מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15047
מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
[מסתמא געהערט די טעמע דא אהער]
אויב איינער דעיט א פרוי, וואס איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער דאס יופי איז נישט זיין חלום.
דארף עס לייגן אויף האלד?
צו נישט ווארטן אויף בעסערס?
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.
פרעג די זעלבע חקירה מיט די מין געטוישט. אויב א פרוי האט חתונה מיט א מאן וועלכער איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער זיין געשטאלט אדער געשטעל איז (מער) נישט צו איר געשמאק.. וכו'
ענטפער מיט געפיל.
דיין ערשטע ווייב וואלט אויסגעזעהן שענער אין דעם עלטער?
די פראגע איז אויך, צו ס'עפעקטירט נישט די מערידזש לייף, אויב ס'נישט צום הארצן.
אז מ'רעדט דא פון דעיטן מיינט עס נישט בעשוי. האסטו געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס טראכסטו אפי' פון שיינקייט? האסטו נישט געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס שטופט דיר צו בלייבן מיט איר?
בת קולדיין ערשטע ווייב וואלט אויסגעזעהן שענער אין דעם עלטער?
יא: מיין ערשטע (און יעצטיגע) ווייב זעהט אויס (ב"ה) זייער שיין (אפילו אן מעיקאפ. און כש"כ מיט). אז מ'איז נישט פויל. מ'ארבעט. מ'מאכט נאטורליכע עקסערסייז. און מ'וואטשט וואס מ'עסט. (פי'. מ'האקט נישט אריין סטעיקס און זיסע קריעם קעיקס און אייזקריעם.) זעהט מען אויס ביי 70+ זייער שיין, בליעה"ר...לאל...!...!
petrishke
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.
דאכט צו מיר אז דערפאר האט מען מתקן געווען א פעטן כתובה ביי א גט אז די מאן זאל פלוצלינג נישט גט'ן ווייל ער האט געזען עפעס שענער. אז עס קאסט א טייערע פרייז העט ער טראכטן צוטיילט מאל בעפאר.
אלבערט איינשטייןאז מ'רעדט דא פון דעיטן מיינט עס נישט בעשוי. האסטו געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס טראכסטו אפי' פון שיינקייט? האסטו נישט געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס שטופט דיר צו בלייבן מיט איר?
אז מ'טרעפט חן אין אירע אויגן, מיינט נישט אז זי האט געטראפן ביי עהם חן...
און מ'רעדט נישט פון א ביזנעס שותף נאר פון א אינטימער שותף, וואס האט א צווייטע דערהער.
Re: מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
תוהו ובוהואד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה
אלבערט איינשטייןpetrishke
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.
דאכט צו מיר אז דערפאר האט מען מתקן געווען א פעטן כתובה ביי א גט אז די מאן זאל פלוצלינג נישט גט'ן ווייל ער האט געזען עפעס שענער. אז עס קאסט א טייערע פרייז העט ער טראכטן צוטיילט מאל בעפאר
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
א רחמנות פאר איינער וואס די איינציגסטע סיבה פארן זיין חתונה געהאט איז ווייל ער וויל נישט דארפן צאלן כתובה.
און אז מען רעדט שוין כתובה איז בערך א אלפ'ל אדער אלפיים, כ'גלייב נישט אז דעיס נעמט אין חשבון פארן גט'ן.
petrishke[מסתמא געהערט די טעמע דא אהער]
אויב איינער דעיט א פרוי, וואס איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער דאס יופי איז נישט זיין חלום.
דארף עס לייגן אויף האלד?
צו נישט ווארטן אויף בעסערס?
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.
שאלת חכם חצי תשובה; איך מיין אז דער תירוץ ליגט שוין אין דיין שאלה... אז ס׳האט מיט געפיל.
וואס ס׳וועט זיך אויסלאזן פון דעם זווג איין באשעפער ווייסט (קען אפילו זיין סאך בעסער ווי געראכאטן), אבער אונזער השתדלות איז אריינצוגיין מיטן רעכטן פיס... אויב איז דער געפיל נישט דערביי איז לעניית דעתי אסור צו טון דעם שידוך.
