☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14991

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:05 am

· #488190
קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???
איינע פון די זאכן וואס האט מיר געמאכט שטאלץ צו זיין א איד ווען איך בין אויפגעוואקסן איז געווען די מידת החסד וואס גיסט זיך איבער אין אונזערע קהילות. ובפרט די חסד ארגינעזאציעס ווי מענטשן זענען מקדיש זייער לעבן און זענען אייביג גרייט צו העלפן א צווייטן אין צייט פון נויט. דאס האט געוויזן פאר מיר אז דאס וואס מיר לעבן א תורה'דיגע לעבן האט א גוטע השפעה, יעצט אויף די וועלט, עס איידלט אויס מענטשן און גיבט זיי צו פארשטיין אז עס איז דא עפעס מער ווי בלויז אנגיין מיטן טאג טעגליכע לעבן פאר זיך.


ס'איז געווען ביי אונז קלאר אז אונזערע היימיש געמאכטע ארגינעזאציעס ארבעטן פיל בעסער ווי די פארגעשריטענע, אפיציעלע רעגירונגס דעוויזיעס. זייערע סיסטעמאטישקייט און רעגולאציעס קען נישט דערגרייכן וואס א אידיש הארץ און היימישע טיכטיגקייט קען.

אין די לעצטע צוויי יאר איז נשתנו העיתים ונתחלפו הזמנים. קאווויד, לאקדאונס, מאסקס, וואקסינס, דעלטא, וואקסינס, אמיקראן, און נאכאמאל וואקסינס. פון דאס ערשטע מינוט איז הצלה געווען פון די איינציגסטע ארגינעזאציעס וואס זענען געעוען קלאר און זיך געהאלטן צו זייער מיסיע. אין די ערשטע, שרעקליכע אדר וואכן, ווען די מגפה האט געבושעוועט אויף אונזערע גאסן און די מעגליכקייט פון הצלה איז געווען אויסגעצויגן כחוט השערה, האבן זיי זיך נישט געבראכן. זיי זענען געלאפן, געטראגן און געברענגט, און געטון אלץ וואס מען קען צו ראטעווען לעבנס. אזוי אויך האבן זיי כסדר געבעטן דעם ציבור צו נעמען די מינימאלע מיטלן צו פארמינערן דאס פארשפרייטונג פון דאס ווירוס.

איך וויל נישט אריינגיין אין דעבאטעס צו דאס ווירוס איז בכלל עפעס, צו מאסקעס און וואשן די הענט איז עפעס, וכדומה. מיין הנחה פשוטה איז אז הצלה אלץ א מעדעצינישע ארעניזאציע דארף פאלגן וואס מעדעצינישע אויטאריטעטן זאגן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אייגענע החלטות. נאך אלעם האבן זיי נישט שטודירט מעדעצין, עפידימילאגיע, וכדומה. זיי זענען שליחים צו ברענגען עמערדזענסי הילף וואו מען ברויך. אויב מאכן זיי אייגענע מעדצינישע החלטות פארלירן זיי דאס גאנצע טראסט. זיי האבן נישט קיין כח דאס צו טון און דאס איז נישט זייער ארבעט.

דערפאר איז מיר געווען ווי א דונער אינעם העלן טאג ווען ביי א שמחה האב איך אינטערגעהערט א קרוב דערציילן אז איינע פון די הצלה מאכערס זענען אריין צו א לאקאלע העלט צענטער און געמאכט פאלשע וואקסין קארטלעך פאר די חברי הצלה. מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפענט, און איך האב מיר ארומגעקוקט צו זעהן צו די ארומיגע גלייבן וואס ער זאגט. צו מיין שאק האבן נאך עטליכע געוואוסט דערפון; און איינער דארט מיט קשרים צום העלט צענטער האט דאס באשטעטיגט.

לאמיר איבערזאגן:
חברי הצלה דרייען זיך ארום מיט פאלשע וואקסין קארטלעך.

זיי אויף וואס מיר פארלאזן זיך אז זיי וועלן אונז צושטעלן מעדעצינישע הילף, קוקן אן מיט א ביטול די רעקאמענדאציעס פון אלע מעדעצינישע אוטאריטעטן אין די וועלט, און האבן נישט קיין פראבלעם צו פעלשן. איך ווייס נישט אויב וואקסינען האבן אויסגעפעלט ביזדערווייל. אבער עס איז דא א שאנס אז נאך אן אויסברוך גייט קומען ביים היימישן עולם, און דאן וועלן מיר זיך פארלאזן אויף די חברי הצלה ארומצוגיין פון הויז צו הויז, צו אלע אנגעשטעקע, עלטערע און קראנקע מענטשן; און זיי באהאנדלן ווען און טאש האבן זיי א פאלשן קארטל.

