☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?

125 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15018
בלאט: 1 2 3

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:38 pm

· #489273
האדמור מבאבוב -45

גוצא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:26 pm

· #489279
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס האלטסטו אזוי?

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:02 pm

· #489286
ר׳ מיילעך בידערמאן איז א רבי?
אויב יא וואס איז מיט ר׳ יוסף חיים גרינוואלד?

רימון » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:07 pm

· #489288
האדמו"ר מדושינסקיא
האדמו"ר מקארלין

ערבי נחל » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:08 pm

· #489289
סטיטשין זילבר
פשעווארסק
רבי בן ציון ליפשיץ
קאסוב
אמשונוב
לעלוב ניקולשבורג
סקולען בפ
סקולען מאנסי
רבי משה וואלפסין
רבי איטשע מאיר
רבי יצחק משה ערלאנגר
יאוואזנע

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:08 pm

· #489290
א חסיד פון ווילנא: לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון זיי צוויי. ר' יוסף חיים גרינוואלד איז א מגיד. און א גוטער מגיד. ר' מיילעך בידערמאן איז מער א משפיע. זיין סטייל איז אנדערש...!

מיליאנער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:11 pm

· #489291
האדמו''ר מהרז''ל מסאטמאר

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:11 pm

· #489292
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה: "...!

הגהות הב"ג...ר' מרדכי שטיינער שליט"א. כצ"ל...!

ערבי נחל » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:18 pm

· #489294
berlbalaguleh
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

ווי פירט ער?

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:26 pm

· #489297
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון זיי צוויי. ר' יוסף חיים גרינוואלד איז א מגיד. און א גוטער מגיד. ר' מיילעך בידערמאן איז מער א משפיע. זיין סטייל איז אנדערש...!

איך כאפ נישט די חילוק, נאר אז רי"ח איז א ענוותן ושפל ברך און וויל נישט פירן קיין טישן וכדומה (דאך שטיפן זיך יודן זען אים טאנצן הקפות)

זיינע דרשות זענן משפיע תורה ויר"ש פאר טויזענטער יודן
קוקטס אריין אין זיין נייע ספר אויף נשמת וועט איר אביסל פארשטיין
איין זאך, ער איז נישט קיין רביש אייניקעל

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:27 pm

· #489298
berlbalaguleh
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

איר מיינט ר׳ מרדכי שטיינער?

תפארת » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:52 pm

· #489303
א חסיד פון ווילנא
ר׳ מיילעך בידערמאן איז א רבי?

פארוואס זאל ער נישט הייסן א רבי? ווייל ער רופט זיך נישט קאקעדושת אדמער שליט"א?

ישר בעיניו » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:54 pm

· #489304
פארוואס איז אזוי זיכער אז אויב מאיז א רבי פון א גרויסע חסידות אז מען איז נישט קיין ירא שמים וכו'?

תפארת » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:55 pm

· #489306
ערבי נחל
סטיטשין זילבר

אויב ער?! איז כל שכן ר' לעזריל סטיטשינער.

פארווע חסיד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:59 pm

· #489308
תפארת
ערבי נחל
סטיטשין זילבר

אויב ער?! איז כל שכן ר' לעזריל סטיטשינער.

וואלט געווען אינטערעסאנט אויב דו קענסט זיך מסביר זיין, וואסי די תמיה? און וואס איז די כל-שכן?

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:35 pm

· #489317
סטיטשין זילבר

אוודאי, פרעגט אים אליין.

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:50 pm

· #489323
@אנאנים כ׳בין נישט אזוי זיכער מיט די הנחה אז א רבי פון א גרויסע חסידות ״איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח״ און מאידך גיסא קומט מיר אן פיל שווערער צו פארשטיין טייל פון די געהויבענע צדיקים וואס דו רעכענסט אויס.

לענ״ד קוקן זיך די גרויסע רבי׳ס אן ווי די torchbearers פון די תורה פון זייערע פארגייער, זיי פירן זיך אפשר נישט אויף שיין אבער דאס אלעס איז רעלאטיוו, אין זייער ענגע באבל הערט זיך זייער גוט אלע הסברים איבער די צורך פון טון דאס אדער יענץ וואס מיר קוקן אן אינטערדריקענד און קריגעריש, ס׳גלייבסט זיך מיר נישט אז זיי זענען קאלטבלוטיגע צינישע מאניפולירערס מיטן בלויזן ציל פון כבוד און מאכט, דער באשעפער און דרך ישראל סבא וכו׳ וכו׳ שפילט גאנץ זיכער א ראלע אין זייער אויפפיראכץ. הגם דאס מאכט זיי אוודאי נישט פאר ערליכע אידן אבער זיי קענען יא אריינגיין אין די קאטעגאריע פון מנהיגים וואס ״זעען זייער עיקר תפקיד צו דינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דא זיין לטובת כלל ישראל״.