תוהו ובוהואד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
תוהו ובוהו: דו ביסט שוין באלד אזוי ווי איך. דו טשעפעסט דיך אויף די גראדע ווענט. אבער...דו ביסט גערעכט. גיי זיי מסביר פאר איינער וואס איז נישט קיין בעל דיקדוק ווי ווייט ס'שטעכט א נישט ריכטיגע ספעללינג אדער נקודה...!
פעטרישקע, מעגסט זיך שעמען אז דיין קאפ לויפט צו אזעלכע שמוציגע זאכן. דו האסט אינגאנצען פארגעסן פארוואס מ'האט חתונה. און ווי מ'וויל אנקומען מיט דעם.
איך ווייס בכלל נישט ווי איינער וואס האט געלערנט אין אונזערע הייליגע מוסדות קומט אן צו דעם. אפילו ביי די גוים איז שטארק ארפגעקוקט איינער וואס טראכט אפציעל פון שיינקייט ביי א מענטש.
די וועג ווי אזוי דו גייסט יעצט זעט אויס אז באלד גייסטו דיך טויפן צו אידישקייט, וואס אין זייערע ספרים שטייט אסור לאדם שיקדש אשה עד שראנה, שמה רואה בה דבר מגונה ויעבור על ואהבת לריעך כמוך.
שעמען? פארוועמען?
און פארוואס דען האסטו חתונה די גרויסע מלאך.. המוות
איך האב גאנץ ווייניג געלערנט אין היימישע מוסדות, אויב דו ווילסט דווקא וויסן. און ממילא האב איך א ראש פתוח פאר אמת.
און כ'פרעג בכללות נישט פאר מיר, ווייל מיין ווייב האב איך ליב אידער וועי
petrishkeשעמען? פארוועמען?
און פארוואס דען האסטו חתונה די גרויסע מלאך.. המוות
איך האב גאנץ ווייניג געלערנט אין היימישע מוסדות, אויב דו ווילסט דווקא וויסן. און ממילא האב איך א ראש פתוח פאר אמת.
און כ'פרעג בכללות נישט פאר מיר, ווייל מיין ווייב האב איך ליב אידער וועי
פעטרישטקע: בארואיגט אייך @דערהויבענע רעדט סארקסטיש 😂
petrishkeתוהו ובוהואד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה
ביצה פרק ב'
ווען שמאי הזקן האט געטראפן א שענערע בהמה.
צום שאלת האשכול,
דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.
יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.
דערהויבענע אידאפילו ביי די גוים איז שטארק ארפגעקוקט איינער וואס טראכט אפציעל פון שיינקייט ביי א מענטש.
איך האלט אז דיין תגובה איז נישט ממש אין פלאץ דא אויף @פעטרישקע׳ס שאלה בנוגע א שידוך. אבער, איך פערזענליך זיך שוין א לאנגע צייט אינפא איבער דעם נושא, ווייל מצד אחד איז דער דגוש אויפן שקר והבל מרפסין איגרא היינט, אבער מאידך גיסא הער איך דיין נקודה.
אבער, באמת נישט וואס ס׳טוטסעך ביי זיי איז די נפקא מינה. נאר להבדיל אני הק׳ בין זייער געשלאגן אין דעם... און איך וויל באמת זיך ארויסזען דערפון - אפשר עפענען אן עקסטער אשכול איבער דעם.
סאוי אין שכל פארשטיי איך זייער גוט די אומ-מארלישקייט פון פאוקעסן אויף א מענטשעס שיינקייט, אבער מאידך גיסא מיין סוב-קאנטשוס איז זייער זייער ביזי מיט דעם, בפרט ווען איך זעי פרעמדע מענטשן וועליך אטאמאטיש אוועליועטן און ענעלייזן די שקרים והבלים...
עני העלפ, אדער אינפא איז ווערי עפרישיעטעד
שמעקעדיגצום שאלת האשכול,
דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.
יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.
די שאלה צו דאס עפעקט די מעריטדש
שמעקעדיגpetrishkeתוהו ובוהואד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה
ביצה פרק ב'
ווען שמאי הזקן האט געטראפן א שענערע בהמה.
איך מיין. אויך אין סוף מס' גיטין. וואו די גמ' רעדט איבער די נעגאטיווע זייט פון גט'ן די (ערשטע) ווייב. רעכנט די גמ' אויס די סיבות פאר וועלכע א מענטש קען (האט די רעכט) גט'ן זיין ווייב. איין מאן דאמר זאגט..."אפילו מצא אחרת, נאה הימנה"...!
petrishkeשמעקעדיגצום שאלת האשכול,
דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.
יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.
די שאלה צו דאס עפעקט די מעריטדש
ווענטסעך וועלכע לעוועל מערידזש מ׳איז. געווענליך הייבטסעך עס אן חצוניות׳דיג אין ס׳קשר דארף ווערן טיפער און טיפער... ביז ס׳ווערט ׳איינס׳. און דאן פונקט ווי א מענטש׳ס אייגענער אויסזען עפעקט נישט זיין אהבת עצמו, כן הדבר הזה.
berlbalagulehתוהו ובוהואד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]
תוהו ובוהו: דו ביסט שוין באלד אזוי ווי איך. דו טשעפעסט דיך אויף די גראדע ווענט. אבער...דו ביסט גערעכט. גיי זיי מסביר פאר איינער וואס איז נישט קיין בעל דיקדוק ווי ווייט ס'שטעכט א נישט ריכטיגע ספעללינג אדער נקודה...!
אז מ'רעדט שוין וועגן ספעלינג..
די אלע איבריגע למ''ד'ס וואס די שרייבסט, מאכט מיר אביסל נערוועז, אפשר 'זאלל' זיך עס סטאפן
'לאלל'
@petrishke
פרעג דיך נאך ביי די וואס האבן "זוכה" געווען צו א יפת תואר, טאמער די געשעפט לוינט זיך.
א שיינע פרוי, איך רעד פון איינע וואס איז ספעשיל שיין, האלט אז מ'איז איר שולדיג די גאנצע וועלט פאר איר אויסזעהן און ס'איז ביטער שווער איר צופרידן צו שטעלן. דאס הייסט, אין צוגאב צו די שווערע ארבעט וואס יעדער האט צו מאכן זיין ווייב זאל אים שעצן און זי זאל זיין צופרידן, איז עס פי כמה שווערער מיט א שיינע.
פיעטרישקע איז א בחור.
צו שיינקייט ווערט מען צוגעוואוינט און עס מיינט באמת גארנישט נאך א שטיקל צייט.
א מלכות יופי וואס האט נישט קיין שכל, עקלט מען זיך ווען דער יופי ווערט אהן, ד.ה. נאך איין נאכט.
ווען די גמרא זאגט נאה הימנה רעדט עס נישט פון פיזישע שיינקייט, ווייל איינער וואס טוט עס פאר דעם, איז דער ערשטער ווייב היבש לאקי אז זי ווערט פון אים פטור.
אבער, טאמער ביסטו א בחור, און טרעפסט זיך מיט א מיידל און זי איז נישט גענוג שיין, דארפסטו קוקן אויב זי איז אין א בחינה וואס דיר באדערט איר לוק, אדער סתם נישט גענוג. טאמער עס באדערט איז עס נישט פאר דיר. קען זיין אז דער תיקון וואלט געוועהן זיך צו טרעפן מיט מערערע, אזוי וועט דער לוק נישט מיינען אזוי פיל מער, ודוק.
Re: מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
שמעון וואלף@petrishke
פרעג דיך נאך ביי די וואס האבן "זוכה" געווען צו א יפת תואר, טאמער די געשעפט לוינט זיך.
