☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » 999

999

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1509

לעמיל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:04 pm

· #35761
999
ניין הונדערט און ניין און ניינציגסטע תגובה!!!!!
ווער קען גלייבען? יא עס איז א פאקט! לעמיל האלט שוין ביי די לאקי נאמבער פין 999 תגבות
וואס עפעס דארף איך סעלעברעטן די טויזענטסטע ??, ווייל יעדער סעלעברעיט דעמילטס איך בין דיך דאך לעמיל אין איך דארף זיין אנדרעש פין יעדעם! אזוי אויך מיין איך אז מיט 999 שפיגעלט זיך בעסער ווי ביי 1000 וואס האלטען עינק??
אין אמתען אריין וואס האב איך דען פון די 999 תגבות
קען איך עס דען קעשען ערגעץ???
איך וואלט ענדערשט געלערנט 999 בלאט גמרא.
איך וואלט ענדערשט געטיילט 999 דאלאר פאר צדקה.
איך ואלט ענדרעשט געליינט 999 ארטיקלען איך קאווע שטיבעל
אקעי איך הער שוין אויף, עניוועי וואסא חילוק, 999 דאס איזעס

זאל איך בעטען א לייק? נע ס'פאסט מיך נישט

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:05 pm

· #35763
וואס איז דיין אדרעעס?
כ'וויל דיר שיקן א געלע באסעלע מיט א פעקל דזשעלי בינס

שמיטה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:07 pm

· #35764
מזל טוב!

גדעון » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:21 pm

· #35772
וויזאוי האט נאר הערמען קעין דער מנוול געזאגט:

נאין נאין נאין!!!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:32 pm

· #35779
ווי אזוי זאגט דער הייליגער דברי יחזקאל, אז מען דארף זאגן פארן יצה"ר בשעת א נסיון?
ניין! ניין! ניין!
"וימאן" איז א שלשלת, מ'זינגט מיט א טאן פון 3. 3 מאל ניין!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:35 pm

· #35782
סעוועדזש האט בשעתו חוזק געמאכט אז קעין האט איבערגע'חזר'ט וואס פרויען פלעגן אים אלץ זאגן ניין ניין ניין!

ניו יארק » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:56 pm

· #35890
אוי וויי, לעמעל האלט זיך איין פון שרייבן א תגובה.....
מיין רבי פלעגט זיך נישט לאזן איינהאלטען.....

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:58 pm

· #35891
מסתם קומט א גוטס
ער מאכט שי טבילות
גלגול שלג,
ס'נישט אזוי פשוט

טראכט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:05 pm

· #35903
מזל טוב!

שמואל שלום שלמה » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:14 pm

· #35910
ברוכים תהיה!

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:05 pm

· #35960
כן ירבו
(אגב, זייט מיר האבן געלערנט דף ג און ד', האטסו ווייטער ממשיך געווען?)

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:30 pm

· #36477
לעמיל ציטערט ערנסט פון זיין 1000'סטע תגובה

האלא! ס'בייסט נישט!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:40 pm

· #36493
זר דו קענסט נישט רעדן. דו ביזט שוין א געביסענער....

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:41 pm

· #36494
!OUCH

ניו יארק » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:44 pm

· #36496
איך האב א פילינג אז די 1000טע גייט זיין עפעס א קליינע תגובהלע, מן הסתם און די צוויי ווערטער אשכול.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:47 pm

· #36498
און ער טראכט אפאר וואכן וועלכע 2 ווערטער צו שרייבן אז עס זאל האבן דעם ריכטיגן עפעקט....

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:50 pm

· #36499
אפשר וועט ער עפענען אן "איין ווארט" אשכול לכבוד המאורע?...

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:24 pm

· #36696
און מיט דעם האב איך מיין טויזענט'סטע תגובה!
📎 999.jpg

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:33 pm

· #36698
און איך האב געמיינט אז דו האסט שוין לאנג געפעסט דעם 1000! סיריעסלי!

מזל טוב שמעקעדיג!

sp.jpg

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:41 pm

· #36699
זר זהב
און איך האב געמיינט אז דו האסט שוין לאנג געפעסט דעם 1,000! סיריעסלי!


איך פרוביר צו אריינלייגן מער אינעם איכות ווי אין כמות 😕

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:28 pm

· #36721
מזל טוב שמעקעדיג, כע"ה בכמות ובאיכות.

דבילה » מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:58 pm

· #36753
שמעקעדיג
און מיט דעם האב איך מיין טויזענט'סטע תגובה!


מזל טוב! כן תרבה וכן תוסיף לעשות בשמים וריח ניחוח לנו ולכל בית ישראל הדרים בעיר הזאת...

טעפל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:27 am

· #36836
דבילה
שמעקעדיג
און מיט דעם האב איך מיין טויזענט'סטע תגובה!


מזל טוב! כן תרבה וכן תוסיף לעשות בשמים וריח ניחוח לנו ולכל בית ישראל הדרים בעיר הזאת...

דבילה זאגט גוט איך בין זיך מצרף צו זיין ברכה!!!

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:03 pm

· #94411
זאל איך מיך אופשטעלען ביי 1999 תגבות?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:05 pm

· #94413
ניין ביטע, גיי ווייטער אן מיט די סדרנות... מ'מוז האבן לעמיל!

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 4:05 pm

· #94438
לעמיל
זאל איך מיך אופשטעלען ביי 1999 תגבות?

ניין לעמיל ניין
בלייב נישט דא שטיין
מ'מוז ווייטער אנגיין
ווייל אזוי איז שיין
(בניגון נייו טאטע ניין-פתחו)

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:23 pm

· #94644
חברה, אינטערן ניק "לעמיל" באהאלט זיך א גאלדענע אינגערמאן. ווייך ווי פיטער און זיס ווי צוקער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:39 pm

· #94653
לאמיר נעמען די לעמעלע, אפשערן זיין וואל און עס נוצן פאר א מאנטל, נוצן דעם גאלדענעם אינגערמאן פון אינטערן וואלענעם ניק און אייקעשן די גאלד פאר קעש, און אנשמירן זיין ווייכע פוטער אויפן ברויט און נוצן די זיסע צוקער פאר מיין קאווע!
א כרכא דכוליה ביה!