ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15059
ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
ס'איז געוועהן א שיעור פון הגאון ר' אורי האלצמאן אין די 'שטיבל' אין וויליאמסבורג און הערשל קלאר האט אנגעפירט א פראטעסט ווי אין די אלטע צייטן מיט לויזע אייער אויסגעשאסענע פענסטערס.
הרב האלצמאן'ס חטא איז אז ער האט א. שייכות מיט די חומש פשוטו של מקרא
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
אוואו איז געווען די שיעור?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
די שטיבעל אויף פענן סטריט ביי ווייטע עוועניו
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
האסט בילדער פון די וואנדאליזם אטאקע?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
ביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
קאך_לעפלביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
אז די ווילסט עס לייגן אין קאנטעקסט, קלאר איז דער סאטמערער וואס רעדט איין דער יוגענט אז האלצמאן איז דער שייגעץ וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט. זיי גלייבן אים, ווייל זיי ווייסן נישט בעסער, ועוד ווייל זיי האבן אויך ליב עקשען.
סאטמער איז געבויט אויף טעראר, געבויט אויף רשעות, אהן טרעפען א איינער וואס מען קען מאכען דער קאמאן ענעמי זענען זיי גארנישט מיט נישט.
דער נעכטיגע פראטעסט איז לזכר נשמתו פין דער גרויסע טיפער בליק האבער רבינו יואל בן חנניה יו"טל.
תרמבאיך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
מ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל
קאך_לעפלמ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל
נוסח סאטמאר במיטבו
נישט דאס האבן מיר געפרעגט...
ס'שיינט עטוואס אז מיר וועלן נישט אזוי שנעל באקומען אן עטפער. אלענספאל האטס מיר א ליכטיגער שבת.
און יא, מיסטער היסטאריע, פארגעסט נישט זיך גוט צו צוקנעפלן דאס מאנטל, ס'איז שטארק קאלט אינדרויסן...
ליב צו וויסןתרמבאיך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/14YY_AGX3DAqfthqHa6ocqnfoR5w5jwir/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/14YY_AG ... sp=sharing</a>
קאך_לעפל א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער
. נ.ב. איך עקסעפט זעללע
מאטיקאך_לעפל א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער
. נ.ב. איך עקסעפט זעללע
מאטי: ער איז (נאך) א בחור. אפשר האט ער אן אלטע טאטע און מאמע. און ברודערס און שוועסטערס...! קלוגע עצה...!
וואס איז געווען זיין עבירה אז מ'האט פראטעסטירט, האט ער געלערענט ניטל?
קאך לעפל, איך דיין פלאץ וואלט איינגעמאכט און געבליבן שטיל, סעאיז אן עקל און א גרויל צו זעהו וויאזוי מען האדעוועט אויף א פרישע דור אין וויליאמסבורג מיט די אלטע חן ענקערע.
עפ"י בקשת אנשים חשובים האביך (מדעת עצמי) פארמעקט די הודעה.
קהל'ס נער: ייש"כ פאר געבן די לייק...!
WOW 😛 טאטע זיסער...
און איך האב געמיינט אז די זאכן זענען א פארגאנגענהייט...
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש
טעראר איז פושט צורה ולובש צורה, אמאל גייט ער מיט א שטאָפּער הוט אמאל גייט ער מיט א קרעציגע הויכע בובער הוט און אמאל גייט ער מיט א בענד דאַן (סאטמערע לויער היטעל) און שרייבט בלוטיגע שקרים אויף טוויטער
ווער איז דער האלצמאן? ווואס איז זיין היסטארי?
זיין היסטארי איז אז ער מומחה אויף היסטאריע און דאס מאכט די קנאים היסטעריש.
ווייל די קנאים ווילן נאר הערן hagiography און ביי זיי ווער ס'זעט און היסטאריע א biography איז צאאאאאא טאאאמע.
יאסל ראקאווער: גיי זיי מסביר (פאר די פארמאכטע מוחות) וואס דו האסט דא געזאגט...!
