☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוועמען געבט מען צדקה?

פארוועמען געבט מען צדקה?

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15030
בלאט: 1 2

petrishke » דינסטאג יאנואר 4, 2022 8:24 pm

· #490669
לערנט אייך אויס, אדער עכ''פ זייט מודה
אז, ס'מער נישטא אזא זאך מתן בסתר! דו געב עס פאר'ן נצרך, און דריי נישט דעם קאפ מתן בסתר, ווייל כ'ווייס גאנץ גוט וואס ס'מיינט...

אז מ'וועט וויסן פון עניים וואס האבן געקריגן וועסטו קריגן אסאך נתינות. [אלא מאי?...]

יודל טריקען » דינסטאג יאנואר 4, 2022 9:08 pm

· #490680
Re: פארוועמען געבט מען צדקה?
קהל'ס נער
Nanach
קהל'ס נער
Nanach
דערהויבענע איד
איך קען אויס רעכענען אפאר טייערע ארגענעזעישנס וואס טוען א היליגע ארבעט.

צה''ל

קק''ל

yeffad

RCCS

pearls

עזר לבחורים

חב''ד אלוועלטליך

עזר למזון

א ארגענעזעישן וואס גייט פייטן ארעיזשד מעריזשעס

די ווייסט וואס קק”ל טוט היינט? קק”ל איז היינט די גרעסטע שטער פאר ישוב הארץ


פארוואס זאגסטו אזוי?

ווייל דאס איז די מציאות, פרעג דיר נאך בשטח.
זיי קאנטראלירן ריזיגע שטחים אין ארץ ישראל, און לאזן נישט בויען פארקויפן נישט וכו’


כ'זאג נישט אז ביסט א ליגענער, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעים, און ס'זעיט נישט אויס ווי נאך איינער דא ווייסט פון דעים, אפשר ברעינג עפעס א שטיקל מקור? אין גוגל זעי איך גארנישט.
https://www.themarker.com/amp/news/politics/.premium-1.9945480

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 1:46 am

· #490841
אויב ס'איז אמת אפיךו טיילווייז וואס נא נח זאגט, דאן צי איך צירוק פון מיין אינדארסמענט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 2:17 am

· #490847
דערהויבענע איד
אויב ס'איז אמת אפיךו טיילווייז וואס נא נח זאגט, דאן צי איך צירוק פון מיין אינדארסמענט.


ס'שמעקט זייער נישט גיט וואס טיט זיך דארט.

זיי האבן באקימען 55מ שקל אין נדבות, אין 2021.
זיי אפערעיטינג קאסט איז געוועין 56מ שקל.

ד.מ. אויפציהאלטן זייערע אפיס מיט עדווערטייזעמענט, בקיצור אלע געלד וואס גייט נישט צי די צוועק אליין האט זיי געקאסט א מיליון שקל מער ווי די נדבות, ד.מ. אז קיין איין שקל איז נישט אנגעקימען צי די צוועק.
זיי טענה'ן אז זיי האבן א גרויסע עקספענס וואס איז מחזק זיין די יהדות הגולה, און דאס איז פארט פון די אפערעיטינג קאסט.
זאגט אני הק' פיין און הייליג צי אויפטין פאר יהדות הגולה, אבער פארוואס לייגסטו עס אריין אין די אפערעיטינג קאסט, פארוואס לייגסטו עס נישט און די געהעריגע פייל (ווייס איך נישט וויאזוי ס'הייסט).
בקיצור ס'שטינקט.

דאך איז עס בעסער ווי די היימישע ארגענעזאציעס, וואס לאזן בכלל נישט אריין קיקן אין זייער ביכער, וועיגן דעים שטינקט נישט, ווען מען וואלט געקענט אריין קיקען קען זיין ס'וואלט געוועין אסאך ערגער.

אגב, איך האלט אז א אנפירער פון א ארגענעזאציע מעיג און זאל נעמען א פעיטשעק, ווייל ער פירט א ארגענעזאציע טאר ער נישט מאכן קיים געלד?
נאר וואס, ס'דארף זיין א נערמאלע סכום, לאמיר זאגן 150ק וואס ווען ער טיט די זעלבע ארבעט פאר א פריוואטע קאמפאני וואלט ער עס אויך באקימען, אבער סתם כאפן געלד מיט פארמאכטע ביכער, און די טארסט גארנישט זאגן, אמער ער איז דאך א "אסקען", איז פארקרימט און ברעינגט צי קארופציע, ווייל
lack of accountability is the mother of corruption
.

היסטאריע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 4:10 pm

· #490910
וועגן וועמען רעדט מען דא?

petrishke » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 6:19 pm

· #490919
היסטאריע
וועגן וועמען רעדט מען דא?

