☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חברים בעט געלט צו דעליווערן געז

חברים בעט געלט צו דעליווערן געז

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15079

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:25 pm

· #491521
חברים בעט געלט צו דעליווערן געז
מעשה שהיה כך היה, איינער וואס איז סטאק אנע געז און רופט חברים בעט חברים א באצאלונג פון 25 דאלער.

שוין, איך הער זיי ווילן נישט אז מען זאל זיי אויסניצן, אבער וואס טוט זיך א פאל א מענטש טרעפט זיך אנע געז אינדערפרי? לכאורה האט ער געלאזט אנגעצינדן די אויטא בטעות און די געז איז אויסגעגאנגען. אדער א גוי האט ארויסגעפאמפט זיין געז.

זאל נישט זיין א אויסנאם אויף אזא פאל און זיי זאלן נישט בעטן?

וואס האלט דער עולם?

כפתור » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:32 pm

· #491522
וויאזוי זאלן זיי וויסן ווען ס'איז בטעות און ווער איז סתם א אויסנוצער?

בן ישי » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:42 pm

· #491524
נישט מער ווי נארמאל, זיי העלפן מיט ברענגן די געז צו דיר, פארוואס זאלן זיי באצאלן פאר דיין געז?

וואלווי » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:00 pm

· #491526
בן ישי
נישט מער ווי נארמאל, זיי העלפן מיט ברענגן די געז צו דיר, פארוואס זאלן זיי באצאלן פאר דיין געז?

25 איז פאר די געז אדער די סערוויס? ביידע?

יאסל ראקאווער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:27 pm

· #491528
[ציטאט אראפגענומען]

רוף די ביקור חולים מילך טראק. זיי האבן לעצטענס געהאט א צדקה קאמפיין און אין זיינער עד איז געשטאנען; שטיצט ביקור חולים, מיר ברענגען מילך צו אידן אינדערהיים בחינם.

ישן מלא חדש » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:36 pm

· #491530
וואלווי
25 איז פאר די געז אדער די סערוויס? ביידע?

ווי איך האב געהערט זיי געבן דיר א באטל געז וואס די דארפסט צוריק אנפילן און צוריק געבן פלאס 25 דאללער.

עס איז זייער פארשטענדליך, אסאך חברה וואלטען גענומען עדווענטעדזש ווען נישט וד"ל.

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:43 pm

· #491531
אקעי. איך הער למען ישמעו ויראו ניץ אונדז נישט אויס. אבער ביי א אויסנאם דארפן זיי עס קאנסידערן אז דא איז אנדערש נישט אזוי

איך בין שטארק מכיר טובה אין חברים זיי זענען מיר גארנישט שילדיג איך שמיעס עס פשוט אויס

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:46 pm

· #491532
בן ישי
נישט מער ווי נארמאל, זיי העלפן מיט ברענגן די געז צו דיר, פארוואס זאלן זיי באצאלן פאר דיין געז?

גראדע אז מען רעדט שוין זיי געבן נישט די ווערד פון 25 דאלער געז נאר אסאך ווייניגער...עניוועיז

נחמד » מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:47 pm

· #491533
ישן מלא חדש
וואלווי
25 איז פאר די געז אדער די סערוויס? ביידע?

ווי איך האב געהערט זיי געבן דיר א באטל געז וואס די דארפסט צוריק אנפילן און צוריק געבן פלאס 25 דאללער.

עס איז זייער פארשטענדליך, אסאך חברה וואלטען גענומען עדווענטעדזש ווען נישט וד"ל.

