☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען

מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15003

לאנגע הויזן » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:00 pm

· #488566
מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען
די באקאנטע זינגער מרדכי בן דוד געפינט זיך יעצט אין ארץ ישראל, און באוויזן אנצושאפן א שטיקל שטורעם מיט א ארויסגעליקטע אינטערוויא.

מנחם טוקר פון קול חי האט רעקורדערט א אינטערוויא מיט אים וועגן נגינה ועוד, און נעכטן נאכט האט קול חי געליפטערט די אינטערוויא.

היינט נאכמיטאג ארץ ישראל צייט האט ארויסגעליקט אז מרדכי בן דוד האט זיך געהאט צילאזט קעגן וואקסינען אויף די אינטערוויא, אבער די וועד פון קול חי האט געהייסן אז מען מוז ארויסשניידן די שטיקל אז די צוהערער זאלן חס ושלום נישט הערן אז אזא פאפאלערע פיגור ביי כלל ישראל האט די "שרעקליכע" שיטות און דיעות.

פארנאכטס ארץ ישראל צייט איז שוין די רעקורדירונג אפציעל געווען געליקט, און פילע פערזענלעכקייטן אין מדינת ישראל זענען ארויסגעקומען פארדאמען די "שוידערליכע" ווערטער פון די "מלך המוזיקה"

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:04 pm

· #488567
אויב איינער נעמט מעדיצינישע עדווייס פון א זינגער וועט אפילן א וואקסין נישט העלפן פאר עים.

לייבל שטילער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:08 pm

· #488568
קהל'ס נער
אויב איינער נעמט מעדיצינישע עדווייס פון א זינגער וועט אפילן א וואקסין נישט העלפן פאר עים.

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:28 pm

· #488569
אצינד איז די שאלה ווער ס'זענען מער באהאווענט אין וואקסינאציע, דער מלך המוזיקה אדער די וועד פון קול חי'. וועם קען מען מער טראסטן? וואס זענען מב''ד'ס נגיעות און אגענדעס און וואס זענען די אגענדעס פון די קול חי' וועד. וכו'

petrishke » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:44 pm

· #488573
זייט מ.ב.ד. איז געווארן א אנהענגער פון ר' שאול, האב איך שוין בכלל א צווייטע בליק אויף עהם...

אדער וויל ער ווערן א קאפ העכער, און אויספויקן זיין דעת בעל הבית.
אדער האט ער אפגעמאכט, אז יעדער האט שוין אלעס פארגעסן, און ער איז שוה בשוה מיט די גרעסטע חכמים.

יָדוֹרָש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:43 pm

· #488584
איך בין חושד אז זינט ער קען מער נישט זינגען, האט ער דאס שכל אויך פארלוירן.

תוהו ובוהו » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:58 pm

· #488587
יָדוֹרָש
איך בין חושד אז זינט ער קען מער נישט זינגען, האט ער דאס שכל אויך פארלוירן.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווער עס קען זינגען האט שכל..

שפילער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 7:53 pm

· #488591
ווי קען מען עס הערן ?

קאצקע ציקער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 8:10 pm

· #488594
Here you go
<a class="postlink" href="https://mobile.twitter.com/ishaycoen/status/1472315503842635779?ref_src=twsrc%5Etfw%7Ctwcamp%5Etweetembed%7Ctwterm%5E1472315503842635779%7Ctwgr%5E%7Ctwcon%5Es1_&ref_url=https%3A%2F%2Fwww.inn.co.il%2Fnews%2F535139">https://mobile.twitter.com/ishaycoen/st ... s%2F535139</a>

petrishke » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 8:30 pm

· #488596
ער האט געמאכט א גזירה שווה, וויבאלד ער קען זינגען פסוקים, קען ער שוין זאגן נייע פסקים אויך...

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 12:46 am

· #488612
איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:04 am

· #488616
Re: מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען
תרמב
איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?
כ'הער.

וואלסט געזאגט דאס זעלבע ווען ער רעדט ווען אריין אין די לעצטיגע שאלה וועגן הלכות שבת אדער מקוואות?

תרמב » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:08 am

· #488617
דו קענסט זיך אפרעדן אז דו ווילסט, אויפן מצב הדור אז די עולם וויל וויסן וואס די זינגערס האבן צו זאגן אויף וויכטיגע נושאים, אבער וואס ווילסטו פון דעם זינגער, מ'האט אים געפרעגט וואס ער האלט וועגן די וואקסינס, דארף ער ענטפערן פארקערט ווי ער האלט עכט ווייל די פאליטישאנס האבן נישט ליב יענע מיינונג?

