☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אידישיסטישע צייטונג פארשפרייט ר׳ אלימלך בידערמאן

אידישיסטישע צייטונג פארשפרייט ר׳ אלימלך בידערמאן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15010

בונה של טוב » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:15 am

· #488755
אידישיסטישע צייטונג פארשפרייט ר׳ אלימלך בידערמאן
ס׳איז מיר געווען אינטרעסאנט סיי די קליפּ, סיי די וועג וויאזוי זיי רופן אים אן אינטערנעט רבי... אבער איך בין אינטערעסירט צו הערן וואס דער עולם דא קלערט וועגן דאס וואס ער זאגט וועגן פחד.

איך פארשטיי אז אויב איז איינער איז באמת א מאמין, וועט עס אים מן הסתם צוניץ קומען אזא דערמאנונג. אבער וואס איז מיט די טויזנטער אחינו בני ישראל היינטיגע צייטן וואס מוטשען זיך אדער האבן פארלוירן זייער טראָסט

ס׳דאך דא אזויפיל פארדארבנקייט ליידער וואס ווערט געטון דורך מדריכים און גדולים ״אין נאמען פון באשעפער״ און כאטש איך פארעכן זיך פאר א מאמין- פארשטיי איך זייער גוט אזעלכע אָפּגעבריהטע אידן.

און אפילו אזעלכע וואס זענען נישט מיאוס בא׳עוולט געווארן דורך כלי קודש, איז דאך דא גענוג טראגעדיעס ליידער און די די הסתר פנים איז גרויס, אין א בחינה פון מציץ מן החרכים. איז וואס קען העלפן אזעלכע אידישע ברודער אין אזא צייט ווען די פחד איז די גרעסערע עפידעמיק?

<a class="postlink" href="https://forward.com/yiddish/479635/video-a-talmud-lesson-on-the-pandemic/">https://forward.com/yiddish/479635/vide ... -pandemic/</a>

בונה של טוב » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:37 am

· #488757
דרך אגב: אויב ביזטו א מאמין און דו האסט א פראבלעם מיט די וואס גלייבן נישט, און דו ווילסט זיך נישט קימערן מיט זיי, וויל איך דיר דערמאנען אז אמונה קען מען נישט צווינגען און אויב ביי דיינע אייגענע קינדער וועלן זיך מאכן ספיקות דארפסטו זיין גרייט מיט דעם זיך צו ספראווען (מיט מח אנשטאט מיט כח)
א פערזענליכע ביישפיל: ווען איך בין דורכגעגאנגען גאר א שווערע תקופה אין מיין לעבן האט מיר שטארק געהאלפן צו ליינען דעם בריוו פון יוסל ראקאווער ווי ער רעדט צום באשעפער בשעת די צווייטע וועלט-קריג ווען ער קוקט צו ווי די ווארשעווער געטא גייט ארויף אין פלאמען. די הארצרייסנדע רייד איידער ער הויכט אויס זיין נשמה זענען געווען ווי באלזאם פאר מיר!
און מיין חלום איז געווען: זיך אריבערצוציען קיין ירושלים וואו כ׳האב געהערט אז ס׳דא אן ארטאדאקסישע שוהל ווי מען ליינט אט דעם בריוו כסדר פאר׳ן עולם.
איך גלייב נישט אז די ריכטיגע דרך אמונה איז צו דערשטיקן די געפילן פון כעס קעגן די אומרעכטן וואס זענען באגאנגען געווארן קעגן דיר.
אמת׳ע אמונה אדרעסירט און באהאלט זיך נישט פון די כסדר׳דיגע טענות און ביטערע געפילן וואס קומען אויף.

יעקב מעקסוועל » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 2:04 pm

· #488767
איך האב מיר אויך געוואונדערט צו וועם די ארטיקל דארף צו רעדן. די רעדאקטארשע פונעם פארווערטס האט עס שוין געברענגט דא: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14995">viewtopic.php?f=4&t=14995</a><!-- l -->

תרמב » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 3:00 pm

· #488773
מיר איז א חידוש אז די שרייבער מאכט אן עסק פון דעם וואס ר' אלימלך זאגט נאך פונעם בן איש חי, ער זאגט דאך נאך פון יעדן ווי ער טרעפט א גוט שטיקל, חסידישע ליטווישע און ספרדישע, כמעט אלע גוטע רעדנערס טוען דאס.

אבשלום בן מעכה » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 11:05 pm

· #489167
ס'איז אינטערעסאנט אז די התחדשות ארום ר' אלימלך האלט שוין אן א לאנגע צייט.