מענטש אז אזא התנהגת קען אפי' פארקומען? אויב אזוי וועט דאך פעלן א גאר וויכטיגער סימן אז מיר זענען שוין אזוי נאנט צו משיח. קומען די צדיקים די פני הכלב, ווי די משנה רופט זיי (אין די פירוש) און מאכן זיכער אז די סימן פון אז משיח איז שוין אט אט דא זאל טאקע פארנעמען אן אויבן אן ארט אין די חינוך סיסטעם פון אינזערע אינגע קינדער אז זיי זאלן שטויסן די עלטערן און זיי זאגן מיר זענען בעסער, ערליכער און די האסט א סמארט פוין וואס איז (נישט) אסור בתחלית האיסור, און איך וויל מיט דיר נישט קיין שייכות האבן.

בדרך אגב.

אפאר יאר צוריק ווען עס איז ארויס געקומען די קאושר לינק כשר'ע סעלפוינס האב איך מער פארשטאנען די גאנצע סמארטפוין הפגנה. אפאר פריוואטע אינוועסטירער האבן געדארפט צוריק מאכן די מאלטי מיליאן דאלאר אינוועסטמענט. אבער וואס איז יעצט ? די פילטער קאמפאניס האבן שוין א יד אחת מיט די מוסדות'ער חצי שלי וחצי שלך. א גרויסער אפיס פאר די אנאיפלויד (ועד האישור) איז שוין אויך דא, נאו וואט? איצטערט וועסטו אפשר פארשטיין מיינע ווערטער עטוואס בעסער.

איך וויל אויך זאלסט וויסען איך בין בכלל נישט אנגעווייטאגט אויף די סיסטעם איך ב"ה האב נאך נישט געליטן דערפון (די ארטיקלען און הערות ווערן געשריבען באהאלטענערהייט אין ביה"כ אז די קינדער וויסען נישט אז א סמארטפוין איז בכלל פארהאן אין זייער געגענווארט) נאר איך האב חבירים און מיטארבעטער וואס מוטשען זיך ארום מיט די מוסדות ווייל זיי זענען די טיפ מענטש וואס וואלט ווען געהאט א סמארטפוין ווען די מוסדות לאזט ווען, אפי' ער האט נישט און ער ארבייט נאר אויף זיין געפילטערטע טעבלאט (וואס לאזט נישט עפענען קאווע שטיבל) איז ער אבער פארט א סמארט-פוין איד.
איך האף אז איך טרייב נישט איבער. אבער זייט זיכער איך מיין עס אמת'דיג און איך האב נישט קיין שום אגענדעס אנטקעגן סיי וועים.

וואס נאך א דרך אגב אז איינע פון די רעדנער ביי די קינדער אסיפה זענען געווען הרב ר' חיים יענקל רובין שליט"א מציעשנוב ב"פ ראש ישיבה גדולה תורה (תורא) ויראה ב"פ (סטעטן איילענד) און איז פאר אפאר צוריק, ווען בלעקבעריס איז געווען די סמארטפוין (וואס דער ברואזער דרייט זיך נאך אלץ אנציקומען צו א וועב זייטל) האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה מיט עים און ביי עים.