און אויסער די באלדיגע אימפליקאציעס. וואס זאגט דאס אויף די וועג וויאזוי הצלה באגייט זיך? מיר פארלאזן זיך אז די חברי הצלה גייען דורך טרעיניג, אז זיי שטעלן צו קראנטע מעדיצינישע הילף ווען מיר זענען אין אן עמערזשענסי צושטאנד. אויב קענען מיר זיי נישט געטרויען מיט אזא פשוטע זאך ווי וואקסינאציע, מיט וואס נאך קען מען זיי נישט געטרויען?

און דאס פארלאנגט א טיפערע חשבון הנפש. ווי האלטן מיר אלץ א קאמיוניטי אויב קענען מיר נישט געטרויען אונזער עמערזשענסי הילף ארגאניזאציע.

הוגה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:17 am

· #488191
טראצדעם וואס עס באדערט מיר אז ביי אונז איז דא א הויכע פראצענט קאנספיראציע גלויבערס, ספעציעל בנוגע קאוויד און איר וואקסין, דאך באדערט מיר דאס נישט. איך בין עמטליך א מחנך (פאר מיינע קינדער) און א גוטע מחנך נאכדערצו, אבער איך דריי מיך שוין יארן מיט א געפעלשטע מאושר קארטל אין טאש. איך זעה נישט אז עס זאל האבן אפעקטירט מיין שטעלע אלץ מחנך. זאת ועוד, אין די קריטישע (קאוויד) צייטן וויל איך ענדערש האבן צוויי הונדערט הצלה וואלונטירן מיט פאלשע וואקסינאציע קארטלעך, ווי נאר הונדערט מיט עכטע. כנלענ"ד.


.

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:20 am

· #488193
ידורש: וואס זאל איך דיר זאגן, דו ביזט גערעכט מען קען זיי נישט געטרויען, אשר על כן, טאמער איינער ביי דיר אין שטוב שטרעקט זיך אויס, און דארף עמערזשענסי הילף, זאלסטו טאקע זיי נישט רופן, זאלסט אראפלויפן צו דיין שכן וואס איז א לייפגארד אין די זומער און האט גענומען די שאט מיט די בוסטער, און זאלסט אים ארויפרופן אנשטאט.
איך האב מיך שוין געווינדערט א שטיק צייט וואס איז פשט פון באזייטיגן די אלע עסענטיעל ווארקערס וואס ווילן נישט נעמען די וואקסין, בשעת אין די ברען פון קאוויד ווען יעדער האט זיך איינגעשפארט אונטער שלאס און ריגל זענען זיי געווען די וואס זענען יא געגאנגען צו די ארבעט, אפילו אויב זיי האבן געקענט אנשטעקן זיך און אנדערע, פשוט ווייל מ’האט נישט געהאט קיין ברירה, עסענטיעל איז עסענטיעל, פארוואס יעצט פליען זיי פון זייערע זשאבס פאר ס’איז דא רעפלעסמענטס, זיי זענען דאך עסענטיעל, פארוואס יעצט נוצט נישט די תירוץ נאר ענדערש זאלן פעלן אסאך נורסעס און אנדערע עמערזשענסי פערסאנעלן?

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:21 am

· #488195
הוגה
טראצדעם וואס עס באדערט מיר אז ביי אונז איז דא א הויכע פראצענט קאנספיראציע גלויבערס, ספעציעל בנוגע קאוויד און איר וואקסין, דאך באדערט מיר דאס נישט. איך בין עמטליך א מחנך (פאר מיינע קינדער) און א גוטע מחנך נאכדערצו, אבער איך דריי מיך שוין יארן מיט א געפעלשטע מאושר קארטל אין טאש. איך זעה נישט אז עס זאל האבן אפעקטירט מיין שטעלע אלץ מחנך. זאת ועוד, אין די קריטישע (קאוויד) צייטן וויל איך ענדערש האבן צוויי הונדערט הצלה וואלונטירן מיט פאלשע וואקסינאציע קארטלעך, ווי נאר הונדערט מיט עכטע. כנלענ"ד.


.