מאך זיכערעס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.
כ'פארשטיי נישט פארוואס ביסט געווארן אזוי אויפגערעגט?! פארוואס האסטו דיך בכלל איינגערעדט אז עפעס האט זיך געטוישט דארט? אדער זיך געריקט פאראויס? האבן דען די מחנכים, מנהלים, און רעבעס אנגעהויבן אריינצובאקן אין די יונגווארג, אז מ'ברויך אויך רעספעקטירן און אקצעפטירן איינער וואס האלט אינגאנצן אנדערש ווי דיר?? ווען האסטו ס'לעצטע מאל געהערט א פרידליכע דעבאטע אדער דיאלאג, צווישן א סאטמארער, בעלזער,אגודה'סט אדער מזרחי'סט אויף קול מבשר?? אדער דער איד, די צייטונג, בלאט, באשרייבן א מזרחישן רב א ת"ח אדער סיי וועם נישט קיין נפק"מ פון וועלכן חצר יענער רב, רבי, באלאנגט וואס איז נישט איינשטימיג און גייט נישט אין שפאן מיט זייערע אגענדע?!?!?!?!
מאך זיכערעס האט מיר אזוי אויפגערעגט ווען איך האב געזען דעם קליפ פון דעם פראטעסט. גלייבט מיר אז איך האב געהאלטן אז וויליאמסבורג שטייט שוין אסאך ווייטער פון דעם. איך האב אפגעשטעלט דעם סקרין און געקלערט, אט איז נאך א סיבה פאר משיח׳ן אויסצואוועלן קרוינהייטס איבער וויליאמסבורג.
פארוואס עפעס קרינהייטס? דארט האט מען טאלעלירט יעדן?
אויב זענט איר נאך צו יונג, גייטס פרעגן די עלטערע באבובער, סקולענער און אפילו סאטמארע חסידים וואס האבן געהאט דארט זייער בעיס אדער מוסדות, פרעגט זיי פארוואס זיי האבן אוועקגעמופט?
אדער פרובירטס צו מאכן א שיעור אין דברי יואל (ניטאמאל ויואל משה) מיט אפאר ליבאוויטשע בחורים אן זייער טאטענ׳ס רשות, וועלמיר זען וואס וועט פאסירן
איך האלט אויך אז וומסב"ג האט נאך די מענטעליטעיט, אבער במציאות איז אין וומסב"ג דא און אייביג געווען שולן און מוסדות פון אלע חסידות, קרוינהייטס האט יעדן ארויסגעגעסן
Completeley wrong.
די סיבה דער עולם איז אנטלאפן פון קראון הייטס איז ווייל די שווארצע חוליגאנעס האבן זיך צעלאזט אין די מאסן און טעראריזירט די עולם עד כדי מיתה ועד בכלל.
נישט וועיגן ליובאוויטש.
קהל'ס נער: געוויסע מענטשן וועללן אייביג טרעפן עפעס א מאדנע טעם פארוואס צו בלעימען זייער אוועקגיין פון א געגנט. דו האסט עס ריכטיג ארויס. די אידן האבן אוועקגעמופט פן קרוינהייטס פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע אידישע געגנטער זענען חרוב געווארן. צוליעב געלטגייציגע ריעל עסטעיט ספעקולאטארן. ..."בלאקבאסטערס"... וועלכע האבן ארייגעברענגט די שווארצע חיות, רוצחים און אנטיסעמיטן און חרוב געמאכט א געגנט. פארקערט. ס'קומט זיך עקסטער קרעדיט פאר ליובאוויטש אז זיי האבן זיך נישט געשראקן און אוועקגעמופט. אזוי ווי אלע אנדערע אידישע קהילות. ווען נישט די ליובאוויטשער חסידים וואלט א איד היינט נישט געקענט אדורכגיין קראונהייטס...!