כ׳וועל מסביר זיין מיט א משל פון מיין משפחה, אלעס דורכגעווייקטע חסידישע בעלעבאטים, גוטע מענטשען, אבער צומאל ווערן געטון זאכן וואס שיינען צו זיין גאר נארסאסיסטיש און מאניפולירנד, ס׳פילט זיך ווי די ראשי בית אב זענען דא צו קאנטראלירן זייערע מיקרא-אימפעריעלעך, כ׳ווייס אבער אז זיי מיינען עס ערענסט צו אפהיטען די דורות, כ׳פארשטיי פון ווי זיי קומען, הגם כ׳בין בהחלט נישט מסכים מיט זייערע מעשים מאכט דאס זיי נאכנישט פאר שלעכטע מענטשען. כן הוא הדבר מיט די גרויסע רבי לענ״ד.

פון די אנדערע זייט קומט מיר אן אסאך שווערער צו פארשטיין אזא איד ווי דער אמשינובער רבי, כ׳בין נישט אויף די מדרגה צו גלייבען אז ער פליעט באמת אין הימל און קערט זיך אן מיט די מלאכים און איז ממש למעלה מן הזמן, אבער ס׳לאזט זיך מיר אויך נישט גלייבען אז ער איז סתם א שוי-שפילער, אלזא וואס יא? כ׳ווייס נישט, כ׳פארשיי אים נישט.

כ׳וואלט עס גענומען א שטאפל ווייטער, למשל דער סאטמארער רבי הבעל דברי יואל ז״ל, ער האט געהאט א געוואוינהייט פון דרימלען ווען מען האט אים געפרעגט שאלות וכדו׳, כ׳בין זיכער פילע דא און שטיבל וועלן זאגן ער האט דאן געמאכט אן עליית נשמה אדער וואס, דאס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אבער אז ער האט סתם געדרייט א קאפ איז אויך נישט קיין מהלך, אלזא וואס יא?

לסיכום הדברים, כ׳פארשטיי פיל בעסער די נאכפאלגער, די צווייטע דור רבי׳ס, די פיאנירן די ערליכע אידן וואס זענען מחדש נייע געהויבענע דרכים אין עבודת השם, דאס פארשטיי איך נישט.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:57 pm

· #489325
ערבי נחל
berlbalaguleh
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

ווי פירט ער?

ערבי נחל: ער פיהרט נישט. ער האט א ביהמ"ד. און מענטשן קומען צו זעהן זיין (אמת'דיגע) עבודת ה'...! א חנוכה לעכט צינדן. אדער א הלל אום ראש חודש. אדער א יו"ט. אפילו א שבת'דיג'ער א-ל אדון על כל המעשים. אדער נשמת...!

עובדיה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:04 pm

· #489326
מונטסורי
@אנאנים כ׳בין נישט אזוי זיכער מיט די הנחה אז א רבי פון א גרויסע חסידות ״איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח״ און מאידך גיסא קומט מיר אן פיל שווערער צו פארשטיין טייל פון די געהויבענע צדיקים וואס דו רעכענסט אויס.

לענ״ד קוקן זיך די גרויסע רבי׳ס אן ווי די torchbearers פון די תורה פון זייערע פארגייער, זיי פירן זיך אפשר נישט אויף שיין אבער דאס אלעס איז רעלאטיוו, אין זייער ענגע באבל הערט זיך זייער גוט אלע הסברים איבער די צורך פון טון דאס אדער יענץ וואס מיר קוקן אן אינטערדריקענד און קריגעריש, ס׳גלייבסט זיך מיר נישט אז זיי זענען קאלטבלוטיגע צינישע מאניפולירערס מיטן בלויזן ציל פון כבוד און מאכט, דער באשעפער און דרך ישראל סבא וכו׳ וכו׳ שפילט גאנץ זיכער א ראלע אין זייער אויפפיראכץ. הגם דאס מאכט זיי אוודאי נישט פאר ערליכע אידן אבער זיי קענען יא אריינגיין אין די קאטעגאריע פון מנהיגים וואס ״זעען זייער עיקר תפקיד צו דינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דא זיין לטובת כלל ישראל״.

