☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חליצה פארשטעלונג

חליצה פארשטעלונג

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14992

טשילער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:44 pm

· #488210
חליצה פארשטעלונג
א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין אנאנים... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:57 pm

· #488211
טשילער
א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין אנאנים... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!

ס'שטייט אין הלכה אז מען דארף מפרסם זיין

לייבל שטילער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:01 pm

· #488212
די הל' איז כדי מ'זאל וויסען אז זי איז מותרת לשוק, פאר איהר טובה וועגן.

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:45 pm

· #488221
איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט פון א מלמד וואס גייט ברענגען זיין קלאס צו מיטהאלטן די צערעמאניע, פון א צווייטן האב איך געהערט אז די מעמד גייט דינען אלץ א שטיקל הכתרה אויפן נייעם גאב"ד אנאנים.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:54 pm

· #488223
כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:01 pm

· #488224
Re: חליצה פארשטעלונג
זופ מיט מאנדלען
כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.
פארוואס האסטו פאר'הרג'עט די זאך???
ער האט זיך אזוי געפרייט אז ער האט נאך עפעס אויף וואס זיך אפצורעדן אנטקעגן א תורה'דיגע אוטאריטעט... קומסטו מיט א זייפן בלאז און דו האקסט אין קאפ מיט תירוצים אז מ'האט איר געבעטן רשות! אנטשולדיגטס, מיר זוכן נישט קיין ענטפערס, מיר זוכן טענות
#אומפארגינער

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:10 pm

· #488228
לייבל שטילער
די הל' איז כדי מ'זאל וויסען אז זי איז מותרת לשוק, פאר איהר טובה וועגן.

😂 😂 😂

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:49 pm

· #488236
יהודי פשוט
זופ מיט מאנדלען
כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.
פארוואס האסטו פאר'הרג'עט די זאך???
ער האט זיך אזוי געפרייט אז ער האט נאך עפעס אויף וואס זיך אפצורעדן אנטקעגן א תורה'דיגע אוטאריטעט... קומסטו מיט א זייפן בלאז און דו האקסט אין קאפ מיט תירוצים אז מ'האט איר געבעטן רשות! אנטשולדיגטס, מיר זוכן נישט קיין ענטפערס, מיר זוכן טענות
#אומפארגינער

😂

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 4:49 pm

· #488252
Re: חליצה פארשטעלונג
מאך זיכער
עס פארן שוין ארום בילדער ווי הונדערטע אידן שטייען צוקוועטשט און בעאבאכטן די חליצה שאנד אקציע.
אזוי אויך פארן ארום בילדער ווי הונדערטער אידן בעאבאכטן די שאדנס פון א שאנדפולע צוזאמענשטויס פון קאר'ס וכדו'.
דאס ארעסט פון א מענטש.
ערשטע הילף לייט געבן הילף פאר א פאציענט אין גאס.
א לוי'.
א חתונה.
א טיש.
און נאך פילע אנגעלעגנהייט וואס הונדערטער אידן בעאבאכטן...
ס'ווערט אנגערופן 'נייגער' און דאס טרייבט הונדערטער צו בעאבאכטן כל'ערליי סיטואציעס... אה, כ'האב כמעט פארגעסן נישט בלויז ביי אידן, אויך ביי נישט אידן

צפור בודד » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:21 pm

· #488265
אנטשולדיגט, איר פארגלייכט הודו מיט כוש. אן עקסידענט איז נישט פלאנירט אבער ליידער פאסירט עס. עס איז נישט שיין און מענטשליך אז מ'נעמט בילדער אבער מ'קען נישט אפהאלטן דעם ציבור. א לויה מיט א חתונה זענען בכלל נישט דומה.

א בעסערער פארגלייך איז אין געריכט וואס ס'דארף זיין למען ישמעו ויראו אבער למשל ווי איצט אין דער פראצעס פון ג'לעין מאקסוועל לאזט מען נישט דרוקן די נעמען און בילדער פון די קרבנות.

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:23 pm

· #488266
חליצה איז למען ישמעו ויראו?

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:47 pm

· #488267
אין אבה״ע סימן קסט בסדר חליצה בקצרה סעיף ט פסק׳נט דער מחבר אז ס׳דארף זיין במקום מפורסם, און דעריבער איז מען אויך מוסיף ב׳ דיינים על הג׳ בבי״ד כלעיל שם בסעיף ג ע״ש. דער פתחי תשובה דארט בס״ק ו זאגט עפ״י רש״י ביבמות קא: אז ס׳איז לפרסומי מילתא שאסורה לכהן או דליתי אינשי וליקפצי עלה. ער איז מצדד, לפי הטו״ז שם בס״ק ב אז אפילו וואו זי זאגט אז אי אפשי בתקנת חכמים, עכ״פ לגבי די עוד שני דיינים, אינו מן הראוי דלישמע לה ע״ש.

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:29 pm

· #488285
איך האב געהערט אז ס'זענען געווען אסאך בחורים וואס זענען געווען אינדערויסן פון ישיבה וועגן די פלו, ס'האט זיך געטון דארט א הוסעריי....

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:43 pm

· #488286
טשילער
א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין אנאנים... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!


פארוואס איז עס מער בושות פאר אים ווי פאר איר?

Hadasim » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:59 am

· #488387
אלפים נהרו למעמד 'חליצה' נדיר בבורו פארק

<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1314574">https://www.bhol.co.il/news/1314574</a>

"בחודש אלול האחרון, נערך מעמד חליצה בירושלים, בפני חברי בד"צ העדה החרדית וזקני 'העדה' לאחת מאלמנות אסון מירון, המעמד נערך ללא השתתפות קהל כלל וכלל, בכדי לכבד את המשפחות ובסך הכל השתתפו בו 14 איש בלבד."

Hadasim » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:00 pm

· #488388
די חקירה איז אויב חליצה עושה מצוה אדער הכתרה עושה מצוה וד"ל.....