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:11 am

· #488619
תרמב
דו קענסט זיך אפרעדן אז דו ווילסט, אויפן מצב הדור אז די עולם וויל וויסן וואס די זינגערס האבן צו זאגן אויף וויכטיגע נושאים, אבער וואס ווילסטו פון דעם זינגער, מ'האט אים געפרעגט וואס ער האלט וועגן די וואקסינס, דארף ער ענטפערן פארקערט ווי ער האלט עכט ווייל די פאליטישאנס האבן נישט ליב יענע מיינונג?

איך האלט אז אויב איז ער ווען אן ערנסטע, קלוגער מאן, וואלט ער געוואוסט ווען צו זאגן אז עס נישט זיין פלאץ אריינצורעדן. ענדערש ווי ענטפערן זיינע אייגענע מיינונג, זאל ער זאגן מען זאל זיך צוהערן צו עקספערטן (זאלן די עקספערטן זיין אויף וועלכע זייט ער וויל).

וכן עמא דבר אין די סעקולארע וועלט.

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:49 am

· #488633
מאך זיכער
לויט וואס מרדכי האט שפעטער פארעפנטליכט אין א דעקלעראציע האט ער נאר געלאזט מאכן דעם אינטערוויו אויב ער וועט עס זען בעפאר. ער האט אנגעוויזן פאר מנחם טוקר צו שניידן אלע זיינע קאראנע דעות, אבער מנחם דער ׳חולה לייקים׳ ווי מרדכי האט אים באטיטלט, האט אויסגעקליבן צו נעמען א געשניטענע שטיקל פאר א פראמא צום אינטערוויו כדי אז זיין רעיטינג זאל זיך הייבן.

העט זיך ווען מרדכי געדארפט בעסער היטן דאס פיסק, און ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ער לייגט פאלשע סטעיטמענטס.

מילך טראק » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:45 am

· #488645
יָדוֹרָש
תרמב
איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?
כ'הער.

וואלסט געזאגט דאס זעלבע ווען ער רעדט ווען אריין אין די לעצטיגע שאלה וועגן הלכות שבת אדער מקוואות?

ווען ער וואלט גערעדט פרא וואקסין וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם ווי רעדט א זינגער אריין אין די נושא

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:50 am

· #488646
ווען ער רעדט ווען פון די וועטער וואלט אויך קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם.

פאלאצ'ינטא » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:15 pm

· #488674
ויפתח אלוקים את פי האתון

ערעב מרדכי, פארמאך דאס פיסק. אז ער וויל זינגען זאהל ער זינגען אבער נישט דעה זאגען אויף געזונטהייט

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:22 pm

· #488677
פאלאצ'ינטא: ס'איז פונקט אזוי ווי מ'גייט פרעגן פון א רב וואס מ'דארף טון אויב די קארבורעיטער איז צובראכן. ( דו ווייסט אפילו נישט וואספארא חי' דאס איז.). אדער אז מ'פרעגט פון א דאקטער א שאלה איבער א טשיקן...!

יואליש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:41 pm

· #488704
די חסידישע ניקי מינאדזש. האט מרדכי אויך מיטגעטיילט א פצוע דכה אנעקדאט פון די ווערדיגער משפחה?

Lexus » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:46 pm

· #488705
איך פארשטיי ממש נישט,
מעג מרדכי שוין טאקע נישט זאגן זיין אייגענע מיינונג??
ענק זענען דא ממש ווי די לינקע מידיא וואס פארשווייגט יעדע זאך וואס גייט אקעגן זייערע אגענדא
ענק שרייבן דא וואס ענק ווילען, און מרדכי קען זאגן און זאל זאגן וואס ער וויל
די מוזט עהם נישט אויסהערן און ער צווינגט דיר נישט עהם צו פאלגן
כל הכבוד מרדכי!!

ים רויבער » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 8:03 pm

· #488706
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: ס'איז פונקט אזוי ווי מ'גייט פרעגן פון א רב וואס מ'דארף טון אויב די קארבורעיטער איז צובראכן. ( דו ווייסט אפילו נישט וואספארא חי' דאס איז.). אדער אז מ'פרעגט פון א דאקטער א שאלה איבער א טשיקן...!

און ס'איז פונקט ווי מען פרעגט א פאליטישן וועגן געזונטהייט...!

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 9:14 pm

· #488712
Lexus
איך פארשטיי ממש נישט,
מעג מרדכי שוין טאקע נישט זאגן זיין אייגענע מיינונג??
ענק זענען דא ממש ווי די לינקע מידיא וואס פארשווייגט יעדע זאך וואס גייט אקעגן זייערע אגענדא
ענק שרייבן דא וואס ענק ווילען, און מרדכי קען זאגן און זאל זאגן וואס ער וויל
די מוזט עהם נישט אויסהערן און ער צווינגט דיר נישט עהם צו פאלגן
כל הכבוד מרדכי!!