כ׳וועל מסביר זיין מיט א משל פון מיין משפחה, אלעס דורכגעווייקטע חסידישע בעלעבאטים, גוטע מענטשען, אבער צומאל ווערן געטון זאכן וואס שיינען צו זיין גאר נארסאסיסטיש און מאניפולירנד, ס׳פילט זיך ווי די ראשי בית אב זענען דא צו קאנטראלירן זייערע מיקרא-אימפעריעלעך, כ׳ווייס אבער אז זיי מיינען עס ערענסט צו אפהיטען די דורות, כ׳פארשטיי פון ווי זיי קומען, הגם כ׳בין בהחלט נישט מסכים מיט זייערע מעשים מאכט דאס זיי נאכנישט פאר שלעכטע מענטשען. כן הוא הדבר מיט די גרויסע רבי לענ״ד.

פון די אנדערע זייט קומט מיר אן אסאך שווערער צו פארשטיין אזא איד ווי דער אמשינובער רבי, כ׳בין נישט אויף די מדרגה צו גלייבען אז ער פליעט באמת אין הימל און קערט זיך אן מיט די מלאכים און איז ממש למעלה מן הזמן, אבער ס׳לאזט זיך מיר אויך נישט גלייבען אז ער איז סתם א שוי-שפילער, אלזא וואס יא? כ׳ווייס נישט, כ׳פארשיי אים נישט.

כ׳וואלט עס גענומען א שטאפל ווייטער, למשל דער סאטמארער רבי הבעל דברי יואל ז״ל, ער האט געהאט א געוואוינהייט פון דרימלען ווען מען האט אים געפרעגט שאלות וכדו׳, כ׳בין זיכער פילע דא און שטיבל וועלן זאגן ער האט דאן געמאכט אן עליית נשמה אדער וואס, דאס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אבער אז ער האט סתם געדרייט א קאפ איז אויך נישט קיין מהלך, אלזא וואס יא?

לסיכום הדברים, כ׳פארשטיי פיל בעסער די נאכפאלגער, די צווייטע דור רבי׳ס, די פיאנירן די ערליכע אידן וואס זענען מחדש נייע געהויבענע דרכים אין עבודת השם, דאס פארשטיי איך נישט.

דו ביסט גערעכט אז סתם דאס אז איינער איז א רבי פון א חסידות מיינט נאכנישט אז ער איז נישט גוט, אבער די מציאות איז אז דו קוקסט איינס ביי איינס זענען זיי על פי רוב נישט ראוי לאותה איצטלא.

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:31 pm

· #489338
וואס איז די איצלא איבער וואס מ׳איז דן דא, אז מ׳דארף איהם פאלגן אין פריוואטע אנגעלעגענהייטן ווי שידוכים? לכאורה קיינער פון די ליסטע. סתם גיין מיט א גאלדענע בעקישע און זאגן פורים תורות קענסטו אויך.

לייבל שטילער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:20 pm

· #489358
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז יא א סיבה. Power corrupts.

petrishke » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:26 pm

· #489360
מיין פיק, איז ר' מיילעך טאשער שליט''א
און כ'בין מסכים מיט רוב וואס אלע האבן אויסגערעכענט.
אבער מיט איינעם נישט; און דאס איז פשעווארסק, וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט מיט רשעות וויי געטון און צעשטערט שידוכים, ווייל ס'נישט געווען לפי דעתו
[און פון פרעמדע צדדים, און דאס איז אויסער די גרויסע גריסן וואס איז דא פון עהם אין די וועלט, זיינע קינדער און אייניקלעך, און זיינע מיאוסע שלוחים]

ר' יאנקעלע איז געווען א חד בדרא

מחצה''ק » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:47 pm

· #489363
בעלזא
קארלין
תולדות אהרן
באבוב ארבעים ושמונה
די האלט איך אז זיי האבן א כוח הנהגה
צי איך האלט פערסענאל פון זיי זאג איך נישט

מחצה''ק » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:48 pm

· #489364
petrishke
מיין פיק, איז ר' מיילעך טאשער שליט''א
און כ'בין מסכים מיט רוב וואס אלע האבן אויסגערעכענט.
אבער מיט איינעם נישט; און דאס איז פשעווארסק, וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן ווי ער האט מיט רשעות וויי געטון און צעשטערט שידוכים, ווייל ס'נישט געווען לפי דעתו
[און פון פרעמדע צדדים, און דאס איז אויסער די גרויסע גריסן וואס איז דא פון עהם אין די וועלט, זיינע קינדער און אייניקלעך, און זיינע מיאוסע שלוחים]