א מאושר קארטל מאכט אויס נאר פאר די און דעם באשעפער. א וואקסין קארטל האט אן אפעקט אויף מענטשליכע לעבן.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:22 am

· #488197
תרמב
ידורש: וואס זאל איך דיר זאגן, דו ביזט גערעכט מען קען זיי נישט געטרויען, אשר על כן, טאמער איינער ביי דיר אין שטוב שטרעקט זיך אויס, און דארף עמערזשענסי הילף, זאלסטו טאקע זיי נישט רופן, זאלסט אראפלויפן צו דיין שכן וואס איז א לייפגארד אין די זומער און האט גענומען די שאט מיט די בוסטער, און זאלסט אים ארויפרופן אנשטאט.
איך האב מיך שוין געווינדערט א שטיק צייט וואס איז פשט פון באזייטיגן די אלע עסענטיעל ווארקערס וואס ווילן נישט נעמען די וואקסין, בשעת אין די ברען פון קאוויד ווען יעדער האט זיך איינגעשפארט אונטער שלאס און ריגל זענען זיי געווען די וואס זענען יא געגאנגען צו די ארבעט, אפילו אויב זיי האבן געקענט אנשטעקן זיך און אנדערע, פשוט ווייל מ’האט נישט געהאט קיין ברירה, עסענטיעל איז עסענטיעל, פארוואס יעצט פליען זיי פון זייערע זשאבס פאר ס’איז דא רעפלעסמענטס, זיי זענען דאך עסענטיעל, פארוואס יעצט נוצט נישט די תירוץ נאר ענדערש זאלן פעלן אסאך נורסעס און אנדערע עמערזשענסי פערסאנעלן?


די שמועס דא איז נישט וועגן מיינע פערזענלעכע באשלוסן. די שמועס איז וויאזוי קענען מיר געטרויען אן ארגענעזאציע מיט מעדעצינישע באשלוסן ווען זיי פעלשן.

הוגה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:42 am

· #488198
יָדוֹרָש
א מאושר קארטל מאכט אויס נאר פאר די און דעם באשעפער. א וואקסין קארטל האט אן אפעקט אויף מענטשליכע לעבן.


דיין הויפט נקודה (לויט מיין פארשטאנד) איז געווען וויאזוי מ'קען געטרויען א ליגנער. אויף דעם האב איך געענטפערט אז פונקט ווי א ליגנער קען זיין א גוטע מחנך קען ער זיין א גוטע רופא, ספעציעל ווען ער טוט דער פאלשקייט לצורך חינוך/רפואה. פארוואס נישט? איך פערזענליך האלט אז די חברה מאכן זיך משוגע פאר גארנישט. אבער אויב איז ער נאכנישט גרייט צו נעמען די וואקסין, זאל ער פעלשן איינס דערווייל און נישט אויפגעבן זיין פאסטן. אויב עפעס קענסטו טענה'ן אז מען קען נישט טראסטן א הצלה מעמבער וואס האלט אנדערש ווי די אפיציעלע מעדיקל אינסטאנצן, אבער דאן לאזטו דיך אריין אין א פלאנטער וואס וועט דיר איבערלאזן מיט זייער ווייניג קוואליפיצירטע וואלונטירן.


.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:53 am

· #488199
פאר איך שרייב לאמיר מקדים זיין, די וואקסין העלפט, און איז וויכטיג פאר די וואס דארפן עס.

דו שרייבסט "מיין הנחה פשוטה איז אז הצלה אלץ א מעדעצינישע ארעניזאציע דארף פאלגן וואס מעדעצינישע אויטאריטעטן זאגן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אייגענע החלטות." איך בין מסכים זיי דארפן אין אלגעמיין צוהערן צו די אויטאריטעטן, אבער ליידער איז די מציאות אז די אויטאריטעטן זענען היפש פארפוילט און פאליטיש מאטיווירט, אין א פאל וואס זיי זען די אויטאריטעטן זענען נישט גערעכט לדעתם, זאל די הצלה ענדערש טון וואס איז ריכטיג אין זייערע אויגן.

פארגעס נישט, הצלה ווייסט אויך וואס זיי ווייסן און וואס נישט. און ווען זיי זענען מחולק מיט איינעם וואס איז א גרעסערע דאקטער ווי זיי, ווייסן זיי אויך ווי א גרויסע דאקטער יענער איז. און אויב מאכן זיי די החלטה אז יעצט איז צייט נישט צו פאלגן, טראסט איך זיי מער ווי די אפיציעלע אויטאריטעטן.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:06 pm

· #488201
הוגה
יָדוֹרָש
א מאושר קארטל מאכט אויס נאר פאר די און דעם באשעפער. א וואקסין קארטל האט אן אפעקט אויף מענטשליכע לעבן.