א שיינע פרוי, איך רעד פון איינע וואס איז ספעשיל שיין, האלט אז מ'איז איר שולדיג די גאנצע וועלט פאר איר אויסזעהן און ס'איז ביטער שווער איר צופרידן צו שטעלן. דאס הייסט, אין צוגאב צו די שווערע ארבעט וואס יעדער האט צו מאכן זיין ווייב זאל אים שעצן און זי זאל זיין צופרידן, איז עס פי כמה שווערער מיט א שיינע.
לאו דווקא, איך קען עטליכע הערליכע פרויען וואס זענען געוואלדיגע נוח לבריות'ניקעס.
ס'נישט דא קיין כללים.
ס'דא מענטשן וואס די מזל שפילט זיי און טרעפן זיך אן אין א גוטע זאך אזוי מענטשן וואס זיי זענען מצליח אין ביזנעס.
היסטאריעפיעטרישקע איז א בחור.

נישט נאר בחורים דארפן מענטשליכע געברויכן.
יופי איז א זאך וואס מינט אסאך. ביי יעקב אבינו שטייט אז ער האט אלס ליב געהאט רחל. און דאס איז געווען זיין דרייוו, זיב יאר ארבעטן פאר איר האט אויסגעקוקט ווי איין טאג, צוליב איר שיינע אויסזעהן.
ס'איז צייט מ'זאל קאטן קרעפ.
היסטאריעפעטרישקע איז א בחור.
כ'זע נישט וואספארא היתר דו האסט מיט'ן שרייבן איך בין א בחור, און כ'בין גראדע נישט קיין בחור!
פיגער נישט אויס וואס יענער איז, און שרייב דיר וואס דו האסט צו שרייבן. מ'וועגט דא נישט אפ קיין יחידים, מ'רעדט בכללות.
אויב דו מיינסט מיר, האב איך געמיינט צו זאגן אז נישט נאר בחורים ווערן עטרעקטעט צו מענטשן.
petrishke
כ'זע נישט וואספארא היתר דו האסט מיט'ן שרייבן איך בין א בחור, און כ'בין גראדע נישט קיין בחור!
פיגער נישט אויס וואס יענער איז, און שרייב דיר וואס דו האסט צו שרייבן. מ'וועגט דא נישט אפ קיין יחידים, מ'רעדט בכללות.
עס איז דא א אשכול וועגן זיין א בחור. עס איז נישט א קללה. בארואיגען ביטע. אויב ביסטו נישט א בחור, שרייבט דיין ניק ווי א בחור.
חסיד פון ליטאשמעון וואלף@petrishke
פרעג דיך נאך ביי די וואס האבן "זוכה" געווען צו א יפת תואר, טאמער די געשעפט לוינט זיך.
א שיינע פרוי, איך רעד פון איינע וואס איז ספעשיל שיין, האלט אז מ'איז איר שולדיג די גאנצע וועלט פאר איר אויסזעהן און ס'איז ביטער שווער איר צופרידן צו שטעלן. דאס הייסט, אין צוגאב צו די שווערע ארבעט וואס יעדער האט צו מאכן זיין ווייב זאל אים שעצן און זי זאל זיין צופרידן, איז עס פי כמה שווערער מיט א שיינע.
לאו דווקא, איך קען עטליכע הערליכע פרויען וואס זענען געוואלדיגע נוח לבריות'ניקעס.
ס'נישט דא קיין כללים.
ס'דא מענטשן וואס די מזל שפילט זיי און טרעפן זיך אן אין א גוטע זאך אזוי מענטשן וואס זיי זענען מצליח אין ביזנעס.
די ווייסט וויאזוי זייער שלום בית איז?
בכלליות, א פרוי וואס פארקויפט שיינקייט, פארלאנגט זי עפעס דערפאר
Re: מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?
שמעון וואלףדי ווייסט וויאזוי זייער שלום בית איז?
בכלליות, א פרוי וואס פארקויפט שיינקייט, פארלאנגט זי עפעס דערפאר
בכלליות זענען זייערע מענער טאקע גרייט צו צאלן
Sent from my SM-N986U using Tapatalk
כ'האב אמאל געהערט אז אין א מעריזש דארף זיין 3 זאכן:
עטרעקשען
זיך אנפילן די נידס איינער פארן צווייטן
שעערן קאמאן גאולס און קאמיטמענטס.