ר' יאנקעלע איז געווען א חד בדרא

יא ר' ליבוש האט אויך א שווארצע זייט

גרויסע מענטשעלע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:07 pm

· #489365
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
איך מיין יעדער איז איי שטומענג מיט @אנאנים׳ס ליסטע ווייל קיין איינע פין די גיין מיט קאלירטע בעקעטשעס וואס דעמאלטס ווערט די זאך טשעלענדזינג.

ווער אין ווי זוי קלויבט די רבי שליטא אויס וועלכע קאליר בעקעטשע היינט אונצוטעוהן אין ווען צו טוישען??

בעל דרשן » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:31 pm

· #489369
קאצקע ציקער
האדמור מבאבוב -45

ס'האט מיר געקאסט א לאך ...

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:40 pm

· #489370
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
אזוי זעהנדיג א פרישע אשכול פון דעם ספרא רבא @אנאנים קוק איך אריין און כ'ליין עס דורך, אבער די טאפיק האט נישט געצויגן מיין אינטערעססע, און כ'בין געגאנגן זוכן אינטערעסאנטערע אשכולות ווי וועלכע כ"ק אדמו"ר איז ראוי....
אבער לכבודו של העניך האב איך עס איבערגעליינט א צווייטע מאל און כ'האב אפגעמאכט ביי מיר אז כ'גיי יעצט ארויסקריכן פון מיין באקס און שרייבן זאכן קעגן מיין געווענליכע טראכטענסגאנג. דהיינו, אז רביס און דינאסטישע פירערס זענען טאקע נאר ווערט זייערע נעמען וואס זיי טראגן, נאך זייערע הויפן וואס זיי האבן ג'ירשנט און נישט מער, אן קיין שום ספעציעלע געלונגענקייט וואס זאל זיי באגלייטן און געבן די רעכט פון זיין פירער'ס פון די אנשטאלטן וואס טראגן זייערע בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א.

און אזוי טראכטענדיג פון עפעס א קלינגעדיגן נאמען וואס זאל ארויסרופן צופרידנקייט און פארדרוס צוגלייך, ביים עולם דא אין שטיבל, איז מיר בהשקפה ראשונה ארויפגעקמען דער היינטיגער בעלזער רבי! יעצט איידער דער עולם דא הויבט אויף די ברעמען צו קוקן שארף אויף מיר פאר אזוינע חוצפה ווערטער! א רבי א כ"ק אדמו"ר א דינאסטישע פירער פונקט ווי אלע, מאי שנא פון זיינע שוואגערס אדער פון אנדערע רבי'שע פירערס??? איז קו"כ לאמיר אנהייבן מיט דעם דיסקלעימער, לא בעלזער ולא מכנובקער, וגם לא מתנגד לבעלז אנכי! אלע מיינע זיידעס און באבעס פון אלע זיי זייטן ארויף ביז משה רבינו זענען נישט געווען קיין בעלזע! יא מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ער איז געווען אין געדענקט נאך ווען דער בעלזער רב רבי אהרן איז געווען אין בודאפעסט ווען ער איז אינאיינעם מיט זיין ברודער דער בולגרייער אנטלאפן פון די נאציס און ער געדענקט דעם באקאנטן דרשה וואס דער בולגרייער האט געהאלטן, אבער מער פון דעם וועגן בעלז ווייס איך נישט צו זאגן.

יעצט צוריק לענייננו, דער בעלזער רבי איז מיט עטליכע זאכן אנדערש ווי זיינע שוואגערס אדער ווי אנדערע כ"ק אדמו"רס פון די גאס און דאס מאכט עם ארויסשטיין פון אנדערע, און צו איז דאס וואס העניך מיינט "לאותה איצטלא" ווייס איך נישט, אבער דער בעלזער רבי קוקט מיר אויס צו זיין די נענסטע צו דעם קאטעגאריע.

איינס, דער בעלזער האט אויפגעבויעט זיין חסידות פון סקרעטש, נישט פון זיין טאטן, אזויווי רוב, און דאס ביסעל וואס בעלז האט פארמאגט נאך די מלחמה ווי רוב רובו פונעם פולישן אידענטום זענען פארטיליגט געווארן האט ער אנגעדרייט פאר א גרויסע חסידות מיט צווייגן אומעטום.