דיין הויפט נקודה (לויט מיין פארשטאנד) איז געווען וויאזוי מ'קען געטרויען א ליגנער. אויף דעם האב איך געענטפערט אז פונקט ווי א ליגנער קען זיין א גוטע מחנך קען ער זיין א גוטע רופא, ספעציעל ווען ער טוט דער פאלשקייט לצורך חינוך/רפואה. פארוואס נישט? איך פערזענליך האלט אז די חברה מאכן זיך משוגע פאר גארנישט. אבער אויב איז ער נאכנישט גרייט צו נעמען די וואקסין, זאל ער פעלשן איינס דערווייל און נישט אויפגעבן זיין פאסטן. אויב עפעס קענסטו טענה'ן אז מען קען נישט טראסטן א הצלה מעמבער וואס האלט אנדערש ווי די אפיציעלע מעדיקל אינסטאנצן, אבער דאן לאזטו דיך אריין אין א פלאנטער וואס וועט דיר איבערלאזן מיט זייער ווייניג קוואליפיצירטע וואלונטירן.


.


מיין טענה איז וויאזוי קען מען געטרויען איינעם מיט מעדעצינישע הילף ווען זיי זאגן ליגענט לגבי מעדיצינישע נושאים.
די ריכטיגע דוגמא וועט זיין א מחנך וואס זאגט ליגענט אין עניני חינוך. לדוגמא, איינער וואס שטעלט זיך אהער אלץ אן ערליכער אבער ער איז מחנך שלא כפי רוח התורה.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:08 pm

· #488203
יעקב מעקסוועל
פאר איך שרייב לאמיר מקדים זיין, די וואקסין העלפט, און איז וויכטיג פאר די וואס דארפן עס.

דו שרייבסט "מיין הנחה פשוטה איז אז הצלה אלץ א מעדעצינישע ארעניזאציע דארף פאלגן וואס מעדעצינישע אויטאריטעטן זאגן, און זיי זאלן נישט מאכן קיין אייגענע החלטות." איך בין מסכים זיי דארפן אין אלגעמיין צוהערן צו די אויטאריטעטן, אבער ליידער איז די מציאות אז די אויטאריטעטן זענען היפש פארפוילט און פאליטיש מאטיווירט, אין א פאל וואס זיי זען די אויטאריטעטן זענען נישט גערעכט לדעתם, זאל די הצלה ענדערש טון וואס איז ריכטיג אין זייערע אויגן.

פארגעס נישט, הצלה ווייסט אויך וואס זיי ווייסן און וואס נישט. און ווען זיי זענען מחולק מיט איינעם וואס איז א גרעסערע דאקטער ווי זיי, ווייסן זיי אויך ווי א גרויסע דאקטער יענער איז. און אויב מאכן זיי די החלטה אז יעצט איז צייט נישט צו פאלגן, טראסט איך זיי מער ווי די אפיציעלע אויטאריטעטן.

הצלה איז נישט קיין מעדעצינישע אוטאריטעט. זיי קענען נישט מאכן קיין מעדעצינישע החלטות אדער זאגן ווער עס איז פארפוילט. וואלט געווען צוויי שיטות אין די מעדעצינישע וועלט, וואלט אפשר הצלה געקענט אננעמען א מהלך. אבער גיין אנטקעגן יעדע מעדעצינישע אוטאריטעט?

היכי דמי » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:19 pm

· #488207
וואס האט הצלה מיט מעדעצין? זיי קענען מעדעצין ווי איך קען פלאמינג.

זיי זענען א געטרייע פירסט רעספאנדער ארגאניזאציע וואס גיבט ערשטע הילף אין פאל פון עמערדזשענסי, אבער ווען עס קומט צו מעדעצין, סייענס, הערט ער די זעלבע ווי דיר.

