☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!

די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15036

בר גיורא » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:38 pm

· #490238
די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!
א גוטן טייערע חברים,
ווי באקאנט איז דא אין ירושלים די לעצטע פאר יאר געפערליכע טעראר אקעגען יעדען איינעם וואס שטעלט זיך נישט צי 100 פראצענט צי די ארויפגעצווינגענע פירערשאפט אנגעפירט דורך די אזויגערופענע עדה החרדית און אירע שטיצערס וואס זיי שיקען כסדר זייערע טשאלמיס-פרענקען צי טוהן די שמוציגע ארבעט !!
א קורצע ליסטע פון די תקנות און וועדים וואס די טעראריסטען האבען איינגעפירט
"חותם" כשרע קאמפיאטער קיאסק ווי מקען נישט זעהן קיין שום בילדער און מקען נאר עפענען אימעילס
"וועד האוכלוס"(נעמט קעיר פון די רעסטעראונטס-בעקעריס זיי זאלן זיך פארמאכען 10:30 אז נישט נעמט מען אראפ די הכשר..ווי אויכעט טאר מען נישט פארקויפען קיין שווארמע..)
(יעדע בנין האט פאר ביז אפאר יאר צירוק געמוזט האבען אן אישור פון די וועד בכדי צי קענען פארדינגען פאר בחורים אז זיי פארדינגען נאר פאר בחורים מיט כשרע טעלעפאונס)
"שמיטה" יעדע געשעפט מיז האבן די עדה הכשר אויף שמיטה מיט אלע זייערע משוגעת'ן אינקלאדעד..
"כשרע טעלעפאונס" יעדע סטאר מעג נאר פארקויפען סעלפאונס מיט די "וועד המשמרת" חותם וואס קאסט 2 מאל די פרייז פון די זעלבע פאון אן די הכשר !! (ווי די געלט גייט ווייסט קיינער נישט)
און דאס איז נאר קליין חלק פון די נארישע מערכות וואס זיי פירען

אין כדי צי אינפארסען די אלע נארישע געלטגייציגע תקנות האבען זיי נישט קיין שום פראבלעים צו שפריצען היימישע "עכטע בואש" און וואנדילעזירען די געשעפטען וואס שטעלן זיך נישט צו !!!

בר גיורא » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:39 pm

· #490239
און יעצט הערט א מעשה מיין חבר נחמן האט א געשעפט סמוך ונראה לכיכר השבת ווי ער פארקויפט און פארעכט סעל פאון'ס (און בעיני ראיתי ווי ער פארעכט פאר יודען וואס קענען זיך נישט ערלויבען אומזיסט) און ב"ה די געשעפט איז אייביג פיל לעצטענס איז קפץ ריגזו של הטעראריסטען און די וואך מאנטאג האבען זיי אנגעשפריצט די געשעפט מיט די המן'ס טאכטער מאטריאל....וואס דאס האט דערוואטערט אסאך קונים און חרוב געלייגט אסאך טייערע חפצים וואס איז געשטאנען צי פארקויפען

און היינט בעצם היום האבען אפאר טעראריסטען ארומגעבונדען מיש שאלן (כדי נישט צי ווערן אויפגעכאפט דורך די קעמרעס וואס נחמן האט אינסטאלירט) אראנגעלאפען אין געשעפט און ציבראכען און וואנדילעזירט מכל הבא לידם

רבותי לא עת לחשות מיר מיזען עפעס טוהן צי העלפען נחמן נישט צי פאלן צי די טעראר און אנגיין מיט זיי געשעפט

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:40 pm

· #490240
עס איז געווען אין בני ברק און עס האט נישט מיט די עדה נאר מיט די וועד הרבנים לעניני תקשורת מאפיא

בר גיורא » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:41 pm

· #490241
בילדער פון די אטאקע
📎 gfm.jpeg 📎 whatsapp-image-2021-12-30-at-171527-1.jpeg

בר גיורא » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:43 pm

· #490242
נפה
עס איז געווען אין בני ברק און עס האט נישט מיט די עדה נאר מיט די וועד הרבנים לעניני תקשורת מאפיא