צווייטענס, ער איז געווען דער נחשון וואס האט איינגעפירט פראפעציאנעלע הילף פאר תלמידים ותלמידות אין אלע בעלזע מוסדות, א זאך וואס האט גענומען יארן לאנג מ'זאל עס נאכמאכן אין אנדערע מוסדות. נאר פארדעם אליין קומט עם דעם טיטל לאותה איצטלא!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:52 pm

· #489372
מצד זיינע גאלדענע מדות, און איידעלער שפראך איז ער זיכער ראוי.

בעל דרשן » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 7:57 pm

· #489373
מיין ליסטא איז גראדע זייער גרויס אינזער דור איז באשאנקען מיט גוטע אידן

אמשינאוו א קדוש וטהור
ליסקא
סקולען א עובד השם
טשערנאבל ביידע רבי'ס זענען לעכטיג און הייליג
נדבורנא פון בני ברק ער מאכט א פיינע רושם
דעעש פון בני ברק
מונקאטש
באבוב א מנהיג וואס איז גאר געטריי פאר זיינע חסידים שידוכים.. יתומים.. א שטארקע מנהיג וואס דערשרעקט זיך נישט פון די גאס
דושינסקיא פון די שענסטע מנהיגים היינט
לעלוב פון בית שמש זיין ברידער פון בני ברק איז אויך נישט אוועקצומאכן
בורשטין
קוזמיר
קאפיטשניץ פון ארץ ישראל
ביאיאן
רבי שאול אלתר
ספינקא פון בארא פארק
פאפא
צעהלים
קרעטשניף פון רחובות
דינוב
לויצק

פאליטיקאנט » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:11 pm

· #489377
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
מי אני

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:24 pm

· #489379
מיין לאנגע ליסטע פון אדמורי"ם ורבנים געפונט זיך ביי די גרינע פעידזשעס אין בעק פון ביזנעס דיירעקטארי, מיט די בדחנים ליסטע פון איין זייט, און שוחטים פון צווייטען, כולם שוין לטובה...

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:26 pm

· #489380
ר' איטשע מאיר מארגענשטערן

ר' יעקב מאיר שכטר

ר' יצחק יוחנן האגער

רב דקהל אמונת ישראל

ר' מיכל לעבאוויטש, אדמו''ר מניקלישבורג

לבי ובשרי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:48 pm

· #489381
האדמו"ר מתולדות אהרן

ובנו הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א ממאנסי

ביידע געהויבענע עובדי ה' באמת מנעוריהם

סמבטיון » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:21 pm

· #489383
בעלזער רב שליט"א

מישו מאוד מעניין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:23 pm

· #489384
@אנאנים!
איך גלייך נישט דיין אשכול,
זייט ווען דארף א רבי זוצען און לערנען תורה מיט די חסידים? יא ער שטעלט מחנכים אז אלעס זאל קלאפען אבער די רבי?
די קענסט אביסעל היסטוריה פונעם בעל שם טוב זי"ע?
אוי וואלסטו איהם בערעדט און יעדער אשכול...
למשל נעם 1 קליינע באוויסטע זאך, מוצאי שבת נאך הבדלה האט ער צאם גערופען זיינע גרעסטע תלמידים (היינט וואלט מען זיי גערופען די נאכשלעפערס/ליידיגערס) און גזאגט לאמיר אריבער פארן צו דער און דער שטאט, @אנאנים פאר מאנטיג זענען זיי נישט געוועהן צוריק און שטאט. יעצט טראכט אריין ווי זענען די ווייבער פון די אלע תלמידים? זייערע מענער זענען פשוט ארויס פון די היים שבת נאכמיטאג און צוריק געקומען מאנטיג, פארוואס? וועגן די רבי האט זיי גהייסען מיט קומען...

א רבי (נישט קיין חילוק וועלכע) איז גמאכט אז מען זאל זיין דבוק בלב ונפש און וואס ער הייסט וועט מען פאלגען.
דאס איז די סיבה פארוואס רוב פון דיינע נעמען וואס די האסט געשריבען זענען מגידים אדער משפיעים, זיי זאגן זעהר שיינע זאכן אבער גהערט און גאגנגען ווייטער. משא"כ א רבי וועט זאגן א זאך, אפילו יד ימין שזה שמאל דארפסטו גלייבען און דעם . און די האבען אסאך מענטשן די פראבלעם אז 2021 זאלן מען אננעמען א זאך וואס איינער גרעסער פון דיך זאגט...