וואס יא? עס איז א גרויסע פראלבעם ביי אונז אז מען נעמט אינפארמאציע פון די נישט ריכטיגע מענטשן. טרעף מיר א גוי וואס מאכט א לעבענס דעסישען ווייל א אי-עם-טי האט אים געזאג

הצלה וואלעטירן זענען זייער געטרייע מענטשן געווענלעך, און עס קען נאך אלס זיין דארט אנטי וואקסערס, פונקט ווי עס קען זיין דארט טראמפיסטן און ביידעניסטן. נאר די המון עם זאל אויפהערן נעמען מעדיקעל עדווייס פון דיינים וואס קענען גארנישט אויסער שלחון ערוך יורה דעה, און פון הצלה מעמבערס וואס קענען נישט סייענס אויסער ערשטע הילף

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:22 pm

· #488208
קודם וויל איך באשטעטיגן אז ס'איז אמת, מיינס א קרוב א הצלה מעמבער האט מיר געזאגט אז ער האט געמאכט א פאלשן וואקסין קארד,
אבער צו דיין טענה אז וועגן דעם קען מען זיי נישט געטרויען, פארשטיי איך נישט קיין ווארט וואס די רעדסט,
קודם כל די רעדסט פון א פרישע אויסברוך וואס גייט אפשר קימען, נא גיי וואקסעניר דיך וועסטו נישט דארפן מורה האבן פונעם אומוואקסענירטן הצלה מאן, ער וועט דיר נישט דארפן ראטעווען פון קאוויד, ווייל די גייסט זיין באשיצט דורכן וואקסין, און אויב נעמסטו אהן ווי שיטות ר' מאיר וואס איז חייש למעוטא, (גראדע איז ער נאר חייש למעוטא, און נישט צו מעוטא דמעוטא) און די האסט מורה אז די וואקסין וועט אפשר נישט געניג גוט ארבייטן ביי דיר, נא דארפסטו דאך אויך חושש זיין אז ס'וועט נישט ארבייטן אויפן הצלה מאן,
און פארגעס אויך נישט אז כמעט אלע וואלאנטירן האבן שוין געהאט קאוויד און זענען באשיצן דורך נאטירליכע אימיוניטי
דיין שאלה, איז פשוט א תוצאה פון די מידיא פראפעגאנדע צו יעדן משוגה מאכן אז, ייעעעדדדעעעררר מממיזזזזז נעמען די וואקסין, און גאר פייערן פון ארבעט די וואס ווילן עס נישט נעמען, און ווי ביידן האט עס געזאגט ''מיר גייען באשיצן וואקסענירטע ארבייטער פון אומוואקסענירטע קא-ארבייטער'' (וואס קענען איבערגעבן די ווירוס פאר די וואקסענירטע, טראץ דעם וואס זיי זענען וואקסענירט, דעריבער מיזן די אומוואקסענירטע זיך וואקסענירן.... האלטס נאך מיט?)
בקיצור, מען מאכט משוגה די מענטשהייט און מען פארפאניקט די מענטשהייט היבש ביסל מער ווי מען וואלט געדארפט, און ווי די קאמידיען ביל מאהער האט עס אראפגעלייגט, אז הגם די שאנסן אז א געזונטן מענטש אינטער די דרייסיג יאר, אומוואקסענירט! זאל שטארבן פון קאוויד איז אינטער א פראצענט, איז דא א סטאדי אז די פחד וואס די מענטשן האבן אז זיי גייען פאקטיש שטארבן דערפון איז בערך ביי פיפציג פראצענט, און ער פירט אויס אז עטס (די מידיא) זענטס שילדיג דערויף,
און אז ס'דא אזא פאניק טוט מען אימריכטיגע און אומבאלאנצירטע שריט, ווי צווינגען יונגע קינדער דאס צו נעמען וכדומה, און אויך מורה האבן ווי פונעם טייוול אליין פון די 'שעדליכע' אומוואקסענירטע, הגם די ביסט אליין וואקסענירט,
אויב אן הצלה מאן וויל נישט נעמען די וואקסינען מחמת סיי וועליכע סיבה, איז עס נישט דיין ביזנעס בכלל, און מיטן פעלשן א וואקסין קארטל האט ער פשוט געטון וואס ער קען זיך ארויסצידרייען פון די פאריקטע פארשריפטן וואס קאומא, דיבלאזיא,פאוטשי וחביריו קימען אויף מיט יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, און קענען ווייטער ארומלויפן און ראטעווען אידן פון די אנדערע זאכן וואס מען ליידט אויף, (איך בין גראדע נייגעריג צו וויסן אויב איינער ווייסט, וויפיל פראצענט אידן וואס הצלה האט די וואך אריינגעפירט און שפיטאל, איז געווען וועגן קאוויד?)
כנלע''ד, איך ווייס אז ס'דא וואס זענען מחולק מיט דעם געדאקען-גאנג, אדרבה לאמיר עס דעבאטירן, ופרשו את השמלה, קומטס אריין מיט ענקער מיינונג

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:33 pm

· #488218
היכי דמי
וואס האט הצלה מיט מעדעצין? זיי קענען מעדעצין ווי איך קען פלאמינג.

