☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » איך וואלדער אין וואלד

איך וואלדער אין וואלד

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15027

היכי דמי » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:43 pm

· #489916
איך וואלדער אין וואלד
טיף איך טראכט
איך פרוביר לאגיש
מיין הארץ פארדאכט
עס בלייבט טראגיש

מיט אים געוואקסן
און זיך אנגעלאנט
צו הויכע קלימאקסן
האב איך געשיינט

ווען א מינוט געהאט
צום שאפע געגאנגען
פאר א לאנגע צייט
האט זיין ווערק מיר געפאנגען

מיין רבי, מיין שטאלץ
מיין אמונה גייסט
ווי צוהאקטע האלץ
זוך איך טרייסט

מיין הארץ עס קלאפט
ווען מיין אויערן טוט הערן
מיין מח פארכאפט
ווען איך טוה אריינקלערן

מיין הארץ מיר זאגט
פון חלום זיך ערוועק
עס איז שווער די פלאג
צו שלעפן אזעלכע זעק

איך שפיר וויי
איך פיל דרוק
געפילן פאר זיי
מיט א ברודערליכע בליק

פארנעפעלט אין וואלד
אן א וועג ארויס
איך האף אז באלד
וועט ליכטיג זיין בלויז
אבער דערווייל:
טוה איך ארומוואלדער'ן אין וואלד

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:05 pm

· #489918
Re: איך וואלדער אין וואלד
די שרייבסט עפעס הערליך, ייש"כ.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:10 pm

· #489920
Re: איך וואלדער אין וואלד
.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:18 pm

· #489921
ברוינשטיין
אינז זעמער אויף איין בלעטל?
אדער די רעדסט פון עפעס אנדערש?
אויב נישט וועל איך דאס אראפנעמען און אריינשטעלן אין א באזונדערע אשכול.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk


מה ענין ולדר אצל רוקח, אלא כדאמר הקהל'ס, בגלל ששתיהם נרדפו על לא דבר, הכא נמי שתיהם נרדפו על לא דבר.