@אנאנים ליין אביסעל די היסטוריה פון תלמידי בעל שם (אבער אלע פרטים) און נאכדעם שרייב ווייטער

נ.ב. אפטא רב זי"ע וואס איז באקאנט אז ער האט נישט אויף גהערט צו עסן, ווי אזוי וואלסטו איהם אנגעקוקט 2021???

petrishke » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:32 pm

· #489388
מישו מאוד מעניין

כ'האב דאס גראדע געטראכט, אבער אויף א ערליכע וועג.
א רבי היינט וואס פליעט אין הימל אזויווי דער אמשונאווער, פליעט מסתמא זיין ווייב\רעבעצין כביכול אין די צווייטע עק קוטב הצפוני.
קודם דארף מען זיין א גוטער יוד אין שטוב, און נאכדעם אז מ'קען זיין פאר א צווייטן אויך, הייבט מען הערשט אן צו הייסן א גוטע יוד אין גאס.

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:21 pm

· #489391
כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.

סמבטיון » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:28 pm

· #489392
העניך במחילת כבודך, ווייסטו נישט וואס דו רעדסט בחייכון וביומייכון,
איך וויל נישט איבערדרייען די אשכול דא איבער בעלזער רב,און עס פארוואנדלן צו א צימעס אשכול, אבער נאר דיר צו ענפערן ממש בקיצור,
בעלזער רב האט באקומען זיין חסידוצת אויף א גאלדענע טאץ?? איז בערך ווי די זאגסט אז די הכתרה פון ר' שאול איז געווען שמחת תורה אין ירמיהו בראשות גערער רבי שליט"א.., רוב עלטערע חשובע בעלזע חסידים זענען אויסדריקליך נישט געגאנגן מיט היינטיגן בעלזער רב, די וואס יא זענען נאכגעקומען שפעטער , בעלזער רב האט געבויט זיין חסידות מיט די 10 פינגער און געהאסעלט און געריסן שטיקער פון זיך צו אויפבויען בעלזא די לעצטע 50 יאהר, און אין די זעלבע צייט נאך פאר סעגעווען אין סטייל צו מאכן בעלי תשובות האט בעלזער רב אויפגעטוהן גדולות ונצורות צוריק ציברענגן יידישע קינדער צו זייער אמונה אין די מאסן!, און דאס האט גארנישט מיט בעלזא איינגעלייגט און נאך הינדערטע פעולת פארן כלל און פרט, וואס איז יעצט נישט דער צייט אויסצורעכענען, ווער דען איז ראוי לאותו איצטלא אויב נישט אזא יוד? ווייל זיין הארוואניע האט זיך אויסגעצאלט אין זיינע מעשים זענען פארוואנדעלט געווארן צו א מעכטיגע אימפעריע איז ער געווארן אויסקוואלעפיצירט?

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:30 pm

· #489393
@ברוינשטיין די זיי אויך מעיד

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 10:42 pm

· #489394
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
א סקרוך איז מיר פארלאפן אין די קישקעס, זעהנדיג ווי מען רירט צו אזא הייליגער איד, אפילו עס איז בדרך כבוד דארף מען נאך אלץ אבאכט גיבן.
מ'מיינט אמאל אז ס'איז נאר א ווערטל, א ווארט אהער, א ווארט אהין.
ס'איז גארנישט קיין וויץ.
אסאך האבן שוין געטון דעם טעות פון בארעדן ד'רב, און האבן ביטערליך חרטה געהאט אויף דעם, ביים סוף זענען זיי אלע געגאנען איבער בעטן ס'רב ווייל דער מצב ביי זיי האט נישט געטויגט.
רבותי, ס'איז א שפיל מיט פייער!

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ישן מלא חדש » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:17 pm

· #489400
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:23 pm

· #489402
א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

איר מיינט ר׳ מרדכי שטיינער?

א חסיד פון וילנא: זעהט די הגהות הב"ג (בעל עגלה)...!

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:36 pm

· #489406
קהל'ס נער
כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.