זיי זענען א געטרייע פירסט רעספאנדער ארגאניזאציע וואס גיבט ערשטע הילף אין פאל פון עמערדזשענסי, אבער ווען עס קומט צו מעדעצין, סייענס, הערט ער די זעלבע ווי דיר.

וואס יא? עס איז א גרויסע פראלבעם ביי אונז אז מען נעמט אינפארמאציע פון די נישט ריכטיגע מענטשן. טרעף מיר א גוי וואס מאכט א לעבענס דעסישען ווייל א אי-עם-טי האט אים געזאג

הצלה וואלעטירן זענען זייער געטרייע מענטשן געווענלעך, און עס קען נאך אלס זיין דארט אנטי וואקסערס, פונקט ווי עס קען זיין דארט טראמפיסטן און ביידעניסטן. נאר די המון עם זאל אויפהערן נעמען מעדיקעל עדווייס פון דיינים וואס קענען גארנישט אויסער שלחון ערוך יורה דעה, און פון הצלה מעמבערס וואס קענען נישט סייענס אויסער ערשטע הילף


100% גערעכט. הצלה לייט זענען נישט קיין דאקטוירים און ספעציאליסטן, און זיי קענען נישט מאכן די באשלוסן פארן ציבור. דעריבער איז א פראבלעם ווען זיי פעלשן זייער וואקסינאציע סטאטוס און קענען דערמיט לייגן אין א סכנה די וואס פארלאזן זיך אויף זיי פאר עמערזשענסי הילף.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:39 pm

· #488220
עצי שטים
קודם וויל איך באשטעטיגן אז ס'איז אמת, מיינס א קרוב א הצלה מעמבער האט מיר געזאגט אז ער האט געמאכט א פאלשן וואקסין קארד,
אבער צו דיין טענה אז וועגן דעם קען מען זיי נישט געטרויען, פארשטיי איך נישט קיין ווארט וואס די רעדסט,
קודם כל די רעדסט פון א פרישע אויסברוך וואס גייט אפשר קימען, נא גיי וואקסעניר דיך וועסטו נישט דארפן מורה האבן פונעם אומוואקסענירטן הצלה מאן, ער וועט דיר נישט דארפן ראטעווען פון קאוויד, ווייל די גייסט זיין באשיצט דורכן וואקסין, און אויב נעמסטו אהן ווי שיטות ר' מאיר וואס איז חייש למעוטא, (גראדע איז ער נאר חייש למעוטא, און נישט צו מעוטא דמעוטא) און די האסט מורה אז די וואקסין וועט אפשר נישט געניג גוט ארבייטן ביי דיר, נא דארפסטו דאך אויך חושש זיין אז ס'וועט נישט ארבייטן אויפן הצלה מאן,
און פארגעס אויך נישט אז כמעט אלע וואלאנטירן האבן שוין געהאט קאוויד און זענען באשיצן דורך נאטירליכע אימיוניטי
דיין שאלה, איז פשוט א תוצאה פון די מידיא פראפעגאנדע צו יעדן משוגה מאכן אז, ייעעעדדדעעעררר מממיזזזזז נעמען די וואקסין, און גאר פייערן פון ארבעט די וואס ווילן עס נישט נעמען, און ווי ביידן האט עס געזאגט ''מיר גייען באשיצן וואקסענירטע ארבייטער פון אומוואקסענירטע קא-ארבייטער'' (וואס קענען איבערגעבן די ווירוס פאר די וואקסענירטע, טראץ דעם וואס זיי זענען וואקסענירט, דעריבער מיזן די אומוואקסענירטע זיך וואקסענירן.... האלטס נאך מיט?)
בקיצור, מען מאכט משוגה די מענטשהייט און מען פארפאניקט די מענטשהייט היבש ביסל מער ווי מען וואלט געדארפט, און ווי די קאמידיען ביל מאהער האט עס אראפגעלייגט, אז הגם די שאנסן אז א געזונטן מענטש אינטער די דרייסיג יאר, אומוואקסענירט! זאל שטארבן פון קאוויד איז אינטער א פראצענט, איז דא א סטאדי אז די פחד וואס די מענטשן האבן אז זיי גייען פאקטיש שטארבן דערפון איז בערך ביי פיפציג פראצענט, און ער פירט אויס אז עטס (די מידיא) זענטס שילדיג דערויף,
און אז ס'דא אזא פאניק טוט מען אימריכטיגע און אומבאלאנצירטע שריט, ווי צווינגען יונגע קינדער דאס צו נעמען וכדומה, און אויך מורה האבן ווי פונעם טייוול אליין פון די 'שעדליכע' אומוואקסענירטע, הגם די ביסט אליין וואקסענירט,
אויב אן הצלה מאן וויל נישט נעמען די וואקסינען מחמת סיי וועליכע סיבה, איז עס נישט דיין ביזנעס בכלל, און מיטן פעלשן א וואקסין קארטל האט ער פשוט געטון וואס ער קען זיך ארויסצידרייען פון די פאריקטע פארשריפטן וואס קאומא, דיבלאזיא,פאוטשי וחביריו קימען אויף מיט יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, און קענען ווייטער ארומלויפן און ראטעווען אידן פון די אנדערע זאכן וואס מען ליידט אויף, (איך בין גראדע נייגעריג צו וויסן אויב איינער ווייסט, וויפיל פראצענט אידן וואס הצלה האט די וואך אריינגעפירט און שפיטאל, איז געווען וועגן קאוויד?)
כנלע''ד, איך ווייס אז ס'דא וואס זענען מחולק מיט דעם געדאקען-גאנג, אדרבה לאמיר עס דעבאטירן, ופרשו את השמלה, קומטס אריין מיט ענקער מיינונג