ניין זיי געבן נישט גארנישט, זיי קומען מיט עפעס א אנדערע מינע גאז קעמיקעל, ס'נישט רעגולער געז. און דאס קאסט אפילו מער ווי נארמאלע געז

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 12:59 am

· #491534
קאצקע ציקער
אקעי. איך הער למען ישמעו ויראו ניץ אונדז נישט אויס. אבער ביי א אויסנאם דארפן זיי עס קאנסידערן אז דא איז אנדערש נישט אזוי

איך בין שטארק מכיר טובה אין חברים זיי זענען מיר גארנישט שילדיג איך שמיעס עס פשוט אויס

זיי דארפן? זיי זענען איינעם עפעס שולדיג?
איך פארשטיי נישט וויאזוי מענטשן האבן אזא פארדרייטע וועג פון טראכטן. חברים זענען דא צו העלפן מיט געוויסע סערוויסעס לשם מצוה. מחמת איזה סיבה האבן זיי דעסיידעט אז פאר די סערוויס פון ברענגן געז וועלן זיי טשארזשען א מינעמאלע פי. וואס איז ראונג? אפילו טאמער די באטראפענער איז גענצליך אומשולדיג.

און דאס איז אלץ טאמער טשארדזשען זיי מער ווי וויפיל די געז קאסט זיי. טאמער געבן זיי געז אין די ווערד פון $25 איז דאך נישטא קיין סיבה נישט צו בעטן געלט. זיי זענען נישט קיין ארגענעזאציע צו טיילן געלט.

יודל טריקען » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 1:54 am

· #491540
ישן מלא חדש
וואלווי
25 איז פאר די געז אדער די סערוויס? ביידע?

ווי איך האב געהערט זיי געבן דיר א באטל געז וואס די דארפסט צוריק אנפילן און צוריק געבן פלאס 25 דאללער.

עס איז זייער פארשטענדליך, אסאך חברה וואלטען גענומען עדווענטעדזש ווען נישט וד"ל.

איך האב אמאל זיך געטראפען אנע געז פופצען מינוט ארויס פון מאנסי, איך האב גערופען מאנסי חברים זיי האבען מיר געזאגט עס קען נעמען לענגער ווייל זיי דארפן טרעפן א מעמבער וואס האט געז, למעשה איז איינער דארט געווען אין אונטער צען מינוט און מיך אזוי איידל געפרעגט אויב איך האב א צוואנציגער ווייל דאס איז די "אפיציעלע" טשארדזש, איך האב אים געוואלט געבן מער, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו נעמען, ווילסט געבן מער? רוף אריין מיט א קרעדיט קארטל.
אשרי חלקם.

אלבערט איינשטיין » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 9:52 am

· #491556
עס איז נישט נאר חברים. ידידים אין ארץ ישראל בעהט אויך א מינימאלע פרייז פאר גאזאלין. און איך מיין אז יעדער פארשטייט אז אנדערש ווי זיין ארויסגעשפארט פון א קאר אדער א פלאכע רעדל וואס קומט פון פשוטע שלעכטע מזל, קומט גאז פון פארנאכלעסיגקייט.
און וויבאלד עס איז א מאטריאל וואס קאסט געלט אויכעט איז עס פארשטענדליך.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:16 am

· #491563
און וואס איז מיט א פאל וואס איז קלאר נישט פון פארנאכלעסיגקייט? ווי דעם פריערדערמאנטן פאל.

יודל טריקען » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:59 am

· #491569
חברים איז נישט קיין צדקה ארגעניזאציע, זיי זענען א חסד ארגענעזאציע, זיי געבן סערוויס בחינם, זיי טיילען נישט קיין מתנות אפי' אויב דו ביסט אומשולדיג.

דערמאנסט מיר פון א מעשה (שלא היה), א צייט צוריק בין איך געבליבען אויסגעשפארט פון מיין דירה, בקיצור דער חברים מעמבער איז אנגעקומען, א געשמאקע יונגערמאן, איך כאפ אזוי א שמועס מיט אים זאגט ער מיר אז פאר פערנאסע איז ער פלאמבער, שטייטזיך איך האב אים מכבד געווען אויפצושטאפען די טוילעט וואס יענקי האט נעכטעףן אריינגעשמיסען א לעגאָ, זאגט מיר דער חצוף נארמאל איז עס $75 אבער זינט ער איז סייווי דא איז עס נאר א פופציגער, אויפראסקענען האב איך אים געוואלט, בין איך עפעס שולדיג? איך ברויך צונעמען פון די קינדער די לעגאָ׳ס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:22 pm