מ'קען דא רעדן פון יעדע ''ארגאניזירטע''' צדקה קאסע.
נאר וואס פרעגט מיר איינער אין שול, וואס טייטש מתן בסתר באמת. האב איך עהם דאס געזאגט טאקע, אז דו גייסט צו שטילערהייט און ריקסט אריין פאר א עני! א ארימאן - פאר עהם אין טאש - א נדבה לכבוד שבת, אדער אפילו בלויז פאר נאכטמאל פרישטיג.

און א ארימאן מיינט נישט אז ער גייט מיט א ראציגע נאז, און קומט פון מרחקים... נאר יעדע צווייטע חבר דיינע, קען זיין פונקט אזא ארימאן, און אז מ'האלט די אויגן אפען, טרעפט מען זיי אלץ שכן ביים דאווענען, און א אייגענער באקאנטער, וואס קען נוצן צען דאלער ווי פיקוח נפש ממש.

דאס איז מתן בסתר באמת.

די אנדערע איז לויטער גניבה גזילה - אויסער גניבת דעת שקר ומועל בהקדש

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 7:18 pm

· #490929
היסטאריע
וועגן וועמען רעדט מען דא?

די בלויע פישקע, א.ק.א. קק"ל.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 7, 2022 2:45 pm

· #491020
רחמנא ליצלן מהאי דעתא (ומדעתא, בכלל) שר"י עפ"ל ימ"ש. נאך עפעס...?!

איך האב געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך. א ק.ק.ל. פושקע אין שטוב פון הרב ישראל דויד ווייס!

petrishke » פרייטאג יאנואר 7, 2022 3:22 pm

· #491023
berlbalaguleh

איך האב געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך. א ק.ק.ל. פושקע אין שטוב פון הרב ישראל דויד ווייס

זיכער האלט ער אינאיין ארויס נעמען פון דארט... נישט אריינלייגן

קהל'ס נער » פרייטאג יאנואר 7, 2022 3:27 pm

· #491024
berlbalaguleh
איך האב געזעהן אן אינטרעסאנטע זאך. א ק.ק.ל. פושקע אין שטוב פון הרב ישראל דויד ווייס

ווער איז דער הרב ווייס?

petrishke » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 8:41 pm

· #491030
קהל'ס נער

ווער איז דער הרב ווייס?

אויב מ'זאגט פארקערט פון זכרונו לברכה אויף עהם, פארוואס מיינסטו איינער געדענקט עהם נאך? חחחח

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 8, 2022 10:36 pm

· #491036
דער "הרב" ישראל דוד ווייס איז א בעל תשובה. ער רעדט זייער א גוטן ענגליש, וואס ער האט נישט געלערנט אין סאטמאר'ע ישיבה אויף סענדז סטריט, נאר ערגעץ אין א שטעטל אין קענזעס, אין היי-סקול, וואו ער איז געגאנגען.

היינט צו טאג איז ער דער "ספאוקספערסאן" פון די נטורי קרתא. ער גייט פאר אינטערוויוס מיט די איראנער נייעס אגענטור, און מיט אל דזשאזירא. זיי (אל דזשאזירא) האבן געהאט רעפארטער וועלכער רעדט גוט ענגליש. ער האט איהם געפרעגט אזעלכע קשיות (דער אראבער) כאילו ער איז א ציוני. צוערשט זאגט ער צו הרב ווייס, "איך זעה אז דו ביסט זייער שטארק עמאציאנעל"... פי' ס'קאסט דיך געזונט. זאגט הרב ווייס, יא, ווייל וואס די ציונים טוען מאכט מיר זייער שטארק אויפגערעגט. ער פרעגט נאך (פראוואקאטיווע) שאלות און קשיות. הרב ווייס ענטפערט... זיי (די ציונים) בארויבן די (אומשולדיגע) פאלעסטינער באפעלקערונג...! דער רעפארטער זאגט צו הרב ווייס, מ'קען זאגן אויף דיר אז דו ביסט א "סעלף העיטינג דזשו"... הרב ווייס ענטפערט, "ניין, איך בין נאר אקעגן דעם אומרעכט וואס די ציונים טוען צו די אומשולדיגע פאלעסטינער"...!

תנחום » דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:33 pm

· #491368
אגודת ישראל דאמעריקא פרובירט לעצטענס מיט אלע כוחות צו בלייבן אקטיוו מיט'ן ארויסגעבן שרייענדיגע און קרינזשי קליפס פון וואקסמאן וכדו'. און מאכן א סיום הש"ס. זיי מיט אפאר יאר צוריק געבויעט א ריזיגע בנין אינמיטן בארא פארק וואס האט שווערליך געהאט מנין שבת. געהאנגן ריזיגע פאלאקאטן אין די גאנצע שטאט וועגן א זונטאג שיעור... ס'כאטש למעשה פארמאכט און געוועהן פארלאזט ביז לעצטענס האט עס פייפער פון קהל בני תורה עס אפגעקויפט.