איך קען נישט די מידיא און איך ווייס נישט וואס זיי זאגן. מיין טענה איז אז אלע מעדעצינישע אוטאריטעט הייסן נעמען דעם וואקסין און דערפאר פארלאנגט די רעגירונג אז ערשטע הילף רעספאנדערס זאלן דאס נעמען, כדי נישט צו לייגן די פאציענטן און א סכנה און אויך נישט צו פארשפרייטן די ווירוס.

הצלה האט באשלאסן נישט צו פאלגן. עס איז אן אנדערע שמועס ווען איינער טוט דאס פאר זיך (כאטש ער לייגט די ארומיגע אין א שטיקל סכנה) אבער ווען הצלה לייט טוען דאס איז אנדערש. מען רופט זיי אין עמערזשענסי מצבים, און עס פארלאנגט זיך פון זיי נישט צו לייגן די פאציענטן אין א סכנה.

מען קען האבן אן עקסטערע שמועס וואס מיר האלטן וועגן דעם וואקסין. הצלה האט אבער קיין רעכט צו באשליסן קעגן די מעדעצינישע אוטאריטעטן ווען עס איז נוגע צו די זיכערהייט פון דעם ציבור וואס פארלאזט זיך אויף זיי.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:11 pm

· #488229
קודם כל, ס'קען אפשר זיין אז 'רוב' דוקטורים הייסן 'יעדעם איינעם' נעמען די וואקסין, אבער ס'דא אסאך דאקטורים וואס הייסן 'נישט' יעדעם צו נעמען, ובפרט געזונטע מענטשן און בפרט דער וואס האט שוין געהאט קאוויד, איך פראזענליך האב אנגעפראגט מיין דאקטור אויב עס איז וויכטיג פאר מיר עס צו נעמען, און ער האט מיר געזאגט אז נישט,
עס איז יא וויכטיג צו אביסל קענען די מידיא, און זען אז ווען זיי שטיפן אן אגענדא, מיז עס נישט אייביג זיין שכל'דיג, אבער האבן יא א משונה'דיגן שטארקע השפעה צו אינטערדריקן און סענסערן יעדער וואס ווייגט זיך ארויסצוזאגן סיי וועלעכע קרום ווארט אקעגן די עומדים בראש, צו זיי רעדן יא צום זאך אדער נישט,
און ווי געשריבן פריער לייגן נישט די אימוואקסענירטע קיינער אין קיין 'סכנה', דאס איז בלויזע שטיתים און פראפעגאנדע, און, ניין!! הצלה מוז נישט נאכטאנצן יעדע משוגעת וואס זיי קומען אויף מיט, און בפרט ווען יעדער חדר אינגל קען זען ווי לעכערליך זייערע 'גיידליינס' זענען,

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:15 pm

· #488231
Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???
קום איך יעצט פון א זיצונג פון הצלה, ווי מ'האט זיך געזעצט דן זיין איבער די הימל-שרייענדע טענות פון ידורש פון קאווע שטיבל.

צום אלעם ערשט האבן זיי קלארגעשטעלט אז די הצלה ארגאניזאציע האט נישט גענומען קיין שטעלונג אנטקעגן דעם וואקסין, און די פעולות פון יא אדער נישט נעמען איז די באשלוס פון די וואלונטירן אליין.