· #491595
יודל טרוקען: דו ביסט "לכאורה" גערעכט. אבער דו דארפסט פארשטיין אז דער פלאמבער האט געצאלט באלד א פופציגער פאר דעם "אאוגער" ביי האום דיפאוט אדער אין פלאמבינג סופליי. און דעם סקילל, די חכמה (ואינה מלאכה) וויאזוי אריינצולייגן און זיך באנוצן מיט די כלי, לתכלית הנרצה, א זאך וואס דו קענסט נישט, אפילו דו מיינסט נאר אזוי, אט דאס דארפסטו באצאלן. א פופציגער איז נאך גאנץ א ביליגער פרייז! איך האב מיט א סאך יארן צוריק (איידער איך האב געוויסט דעם סוד" פון די כלי. און וויאזוי מ'נוצט עס) געצאלט 150 דאלער פאר א פלאמבער וואס האט אויפגעשטאפט דעם טוילעט אין פונקטליך 3 מינוט...!

יודל טריקען » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:40 pm

· #491598
גערעכט און דער חברים מעמבער האט געצאלט טבין ודאד'ז קוין זיך צו אויסשטאפירן מיט צווענגלעך און קעבעלס (שׁאַ איך קען נישט די נעמען פון די אנדערע קלאפער געצייג) טא א צוואנציגער פאר "זיין" שווארצע גאלד וואס ער געט דיך איז לדעתי פונקט אזוי גערעכט ווי צאלן יענעם צו פּלאנדשען דיין נעכטיגע סטעיק אפי' ער איז סיי ווי דא.

בענבען » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:50 pm

· #491601
איך מיין אז ס'איז גוט אויף צו דעשרעקען פוילע אומאחריותדיגע מענטשען
און די אחריותדיגע מענטש פארשטייט אז די חברים מעמבער דארף נישט אויך באצאהלן פאר די געז ער ברענגט דיך

רשכבהג » פרייטאג יאנואר 14, 2022 9:04 am

· #491649
קאסט פרייז פון די גיז איז נארמאל צו רעכענען. אבער נישט מער…

תרמב » פרייטאג יאנואר 14, 2022 9:33 am

· #491650
ווען ס'וואלט נישט געווען אזא ארגענעזאציע ווי חברים וואלסטו געווען גרייט צו צאלן א צוואנציגער אז איינער זאל דיר ברענגען געז ווען דו שטייסט אויסגעשפילט אימיטן די ראוד, אפילו מער ווי א צוואנציגער, יעצט אז סאיז דא א ארגענעזעישאן וואס האט מורא אז מ'גייט זיי אויסנוצן, מוזטו עס באקומען בחינם?

נחמד » פרייטאג יאנואר 14, 2022 11:44 am

· #491657
רשכבהג
קאסט פרייז פון די גיז איז נארמאל צו רעכענען. אבער נישט מער…

דאן וואלט חברים געווען ביזי א גאנצן טאג אנפילן קארס. ס'מיז זיין טייערער !

קאצקע ציקער » פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:09 pm

· #491659
עגעין איך פארשטיי זייער גיט אז ווען איינער פארט ארים א גאנצן טאג און זעהט אז ער איז ליידיג און ער פארנאכלעסיגט עס איז נישט מער ווי נארמאל אז ער דארף באצאלן מיר זענען נישט דיינע בהמות .
איך רעד פון אויסנאם פעלער ווי א גוי האט ארויסגעפאמפט די געז באנאכט און דעי מענטש טרעפט זיך אז ער קען נישט אנצינדן זיין קאר צופרי אפשר זאל מען נישט בעטן א טשארדז ווי נישט ווי מאכן זיי א קאמפיין און איך מיין אז סאיז אריינקימען אסאך געלט

די אמת איז אז אויב איינער שטייט אויף צופרי און וויל אנצינדן זיין קאר און ער מיינט אז ער דארף א באסט און דערווייל איז עס א געז פראבלעם דעמאלטס מיין איך טשארדזען זיי נישט

סא שלום על ישראל

אלע צוזאמען » פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:52 pm

· #491660

און פונקטליך וויאזוי גייט חברים וויסן צו יענער איז סתם א באטריגער צו טאקע א נויטבאדערפיגע מאן?