די געשעפט הייסט כיכר התקשורת אנקעגען בנין זופניק

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:44 pm

· #490243
גערעכט עס איז יא געווען אין ירושלים
אין בני ברק גייט אן די זעלבע טעראר

ברויט מיט סמייטע » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 7:08 pm

· #490249
זיין עוולה איז געווען נישט אז ער האט פארקויפט סמארטפונ׳ס פאר בחורים. ער האט פשוט געהאט פארקופט די ביליגע סארט סים קארד׳ס וואס זענען נישט קאנטראלירט אינטער די רעזשים פון די טעראר גרופע.
אגב זיי זענען נישט קיין בטלנים. זיי קענען נאכקוקן די אלע וואס האבן כשר׳ע נומער׳ס צו זעהן וויפיל זיי נוצן די פאון און זיי קוקן עס נאך צו זעהן און קאנטראלירן צו מהאט נישט א צווייטע סעלפאון

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:08 pm

· #490252
מען רעדט דאך ירושלים עיר הקודש, מעג נישט זיין אין שטאט אין די וועלט וואס די רבנים האבן די ריכטיגע בעלות?

לייבל שטילער » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:17 pm

· #490253
מ'רעדט דאך פון אל-קודס, מעגן נישט די אימאם'ס זיין בעה''ב?
חוץ פון דעם, רבנים? מאכסט מיך לאכן.....

Nanach » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:49 pm

· #490256
זייער גערעכט, און א גרויסע ווייטאג.
נאר דרך אגב עס איז נישט עדה עס איז אפאר סיקרוקים וואס עדה אליינס ליידט פון זיי ווי איך האב געהערט פון מער ווי איין רב אין עדה

תוהו ובוהו » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:56 pm

· #490257
Re: די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!
נישטא אזא זאך ווי די 'עדה', זיי אליין זענען צאמגעשטעלט פון כמה וכמה פראקציעס, לינק, מעסיג, רעכט, און נאך מער רעכט, יעדעס פראקציע האט זיך אפאר דיינים צו זיך...

וועד האיכלוס און חותם האבן ביידע אפיציעלע צעטליך פון די עדה.

Nanach » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:05 pm

· #490259
תוהו ובוהו
נישטא אזא זאך ווי די 'עדה', זיי אליין זענען צאמגעשטעלט פון כמה וכמה פראקציעס, לינק, מעסיג, רעכט, און נאך מער רעכט, יעדעס פראקציע האט זיך אפאר דיינים צו זיך...

וועד האיכלוס און חותם האבן ביידע אפיציעלע צעטליך פון די עדה.

ווייסט וויפיל טעראר זיי גייען דורך צו לייגן זייער חתימה, ווען דו וואלסט אדורך די טעראר וואלסטו אויך געלייגט.
עס איז דא ארום פינף רבנים אין עדה וואס זענען עקטרעמיסטן פאר זיך מקסימום 10 (פון איבער 150)

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:18 pm

· #490262
מאכסט מיך לאכן....


דאס וויל מען טאקע

בן נון » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:26 pm

· #490263
הה”ד שרעקליך איז נישט דאס ווארט לאל


איך בין שוין געווארן אינגאנצן דערשראקן קוקנדיג אויפן קעפל וואס א טעראר אטאקע רח”ל וויפיל טויטע און נאך ענדליך מחשבת זענען מיר ארום געפארן און מוח ביז איך האב געפנט און געזען אז עפעס א טשאלמע היץ קאפ האט געמעכט פאן פאר די אמריקאנע בחרים

ווער געדענקט נאך קמפיאשר קיאסקס אויף בית ישראל ווען זיי האבן געפנט JDN

תרמב » זונטאג יאנואר 2, 2022 10:35 am

· #490379
וואס די חברה טוען אויף איז אז זיי מאכן אז די אמעריקאנע בחורים זאלן זיך שאפן אינטערנעט אין די דירות און דארט קען מען גארנישט קאנטראלירן, אדער גייט מען כאפן ווייפיי ביי די עירייה בילדינג אדער אין די לייבערי.

בר גיורא » זונטאג יאנואר 2, 2022 10:41 am

· #490380
בדיוק ! אדער זאלן זיי קויפען סמארטפאונס באהאלטערנעהייט