@קהל'ס נער
איך בין קיינמאל נישט געווען מיט בעלזער רבי אינטער איין דאך! בשכינות אינטער איין הימל יא, ווייסט ווען אין תש"מ ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע און געוואלט קומען באזוכן וויליאמסבורג, נאך די געשטאפטע גענז דרשה ווען די סאטמערע הונגעריקע וועלף האבן עם געוואלט צופליקן, און עם אפגעווארט אויף די דעכער אויף בעדפארד עוועניו, יוש געדענק איך נאך יענעם נאכט.
בכלל בין איך נישט קיין רבי גייער, נישט צו לעבעדיגע און נישט צו קברים, ס'בכלל נישט מיין סטייל, שוין מן הסתם קרוב צו דרייסיג יאר וואס כ'ריר נישט צו צו די זאכן. און בכלל וואלסט מיך נישט געוואלט האבן אלס א בעלזער חסיד
[emoji1787]

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:37 pm

· #489407
איך ווייס נישט פארוואס מען האט אויסגעלאזט האדמורי''ם מראחמאסטריווקא,

האדמו''ר מבאיאן איז אויך גאר א וואוילע איד

האדמו''ר מקהל חסידי ירושלים, איז גאר א דערהויבענע איד משכמו ולמעלה

הרב שאול יהודה פריזאנט, פון יוניאן סיטי, איז אויך גאר א ערליכע איד

הרב דוב לאנדוי מסלאבאדקא, איז פון די גרעסטע גאונים בדורינו

ר' משה שטערנבוך ראב''ד ירושלים,

הרב יהושע דוד טורטשן רב הפירושים בירושלים, איז גאר א דערהויבענע איד און א גאון הגאונים

האדמו''ר מקאלוב לרפוא''ש האט אויך אויפגעטון גאר א סאך למען הצלת ישראל

ביידע סלאנימע רבי'ס זענען העכערע מענטשן

ר' יעקב מאיר שעכטער און ר' משה קרעמער צוויי דורגעווייקטע דערהויבענע ברסלבע מנהיגים

ועוד הרבה

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:43 pm

· #489411
דער גאלדענער אדלער

@קהל'ס נער
איך בין קיינמאל נישט געווען מיט בעלזער רבי אינטער איין דאך! בשכינות אינטער איין הימל יא, ווייסט ווען אין תש"מ ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע און געוואלט קומען באזוכן וויליאמסבורג, נאך די געשטאפטע גענז דרשה ווען די סאטמערע הונגעריקע וועלף האבן עם געוואלט צופליקן, און עם אפגעווארט אויף די דעכער אויף בעדפארד עוועניו, יוש געדענק איך נאך יענעם נאכט.
בכלל בין איך נישט קיין רבי גייער, נישט צו לעבעדיגע און נישט צו קברים, ס'בכלל נישט מיין סטייל, שוין מן הסתם קרוב צו דרייסיג יאר וואס כ'ריר נישט צו צו די זאכן. און בכלל וואלסט מיך נישט געוואלט האבן אלס א בעלזער חסיד
[emoji1787]

כ'בעט דיך איבער פארן חושד זיין, ס'האט אבער עפעס געשמעקט פון דיך אלץ א בעלזער (כ'האב א שטיקל פילינג אז דו מאכסט דיך ווי אזא אנטי-בעלזא'ר אז מ'זאל דיך נישט חושד זיין אלץ בעלזער מפני גילוי, נא וועל איך נישט ווייטער גראבן).

מיליאנער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:49 pm

· #489412
קהל'ס נער
כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.

געפעלט מיר נאר ווי יעדער איז אין זיין אייגענע באקס מ'האלט אז די אייגענע רבי איז א קדוש וטהור און די אנדערער איז א שייגעץ.

ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין אין א באקס ווייל איך האלט עולמות פון מיין רבי, און דער עולם דא איז אפן און מ'פארשטייט אז באמת איז אלעס לופט וכו' וכו', למעשה זע איך דא פונקט פארקערט, אז איך בין נאך די ברייטסטע, ווייל איך האלט אז מיין רבי איז א קדוש וטהור אבער אלע אנדערע זענען אויך וואוילע אידן, אבער א שיינע עולם דא האלט אז זייער רבי פליט אין הימל און אלע אנדערע זענען גארבידש, דאס הייסט שוין פארמאכט.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:57 pm

· #489413
קהל'ס נער

כ'בעט דיך איבער פארן חושד זיין, ס'האט אבער עפעס געשמעקט פון דיך אלץ א בעלזער (כ'האב א שטיקל פילינג אז דו מאכסט דיך ווי אזא אנטי-בעלזא'ר אז מ'זאל דיך נישט חושד זיין אלץ בעלזער מפני גילוי, נא וועל איך נישט ווייטער גראבן)

