☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב ר' יחזקאל ראפפארט

הרב ר' יחזקאל ראפפארט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15016

לבי ובשרי » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 10:09 pm

· #489163
הרב ר' יחזקאל ראפפארט
די וואך שבת איז אין בארא פארק געווען א איד הרב ר' יחזקאל ראפפארט פון לאנדאן.

ער איז א זון פון ר' אברהם חיים ראפפארט און אייניקל פון ר' געצל בערגער.

זייענדיג ביי אים אפאר שעה שבת ביינאכט איז מיר אויסגעקומען אביסל צו באקומען א שמעק פון דעם געהויבענעם יונגערמאן.

ר' יחזקאל איז געזעסן ביים טיש, געזאגט הערליכע אייגנארטיגע דברי תורה און געזינגען שירות ותשבחות פון הארץ ארויס מיט געוואלדיגע השתפכות הנפש. דארט אין זאל זענען אנוועזנד געווען ארום הונדערט און צוואנציג אידן, מערסטנס טייל פון זיי בחורי חמד וועלכע האבן א נאנטן שייכות מיט ר' יחזקאל.

ר' יחזקאל האט אין לאנדאן א ישיבה פאר עלטערע בחורים און שבת איז דער בנין א בית המדרש וואו עס דאווענען צווישן פופציג און זיבעציג יונגעלייט.

ר' יחזקאל איז א געוואלדיגער עובד ה', אים גרינג צו מגדיר זיין אלס א מיני רבי צבי מאיר זילבערבערג. רצ"מ איז אבער א פוילישער/ליטווישער חסיד און רבי יחזקאל איז א פשעווארסקער/קאלאשיצער/רבי יודעלע דזשיקוב'ער/סאטמארער חסיד.

ס'קוקט אויס ווי ער גייט שטארק אין די פיסטריט פון זיין טאטן ר' אברהם חיים, ער שיינט צו זיין א נארמאלער רואיגער יונגערמאן, ער פראבירט אין זיינע דרשות ארויסצוברענגען אז היינט פעלט אסאך מחשבה, מ'לעבט מלומדה'דיג, אבער עכט איז אריגינעלע אידישקייט זייער בא'טעמ'ט. אין די זעלבע צייט אבער איז א פלאם פייער מיט אן אויסנאמליכן אש קודש, ווען ער זינגט קה רבון עולם קוקט אויס ווי ער עסט אויף די ווערטער און צעגייט פאר מתיקות.

א חסיד'ל זיינער זאגט מיר אז אין לאנדאן איז ער היינט פון די גרעסטע שלום בית מאכער. דאס אילוסטרירט זיין דמות, אז ער איז נישט דער קאפ אין וואנט עובד ה'. נאר ער שטייט מיט ביידע שלאנקע פיס דא אויף דער ערד אבער ראשו מגיע השמימה.

במשך די פאר טאג וואס ער איז דא אין ניו יארק האט ער שוין אויפגעטרעטן אין אסאך ישיבות און כוללים.

ווער עס ווייסט נאך איבער דעם איד איז מכבוד זיך צו לאזן הערן.

היסטאריע » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 11:22 pm

· #489172
וויאזוי זאגט מען דער לעצטער נאמען. איז ראפארט, אדער ראפאפארט?

מורינו ורבנו » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:25 pm

· #489271
ר' יחזקאל איז א חידוש בעולם החסידות. א שאד ער וואוינט אין לאנדאן און נאך א מזל אז ער וואוינט נישט אין ניו-יארק.

זיין פלאץ וואלט ווארשיינליך געווען אין ירושלים, אדער סיי ווי אין ארץ-ישראל.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:36 pm

· #489339
א בילד פונעם מדובר?

אלפא » זונטאג דעצעמבער 3, 2023 1:01 am

· #540317
Re: הרב ר' יחזקאל ראפפארט

אינטערסאנטער » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:20 pm

· #540761
Re: הרב ר' יחזקאל ראפפארט
ער פלעגט אמאל דאווענען אין 86 יעדן טאג פאר עטליכע שעות אין א צי, מיט א זעלטענע געשמאק, זיך אינטערגעזינגען הארציגע תנועות און געדאווענט מיט א שטארקע דביקות ביז ארום 2-3 נאכמיטאג.