די רשעים האבן פונקט אזוי געציעלט חרוב צו מאכן אנדערע אידישע געגנטער. אזוי ווי פארעסט היללס, קווינס. אויך קיין בארא פארק זענען די רשעים אנגעקומען. אין מיין שכינות האט , איין טאג. בעסער געזאגט אינמיטן די נאכט אריינגעמופט א שווארצע משפחה. פארשטייצעך. ווארקינג קלעס. נאר דער עולם האט געלייגט פרעשור אויפ'ן לענדלארד אז ער האט געמוזט פטור ווערן פון זיי. מסתמא פאר א פאר טאלער לא יחרץ געלט...!
...
אינטערעסטינג סטארי.
מאך זיכערקודם כל האב איך נאר ארומגעווערטלט איבער קרוינהייטס, וועגן זייערע משיח׳יסטישע אנשויאונגען. אבער אז מען רעדט שוין וועגן ליובאוויטש און סקולען, האט מיר דער גבאי פון הרה״ק מסקולען זי״ע דערציילט, אז א חסיד איז אריין צום ליובאוויטשער רבי זצ״ל און געזאגט אז סקולענער רבי מאכט ליובאוויטשע חסידים דאווענען מיט זיין מנין שבת, און זיי קומען נישט צום רבי׳ן, האט דער ליובאוויטשער רבי געזאגט אז מען זאל זאגן אלע ליובאוויטשע חסידים צו דאווענען ווייטער ווי זיי ווילן ״ווייל איך האב ניט די פלייצעס דעם אידן ווי צו טאן״.
די מעשה מוז נישט דוקא זיין אמת. אבער אונז גלייבן באמונה שלימה אז ס'וואלט געקענט זיין אמת...!
תרמבליב צו וויסןתרמבאיך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/14YY_AGX3DAqfthqHa6ocqnfoR5w5jwir/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/14YY_AG ... sp=sharing</a>
ווער האט מנדב געווען די אייער...?!
איינער זאגט מיר אז ער איז א שכן מיט ציממערמאן די אייער ווארפער. און ער באטראכט זיין יונגל אלץ אויף די גאס ווען זיין טאטען שרייעט אויף די מענטשען אין די גאסן, שבת וועגן די עירוב אדער וועגן אנדערע משוגעתן. און לויט ווי עס קוקט אים אויס שעמט זיך דאס קינד מיט זיין טאטען און איז אינגאנצן צומישט.... נעבעך!
כ’טראכט וואס איך וואלט געטוהן אויב מיין טאטע וואלט טאג און נאכט ארומגעגעאנגען שרייען אויף אנדערע מענטשען, יעדע רגע אויף א צווייטן, וויאזוי איך וואלט אים אנגעקוקט...
סאיז א געוויסע form of child abuse.
וואס טראכט ער? די באשעפער האט געהייסן זיין א משוגענער און א גאנצע טאג ארומגייען שרייען און פארפירן אויף מענטשען?
כפארשטיי אמאל דארף מען פראטעסטירן קעגן געוויסע אומרעכטן. ספעציעל ווען ס’קומט צו מענטשען-רעכטן, און אין די היסטאריע האבן מענטשען נאר באקומען זייערע רעכטן ווייל זיי האבן זיך אויפגעשטעלט און פראטעסטירט. אבער שרייען אויף א צווייטן יעדען שני וחמישי ווייל ער לערנט אנדערש פשט אין רש״י???
ביסט גערעכט שבת אחים, אבער פארגעס נישט אלע וויליאמסבורגע אידן וואס זען זאכן וואס באדערט זיי, צום ביישפיל א צימערמאן שרייען און זיי זאגןן גארנישט ווייל ס'וועט שאטען צו זייער שידוך זענען און א וועג מער אביוזיו ווי דער שרייער צימערמאן. צימערמאן'ס זון אויב וועט ער זיין נארמאל וועט ער וויסען זיין טאטע איז משוגע. די נארמאלע וויליאמסבורגע, ווער וועט מסביר זיין זייערע קינדער אז לעבן פאר יענעם איז נישט נארמאל?