☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #15089

אשכול אן א טיטל #15089

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15089

— » מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:48 am

· #491794

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 7:13 am

· #491796
מאך נישט אזוי אוועק חברים, זיי פארמאגן פארד עקספלאדערס וועלכע זעהן אויס ווי "עכטע" פּאליס קאר'ס

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 17, 2022 8:38 am

· #491799
מאך זיכער
מיין פראגע איז נאר צו זיי האלטן טאקע אז מיט זייערע פלעשלייטס קענען זיי אומברענגען טעראריסטן, אדער איז דאס גאר א ביליגער אומגעלונגענער מארקעטינג שפיצל.


ביסט גערעכט מיט פלעשלייטס קענען זיי נישט נייטראלאזירן א טעראריסט, אבער זיי פארמאגן גענוג קעש אויסצולייזן משכונות...

היכי דמי » מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:21 am

· #491804
עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR.
אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט.

יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל.

נחמד » מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:58 am

· #491809
מאך זיכער
היכי דמי
עס מיינט נישט גארנישט אויסער PR.
אזויווי די toughts and prayers פון פאליטיקאנטן ארום די וועלט.

יעדע שומרים און שמירה ארגאניזאציע האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז זיי גייען האבן עקסטערע פאטראל.

שומרים און שמירה? איך האב נישט געזען, אבער אפילו אויב יא, נו זאל זיין. זיי זענען דאך אפיציעל כלומר׳שטע פאטראל (ווייל זיי כאפן בילדער ווי דער גוי ליגט אויף דער ערד און פאליציי קוקט אים אן). פארוואס אבער זאלן די איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס פעטשן פלעט טייער׳ס אריינשטופן זייערע פלעשלייטס אין דעם ספאטלייט?

חברים פון מאנסי איז נישט ווי חברים איבעראל זיי דינען אויך ווי שומרים און פוירסט רעספאנדערס אין ראקלענד.

מיליאנער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:07 pm

· #491812
און אויב איז עס יא געווען א אומגעלונגענע מארקעטינג פריוו דאן איז וואס? מען קען מיינען מען רעדט דא פון א ארגאניזאציע וואס מאכט תקנות אדער עפעס א וועד לעניני.... סך הכל רעדט מען דא פון א ארגענעזאציע וואס קיינער פון די העצער'ס דא זענען נישט גרייט אינטערצושרייבן אז זיי גייען קיינמאל נישט מער זיך באנוצן מיט זיי איז וואס איז פשט פון די העצעריי? אז דו ווילסט דווקא לייג ארויף א סקרין שאט פון די מעסעדזש ביי די מילתא דבדיחותא אשכול...

ישן מלא חדש » מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:32 pm

· #491817
קודם כל חברים אין מאנסי האבן באוואפנטע מעמבערס.

ועוד די אלע מודעות פון פאליציי אין אנדערע סטעיטס איז נאר געווען צו אפשרעקן קאפי קעט אטטאקעס וד"ל.

מיליאנער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:35 pm

· #491834
א רגע, קודם בארואיג דיך.

ניין איך בין נישט קיין מאנסי'ער, איך האב נישט קיין אנונג פון די דארטיגע פאליטיק, איך בין סך הכל ארויפגעגאנגען אויף א פובליק פארום ווי איך האב מיך אנגעשטויסן אין א שרעקליכע סקאנדאל איבער ראקלענד חברים, אן קיין שום אינדיקעישאן אז די אשכול איז בלויז פאר מאנסי איינוואוינער.

נעקסטע מאל איר קומט אראפרייסן אן ארגאניזציע, וואס פאר פרעמדע וועט עס אויסקוקן לעכערליך, איז אדער שרייבט אז דאס איז בלויז פאר די וואס ווייסן וואס גייט פאר, אדער זייט מער מסביר וואס ליגט אונטער דעם.

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:15 pm

· #491887
איך בין גראדע יא א מאנסי איינוואוינער און איך האב נישט קיין מושג איבער קיין פאליטיק מיט חברים, אלץ וואס זיי טוען איז טוישן רעדלעך און טשילן ביי די ריבניצע ציון מיט די לייטס און סיירענס, איינער זעהט עפעס wראנג מיט דעם?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:16 pm

· #491888
מ'דארף בכלל נישט אראפרייסן (און בכלל זה חוזק מאכן) קיין שום פאבליק סערוויס ארגאניזאציע. זיי זענען נישט דא צו מאכן געלט. סך הכל זענען דאס וואלונטירן וועלכע זענען גרייט צו העלפן א צווייטן. אן קיין שום תשלום שכר...! לאמיר ארויסווייזן א ביסל רעספעקט. און נישט אלעס אוועקהרג'נען מיט ליצנות...!