אויב מ'האט נאר 2 פון די 3, דאן איז אויך גוט.
לאמיר שטעלן אזא פראגע פונעם ציבור
אויב איינער טרעפט א שידוך לבסוף, און 'כמעט' אלעס איז פיין. אבער! נישט דאס איז וואס דו האסט גע'חלומ'ט...
אלעס פיין און וואויל, אבער ס'נישט ערפילט דיין אינערליכע זוך.
גייט מען דערמיט, און פארפאלן, ס'נישטא קיין ברירה?
אדער ניין, מ'לייגט עס אויף האלד, און מ'באטראכט עפעס אנדערש - אויב ס'וועט קומען...
petrishkeלאמיר שטעלן אזא פראגע פונעם ציבור

No rush
איך מיין דו זאלסט טאקע בלייבן אליין ביז דו טרעפסט פונקטליך וואס דו ווילסט, אל תפל דבר מכל אשר דברת. האלט דיך שטארק. דארפסט מער נישט פרעגן. מאך דיר א ליסטע פון אלעס פונקטליך דו זוכסט, ווי לאנג אלע טשעק באקסעס זענען נישט אנגעפילט זאלסטו בשום אופן נישט טוהן קיין שידוך. איך שוין נאר דיינע עלטערן ווייל דו וועסט נאך ריטייערן אויף זייערע קאסטן.
עצי שטיםpetrishkeלאמיר שטעלן אזא פראגע פונעם ציבור
אויב איינער טרעפט א שידוך לבסוף, און 'כמעט' אלעס איז פיין. אבער! נישט דאס איז וואס דו האסט גע'חלומ'ט...
אלעס פיין און וואויל, אבער ס'נישט ערפילט דיין אינערליכע זוך.
גייט מען דערמיט, און פארפאלן, ס'נישטא קיין ברירה?
אדער ניין, מ'לייגט עס אויף האלד, און מ'באטראכט עפעס אנדערש - אויב ס'וועט קומען...
No rush
איך האלט אויך זאלסט ציווארטן, אבער די דארפסט דיך מאכן א cut off date וואס ביז דעמאלטס זיכסטו בעסער, ומכאן ואילך גייט מען פאר א שידוך.
איך קען א פרוי וואס האט חתונה געהאט ביי די 35, ווייל זי האט אייביג געהאלטן אז זי קען טרעפן עפעס בעסערס, למעשה האט זי חתונה געהאט מיט איינעם נישט עפעס מוראדיג, (נישט אז עפעס איז שלעכט מיט עים, אבער א גרוש מיט 2 קינדער און א שטיקל קנאי, בשעת זי איז א בתולה אן קינדער און גאנץ א אויפגעקלערטע, איז זיכער נישט אויף וואס זי האט געווארט די אלע יארן).
אויפן שאלה פארוואס האט זי געטין די שידוך האט זי גענטפערט "א 35 יעריגע מויד קען זיך נישט קלויבן".
זי האט אנערקענט איר טעות נאר אביסל צי שפעיט.
א 35 יעריגע קען זיך נישט קלויבען ... אין א אכטצען יעריגע קען יא? זי איז דאך נאר געווארען 35 ווייל זי האט זיך געקלויבט ביי די 18...
נאר וואס איז די עצה, מען פארלירט דאך די וועליו מיט יעדע יאר וואס מען עלטערט זיך איטס קאמפליקעיטעט עי ביט.
אין וואס מיט די מכריזין בת פלוני לפלוני? ודי בזה
yesiknowא 35 יעריגע קען זיך נישט קלויבען ... אין א אכטצען יעריגע קען יא? זי איז דאך נאר געווארען 35 ווייל זי האט זיך געקלויבט ביי די 18...
