☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אטאקע אויפן דושינסקיא רבי

אטאקע אויפן דושינסקיא רבי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15093

מחצה''ק » דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:51 pm

· #491998
אטאקע אויפן דושינסקיא רבי
ירושלים - א אויפשוידערנדער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט זונטאג אוונט אין ירושלים ווען כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א איז אנגעקומען צו א חתונה אין מאה שערים, און א צאל ליידיגע יונגען עקסטרעמיסטן האבן נאכגעשריגן דעם רבי'ן שליט"א און געווארפן א טעלער טשאלנט אין זיין ריכטונג. ווי פארשטענדליך האט דאס ארויסגערופן אפשיי און אויפברויז ביי יעדן רעכטדענקנדן מענטש און הויפטזעכטליך ביי די חסידים, אבער דער גבאי פונעם רבי'ן שליט"א האט ארום געשיקט א וואויסמעיל צו אלע חסידים אין נאמען פון רבי'ן שליט"א פאר אלע חסידים נישט צו רעדן דערוועגן בכלל און נישט גורם זיין צער פאר קיין שום איד. דער רבי שליט"א האט געזאגט אז עס וועט נישט דויערן לאנג זיך צו איבערצייגן אז עס האט זיך געלוינט צו בלייבן שטיל.
JD Media

תוהו ובוהו » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:01 pm

· #492000
Re: אטעקע אויפן דושינסקיא רבי
דושינסקיא רבי איז א דוגמא פון פשוט אן ''ערוואקסענער'' רבי אין קאנטראסט צו זיינע קאלעגע אדמורי''ם וואס ס'רוב פון זיי חוץ פון זייער געוואלדיגע מעלות האבן פשוט א קינדישע אומערוואקסענע צוגאנג צו זאכן און פירן קינדישע חשבונות מיט דעם און מיט יענעם.

כ'גלייב אז יעדער וואס האט נאר אמאל געלערנט אין מיר און זיך געדרייט אינעם דושינסקיא אומגעגנט, האט עפעס א סיפור פונעם זעהן זיין ערוואקסענקייט און זיין זיכער מאכן אז יעדער פילט זיך גוט אפי' אויפן חשבון פונעם אייגענעם קינדישן כבוד.

קאצקע ציקער » דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:15 pm

· #492004
ער איז א העווי סמאקער אזוי מיין איך וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער איז א טשילד אט רבי

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך יאנואר 19, 2022 5:59 am

· #492032
ספעלט פרטים אין די מעשה, וואס זענען געווען די מאטיוון פון די אטאקירער?

עזיוזמרת » מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:11 am

· #492040
זופ מיט מאנדלען
ספעלט פרטים אין די מעשה

איז די טשאלענט געוייזן א פליישיגער טשאלענט אדער א פארעווע טשאלענט?
(סקען כאפען אַ נפקא מינא ביי אַ אינו בן יומו ואכמ"ל)

דערוועקט » מיטוואך יאנואר 19, 2022 2:17 pm

· #492077
עזיוזמרת
זופ מיט מאנדלען
ספעלט פרטים אין די מעשה

איז די טשאלענט געוייזן א פליישיגער טשאלענט אדער א פארעווע טשאלענט?
(סקען כאפען אַ נפקא מינא ביי אַ אינו בן יומו ואכמ"ל)

די טשולענט - פליישיג.
דער רבי - פארווע.