ליין און שטוינט.
דער חשובער ראש ישיבה הנ"ל וואס האט אכטונג געגעבן אז די בייזע סמארטפוין ווינטען זאלן נישט אריין בלאזן אין די הייליגע ישיבה ווענט האט פשוטו כמשמעו פארשיקט א בחור על לא און בכפו נאר דער פאטער זיינער א שווערע ארבעטער איז געווען פון די רייסערס וואס האבן פארמאגט א בלעקבערי וואס די רעדל האט מען געדרייט אויף די רעכטע זיין אויבן, אין די צייט וואס עס איז שוין געווען מער פארגעשריטענע בלעקבעריס.
נאכן צו זאגען אז ער האט נישט קיין שום טעלעפוין מחובר לאינטערנעט האט די ר"י אראפ גערופן די פאטער מיטן בחור על סמך אינטער צו-שרייבען א טוץ מיט תקנות פאר ער נעמט צוריק דעם בחור אין די ישיבה.
אזוי איבער גייענדיג א גאנצע ליסט מיט תנאים פארשטייט זיך אלעס ארום טעלעפוינען פונעם פאטער, צוקלינגט זיך דעם פאטער'ס פוין אין זיין טאש דער פאטער מתוך דרך ארץ (מורא) נעמט נישט ארויס די פוין פון זיין טאש, אבער די פוין לאזט נישט נאך עס קלינגט און קלינגט איינמאל און נאכאמאל, די ר"י מיט א ברויזענדע מינע אויפן געזוכט גיט א פרעג נא וואס הייבסטו נישט אויף. בלית ברירה נעמט ער ארויס זיין אלטער פארשילמעטער ב"ב און ער דערקענט די נומבער וואס ער רופט שוין די לעצטע וואך צענדליגער מאל זיך איינצובעטן זיין בחור'ל צוריק צו שטעלן אין די ישיבה וואס איז שוין פארשיקט בערך פאר א וואך. נישט מער נישט ווייניגער די אפיס נומבער פון די ר"י.
נא נא, מער האט עים נישט אויסגעפעלט. אין פארנט פון זיין זוהן האט אים אריין געגעבן מנה אחת אפיים, באשייגעצט אויף וואספארא ליגנער ער איז און ווי אזוי ער האט זיך דערוואגט אונטער שרייבן די תקנות ווען ער האט אזא כלי אין טאֲש. און פארשטייט זיך פארשיקט דעם פאטער מיטן בחור אינאיינעם זיך נישט צו דערוואגן נאכאמאל צו אפי' דערמאנען דאס צוריקקער פונעם בחור.
וואס עס איז געווארן מיטן בחור דארף איך בכלל נישט ארויס ברענגען עטץ שטעלטס ענק אליינס פאר.
יא, מאנכע האבן מיר שוין געענטפערט זיי זענען געווען סתם טראבעל מעיקערס און דאס איז געווען די שפיל. מעגליך א"כ זאג פארן טאטע אז דיין בחור איז א טראבעל מעיקער איך וויל עים נישט האבן פארוואס מאכן די גאנצע שפיל ?
דאס איז עס פאר יעצט וועגן די נושא, שוין גענוג געזאגט (געשריבען)
⁦¯\_༼ᴼل͜ᴼ༽_/¯⁩

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

מיינונגזאגער » מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:24 am

· #492610
Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק
קהל'ס נער
יעדע מאל וואס מען דארף חתונה מאכן א קינד, מאכט מען אזא כינוס, און ב"ה ס'דעקט די גאנצע חתונה, און ס'בלייבט נאך איבער גענוג צו קענען גיין אויף וועקעישען אין מיאמי.

אביסל ערנסטער, ווען ער מיינט ווען באמת אויפצוטון פאר קדושת עם ישראל, וואלט ער געמאכט א כינוס פאר די קינדער אויף וויאזוי זיך צי היטן פון פעדאפילן און מאלעסטירער, נאר וואס, ס'נישט פאפולער צו רעדן פון חזירים, מילא אנטלויפט מען פון די פראבלעם דורך אנלייגן אלעס אויף די עלטערענס סמארטפון, באגראב דיין קאפ אין דער ערד ווי א בת היענה, און וויין אויף קדושת ישראל.. וויאזוי ווילסטו געווינען די מלחמה ווען דו שיסט נישט אויפן שונא?

#דינייעל #בת היענה
די אייער נעכטיגע דענישעס וואס א נדבן פון די גרויסע בעקערייען זענען פריי וויליג מנדב צו זיין פאר די מוסדות די סחורה, און אפי' מאכן א ביל דערפאר זענען זיי מסכים די מוסדות זאל אויך קענען נהנה זיין פון דעם, אבי איינער זאלן איבער נעמען די סחורה, ווי איידער דארפן באצאלן די גארבעדזש קאסטן, און זענען אויך געדעקט פון די גאווערמענטס לאנטש פראגראמען, דאס איז א דאפעלטע הכנסה. עס דעקט די הוצאות החתונה באגלייט מיט שירה קאָר מיט א שמוץ אריבער !!!

Sent from my SM-N960U using Tapatalk