ברוינשטיין » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:13 am

· #491450
@מאך זיכער קום אריין קלאר.

(מעג מען נאך זאגן דעם פארוועטשטן סלאגאן?)

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:36 pm

· #491596
תנחום
אגודת ישראל דאמעריקא פרובירט לעצטענס מיט אלע כוחות צו בלייבן אקטיוו מיט'ן ארויסגעבן שרייענדיגע און קרינזשי קליפס פון וואקסמאן וכדו'. און מאכן א סיום הש"ס. זיי מיט אפאר יאר צוריק געבויעט א ריזיגע בנין אינמיטן בארא פארק וואס האט שווערליך געהאט מנין שבת. געהאנגן ריזיגע פאלאקאטן אין די גאנצע שטאט וועגן א זונטאג שיעור... ס'כאטש למעשה פארמאכט און געוועהן פארלאזט ביז לעצטענס האט עס פייפער פון קהל בני תורה עס אפגעקויפט.

דער פאקט איז אז אגודת ישראל, ספעציעל ..."ד'אמעריקע"...איז היינט א ווירקלאזע און נוצלאזע ארגאניזאציע וואס ווערט ...,אנגעפיהרט"... פון א פאר אלטע אידן וועלכע לעבן נאך אין די פארגאנגענהייט. אין פוילן. אדער אין אמעריקע. זיי מאכן נאך די יערליכע קאנווענשאנס. און זיי פרעטענדירן וויגלייך ס'איז נאך היינט די צוואנציגער און דרייסיגער יארן. אין די פאר וועלט מלחמה'דיגע פוילן. א רחמנות אויף די מענטשעלעך, די פאבליק פיגורן וואס פארן נאך צו די קאנווענשאנס כדי צובאקומען א שמץ פון כבוד...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:59 pm

· #491605
נאך אלע ליצנות און פי. אר. איז אגודת ישראל דער וואס עדווקעיט די שטערקסטע פאר חרדים ביים גאווערמענט, און דאס ברענגט אונז א געוואלד מיט בענעפיטן פאר מוסדות און יחידים, לעג'סלעטיוו טדעינדזש, וואס בארירט אונזער טאשען לטובה. א גרויסע חלק פון די פראגרעמס וואס למעשה נידערט אונזער שכר לימוד'ס און נעמט אראפ די קאסטן פון נאנ-פראפיט באדזשעטס, און דאס מעינטעינען איבער די יארן, איז צו באדאנקען אגודת ישראל.

נישט צו פארגעסן אז אגודת ישראל האט שוין אינטער זיך חאטש צענדליגע טויזענטע משפחות וואס זיי האבן פארזארגט מיט פופציג יארן פון פרנסה, דורך אוועקשטעלן סיריעס פראפעשינאלס, דורך זייערע קאופ פראגרעמס, וואס צוזאמען מיט די ארבעט פראגראמען זעלבסט האבן זיי נאך געדעקט די שכר לימוד קאסטען אויכעט דורך ארלעדיגן נאך א פראגרעם פון די גאווערמענט.

זיי טויגען שוין איינמאל, און שטארק מעגליך אז זיי זענען די נאמבער איינס ארגענעזאציע אין אמעריקא פון וואס מ'האט פראקטישע הנאה אויף די ברייטסטע פארנעם, סאטמורים מיט טראמפיסטן, איעדער וואקט ארויס מיט עפעס, פראגרעמס מיט סאציאלע בענעפיטן. דאס איז חוץ פון זייערע אינטענסיוו פעולות לגבי גאווערמענט פאליסי לטובת פרומע יודען, וואס זיי פארנעמען איינע פון גרעסטע אדוואקעסי מישאנ'ס אין ארה"ב פאר פרומע יודען סיי אין גאווערמענט און סיי אין די קארט סיסטעם.

פארגעס פון זייערע השקפה און קאנווענשאנס, אדער זייער מיינונג וועגען מדינת ישראל, דאס מעג זיין ב"ש. פראקטיש גערעדט, "זענען זיי ווערד זייער וואג אין גאלד", כמאמר העולם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:32 pm

· #491609
איך (פערזענליך) האב געהאט זייער א נישט אנגענעמע עקספיריענס מיט ..."קאופ"... ס'האט מיך געקאסט א סאך געלט ארויסצוקריכן פון די פראבלעימען וואס זיי האבן גורם געווען...!"..

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:38 pm

· #491610
berlbalaguleh
איך (פערזענליך) האב געהאט זייער א נישט אנגענעמע עקספיריענס מיט ..."קאופ"... ס'האט מיך געקאסט א סאך געלט ארויסצוקריכן פון די פראבלעימען וואס זיי האבן גורם געווען...!"..


Sorry for your experience
בלאט: 1 2