די מעשה איז אזוי
איך און דו\ענק, מעגן זאגן מיינונגען. אבער ער איז דאך א סעלעב, און ער איז אויפ'ן ספאטלייט, קוקט מען אן מיט פארגרעסערונג גלאז.
דאס איז די פרייז פון א שטערן. וואס אגב זעסטו שוין פון די תגובות דא, אז אסאך האלטן אז מרדכי איז טאקע געווען מלך המוסיקה, אבער ער איז שוין עבר ובטל, און פאטשקעט אין פרעמדע טעמעס.
איז דאס קלאר?

מישו מאוד מעניין » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 9:28 pm

· #488714
די אמת'ע פראבלעם היינטיגע צייטן איז
"די האסט גהערט אפילו מ ב דוד האלט אזוי",
למשל מארגען קומט שמילי אונגער ארויס מיט א מיינונג אז אליעזר קרויס רעדט שטיתים און ער פאסט עס אויף סטטוס,מארגען פארט עס ארום איבעראל "זעהסט אפילו שמילי אונגער האלט אזוי"...
יעדער איינער מעג זאגן זיין דעה נאר נארישע מענטשן קוקען אן א כוכב בעולם הנגינה כאילו א גאנצע נביא ווייל ער ווייסט זיכער וואס ער רעדט.
בקיצור נישט יעדער וואס האט א שיינעם קול איז זיין דעה גערעכט...

אבשלום בן מעכה » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:22 am

· #489065
פארוואס איז אזוי געווארן, אז מענטשן הערן אויס זינגערס, כאילו ס'איז תורת משה מסיני?

ס'זאגט עפעס אויף אונז מענטשן.

מיר הערן אויס מענטשן, נישט ווייל ער רעדט עפעס צו דער זאך, נאר ווייל מיר זענען קאנעקטעט צו אים באיזה אופן, ווילן מיר הערן וואס ער האט צו זאגן און מיר שלינגען וואס ער זאגט. אפילו אויב אונז ווייסן אז אין דער נושא איז ער נישט באפולמעכטיגט צו האבן א דעה, אבער מיר זענען געפאנגען אין זיין נעץ, מיר האבן אים ליב, דעריבער איז ער משפיע אויף אונז.

יעדער ווייסט אז מרדכי בן דוד איז פונקט אזוי מאסנגעבנד בנוגע וואקסינען, ווי איך און דו, אבער אז מרדכי זאגט, הערט מען אים אויס...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 11:25 am

· #489095
און ווען מ׳קויפט אפ כלומפרשטע דעת תורא כאילו ס׳איז תורה מסיני פארשטייסטו יא? אלא הנח להם לישראל, אם אינן מטומטמים בני מטומטמים הם ומנהג אבותיהם בידיהם.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:55 pm

· #489097
אבשלום בן מעכה
פארוואס איז אזוי געווארן, אז מענטשן הערן אויס זינגערס, כאילו ס'איז תורת משה מסיני?

ס'זאגט עפעס אויף אונז מענטשן.

מיר הערן אויס מענטשן, נישט ווייל ער רעדט עפעס צו דער זאך, נאר ווייל מיר זענען קאנעקטעט צו אים באיזה אופן, ווילן מיר הערן וואס ער האט צו זאגן און מיר שלינגען וואס ער זאגט. אפילו אויב אונז ווייסן אז אין דער נושא איז ער נישט באפולמעכטיגט צו האבן א דעה, אבער מיר זענען געפאנגען אין זיין נעץ, מיר האבן אים ליב, דעריבער איז ער משפיע אויף אונז.

יעדער ווייסט אז מרדכי בן דוד איז פונקט אזוי מאסנגעבנד בנוגע וואקסינען, ווי איך און דו, אבער אז מרדכי זאגט, הערט מען אים אויס...

און פארוואס הערט מען אויס (און מ'פאלגט) ווען א בארימטער ספארטס שפילער אינדארסירט א פראדוקט, צי זאלל דאס זיין שיך, עסן אדער עדיוקעישן. וואס א סאך מאל (אין מערסטע פאלן) זענען די ספארטלער זייער ווייט פון עדיוקעישן, כרחוק מזרח ממערב. נאר וויבאלד זיי זענען בארימט גלייבט מען זיי א יעדעס ווארט...!

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:31 pm

· #489561
ווער איז מרדכי בן דוד?

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:05 pm

· #489568
חקרן
ווער איז מרדכי בן דוד?

און ווער איז יונתן שווארץ