נאר וואס איז די עצה, מען פארלירט דאך די וועליו מיט יעדע יאר וואס מען עלטערט זיך איטס קאמפליקעיטעט עי ביט.
אין וואס מיט די מכריזין בת פלוני לפלוני? ודי בזה
טאקע וועיגן דעים האב איך געזאגט ער זאל זיך מאכן א cut off date, לאמיר זאגן ער זיכט ביז 25, מכאן ואילך שליסט מען שידוך ביי הוק או ביי קרוק.
און פליז הערט ביטע אויף מיט דעי באשערט קארטל.
צי מען גיין באקימען ראש חודש בענטשען, צי מען וועט כאפן א פיינע חתיכה'לע הערינג ביים קידוש, טראכט מען נישט וואס איז באשערט.
צי די כלה גייט גיין מיט א שפיצל און פאלם טייץ, קימט נישט אין באטראכט וואס איז באשערט, נאר מען וועט זיך נאכפרעיגן ביי מכון יוחסין און מאכן א DNA טעסט, צי זיכערמאכן אז ביידע באבעס גייען מיט סימס אויפן טייץ.
אז די מחותן זאל באצאלן 90% פון די חתונה פארלאזט מען זיך אויך נישט אויפן באשעפער.
אבער ווען די חתן זאגט איך וויל נאך אביסל ווארטן, אפשר וועל איך טרעפן עפעס בעסער, ווערט ער א כופר.
וועיגן אזעלכע היפאקריסי זענען דא אזויפיל אט"ד (לעניות דעתי השפילה והעניה והצמוקה)
אויב אלעס איז גוט, דהיינו, די מדוברת האט אלע מעלות אבער בלויז די פנים איז נישט אזוי גלאנציג.
קען דאס איבערוועגן אלעס - ביים זכר'ס געפילן.
די פראגע איז, צו וועט מען נישט חרטה האבן פאר'ן אריינגיין אין אזא שידוך. בלויז צוליב די אויסערליכע משיכה איז נישט עפעס מאה אחוז.
אדער, די אינערליכע משיכה דארף עווענטשעלי איבערוועגן
petrishkeלאמיר שטעלן אזא פראגע פונעם ציבור
אויב איינער טרעפט א שידוך לבסוף, און 'כמעט' אלעס איז פיין. אבער! נישט דאס איז וואס דו האסט גע'חלומ'ט...
אלעס פיין און וואויל, אבער ס'נישט ערפילט דיין אינערליכע זוך.
גייט מען דערמיט, און פארפאלן, ס'נישטא קיין ברירה?
אדער ניין, מ'לייגט עס אויף האלד, און מ'באטראכט עפעס אנדערש - אויב ס'וועט קומען...
פון א קלוגע איד האב איך אמאל געהערט ווי ער רעדט מיט זיין חבר, אן אלטער בחור. זאגט ער אים, אונז ביידע האמיר געזיכט א שיינע, קלוגע, בא'חנ'טע כלה. איך האב אבער געזעהן אז ס'גייט נישט האב איך געכאפט דאס בעסטע וואס איז געווען אוועילעבל. איך בין אויסדריקליך נישט סעטיספייד און איך זיך נאכאלץ עפעס שענער און בעסער אבער ביזדערווייל האב איך א ווייב מיט 7 קינדער, און די דרייסט דיך ארום עלענד אליין.
אין די יעצטיגע סעסייעטי ביסטו גערעכט, דאס איז די בעסטע אויסוואל, בוחר הרע במעיטו,
אבער ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט איך געראטן דעם בחור, צו ענדזשויען נאך אפאר יאר אין מיר, און ווארטן ביז עס קומט אויף די לאוו אוו היס לייף,
און פארשטייט זיך האבן ביז דאן אפאר פלגשים, ווען ס'פעלט זיך אויס,
לענ"ד קען ער האלטען די פלגשים אויך נאכען טרעפען די לאוו אף היז לייפ אז נישט וואס וועט ער טהון די צווייטע העלפט חודש
אדער אין אנדערע אומשטענדען וואט עווער דעו מינס...