כ'בין בכלל נישט באליידיגט אז דו האסט מיך אנגערופן בעלזער! יעדער מעג זיין וואס ער/זי וויל זיין און וועמענס חסיד מ'וויל זיין, קיין שום חסיד האט זיך נישט וואס צו שעמען פון א צווייטן חסיד, אלע אידן זענען די בעסטע וואס קענען נאר זיין, יא חסיד נישט חסיד. צו מיר צו מיין תכונת הנפש רעדט עפעס נישט די זאכן, אבער כ'טוה שעצן יעדן איד אפגעזעהן וועמענס חסיד מ'איז!

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:58 pm

· #489414
קהל'ס נער
כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

אנטשילדיגט פאר דיר און פאר אלע אנדערע בעלזערס דא.. אבער די ביסט א נוגע בדבר און די רעדסט צאם אזעליכע נארישקייטן וועגן יראת רוממות,

אוודאי ציטערט מען פון אים, ער איז א מורה'דיגן פאוערפעל מענטש און מאכט דיר א זויערע פנים און ברימט אויף דיר מיט א שטרענגקייט, איך וואלט אויך געציטערט,

און פארנט פון האדמו''ר מגור וואלסטו אויך געציטערט, און אויך און פארנט פון טראמפ, ביבי, אדער סיי וועליכע וויכטיגע פראזענליכקייט, דאס האט גארנישט מיט צדקות אדער הייליגקייט

און בנוגע די רב אליינס איז ער באוויסט צי זיין א געפערליכע שטעכער, און א באבלאזענער מענטש, זעלטן וואס מען זעט א שמייכל אויף זיין פנים, און ס'דא וואס זאגן אז ער ליידט פון דעפרעסיע, (טייל ווייזן אהן אז ביים בויען די גרויסע שול האט ער געהאט א נערוון צאמברוך) און ס'נישט זעלטן אז ער זאל האבן אויסברוכן אויף זיינע חסידים (אפשר פון דעם האסטו אזוי מורה)

דאס נעמט נישט אוועק אז ער איז א שטארקע מנהיג און פירט פעסט א גרויסע קהילה וואס ער האט אויפגעבויט, און מיט זיין גאנץ פיין קעפל געוויסט וויאזוי צי בויען די זאך ווי א גוטע CEO, אבער ביזן ראי לאותו איצטלא, איז פאלג מיר א גאנג

ווי גייט נאר דעם פאלקס ווערטל, ווער איז די גרעסטע צדיק הדור? דיין צווייטע אפציע 'נאך' דיין רבי'ן

ווי האט זיך די רב אמאל אויסגעדריקט אויף זיין אהרן מרדכי ''געמיינט האב איך אז די וועסט נעמען שכל פונעם טאטן און צדקות פונעם מאמען, אבער אויסגעשטעלט האט זיך, אז האסט גענימען שכל פון די מאמע און צדקות פונעם טאטען, נא, אזא פנים האט עס..''

דער גאלדענער אדלער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:58 pm

· #489415
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
קוקט אויס ווי @אנאנים האט זיך שוין צוגעלייגט פארן נאכט און אויגעלאשן דעם פאון

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:04 am

· #489416
מיליאנער
קהל'ס נער
כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...

בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.

לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)

איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.

ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.

און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.

און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.

געפעלט מיר נאר ווי יעדער איז אין זיין אייגענע באקס מ'האלט אז די אייגענע רבי איז א קדוש וטהור און די אנדערער איז א שייגעץ.

ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין אין א באקס ווייל איך האלט עולמות פון מיין רבי, און דער עולם דא איז אפן און מ'פארשטייט אז באמת איז אלעס לופט וכו' וכו', למעשה זע איך דא פונקט פארקערט, אז איך בין נאך די ברייטסטע, ווייל איך האלט אז מיין רבי איז א קדוש וטהור אבער אלע אנדערע זענען אויך וואוילע אידן, אבער א שיינע עולם דא האלט אז זייער רבי פליט אין הימל און אלע אנדערע זענען גארבידש, דאס הייסט שוין פארמאכט.

מען זאגט אז די חילוק פון א מתנגד און א חסיד איז ''איין רבי''
די חסיד מאכט חוזק פון אלע רבי'ס אויסער זיין רבי'ן, און די מתנגד מאכט חוזק אויך פון דיין רבין
בלאט: 1 2 3