לגופו של ענין פונעם געפערליכן פארברעך, האבן די חברי הצלה מיר פארבעטן אז איך זאל צוריקגיין פרעגן פון ידורש, וואס זיין מיינונג איז בנוגע ווייטערדיגע שריט.

דאס איז אמאל זיכער אז זיי קענען נישט צווינגען קיין וואלונטירן צו נעמען אן איינשפריץ אנטקעגן זייער רצון, איז יעצט פארהאנדן די ברירה צו סוספענדירן א גרויסן טייל וואלונטירן, וואס דאס באדייט אז ווען א איד (אריין גערעכט חלילה איינער וועם ידורש קען, ווי א קרוב אדער גוטע פריינד ר"ל היל"ת) וועט ל"ע כאפן א הארץ אטאקע, און זיי וועלן זיך פארבינדן מיט הצלה, וועלן זיי באקומען דעם ענטפער אז זיי ברויכן ווארטן אמווייניגסטנס א האלבע שעה ביז די געבליבענע וואלונטירן וועלן קענען אנקומען, אדער וועט מען זיי גלייך מודיע זיין אז ס'זענען נישטא יעצט קיינע וואלונטירן און דעריבער זאלן זיי זיך פארבינדן מיט 911 (וואס זיי שיקן נאר אזעלכע וואס זענען געבינדן צו די אלוועלטליכע מעדיצינישע מיינונגען בלא בלא בלא).

נאך א ברירה איז דא, נעמליך מ'קען אפיציעל קלאוזען שאפ, און לאזן וויסן אז הצלה איז א פארגאנגענהייט.

די דריטע ברירה איז אז ידורש (וחביריו, וואס זענען אויך אויפגעשוידערט פון דעם פארברעך) זאלן אויפהערן רופן הצלה, בכדי נישט צו שטעלן זיין לעבן אין געפאר פון די אומוואקסינירטע.

חברי הצלה בעטן בתחנונים אז ידורש זאל ענטפערן וואס פריער, ווייל ס'איז עניני פיקוח נפש, און גאנץ הצלה איז אפגעשטעלט און ווארט בלויז אויף די תשובה פון ידורש.

לייבל שטילער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:43 pm

· #488249
די פותח האשכול ווייסט לכאורה אז אין רעפובליקאנע שטאטן איז כמעט נישטא קיין וואקסין מאנדאטן, סוי די וויירוס פרעגט די מענטש צו ער איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט?
געווענליך דארף מען טאקע נאכגיין די העלט איסטאנצן, דאס מיינט אבער נישט אז ווען עפעס ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיק דארף איך נאך אלץ זיין פארגלייבט אין די אינסטאנצן ווי א חסיד אין זיין רבי.

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 4:25 pm

· #488250
@יהודי פשוט איך בין נישט קיין עקספערט. איך וויל נאר פארשטיין צו הצלה האלט זיך ביי מעדיצינישע פארשריטן.

הצלה דארף ווען זיין מער אפען מיט זייער הנהגה. זענען זייערע מעמבערס וואקסינירט? זיי טעסטן די מעמבערס? וואס זענען זייערע פראטאקאלן.

טויזענטער אידן פארלאזן זיך אויף הצלה און זיי זענען נישט אפען מיטן ציבור.

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 4:41 pm

· #488251
Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???
יָדוֹרָש
איך בין נישט קיין עקספערט.

שכויח פארן מודיע זיין, איך אויך נישט

יָדוֹרָש
איך וויל נאר פארשטיין צו הצלה האלט זיך ביי מעדיצינישע פארשריטן.

יא
יָדוֹרָש

הצלה דארף ווען זיין מער אפען מיט זייער הנהגה. זענען זייערע מעמבערס וואקסינירט? זיי טעסטן די מעמבערס? וואס זענען זייערע פראטאקאלן.

איך האב זיי נישט געפרעגט ווייל ס'אינטערעסירט מיר נישט, אבער פון דיינע ווערטער פארשטיי איך, אז זיי אדער זייערע שטאטישע אויבערהארן פארלאנגען וואקסינאציע ביי זייערע וואלונטירן
יָדוֹרָש

טויזענטער אידן פארלאזן זיך אויף הצלה און זיי זענען נישט אפען מיטן ציבור.

איר (אדער סיי ווער ס'וויל) קענט אריינרופן און זיי פרעגן די אלע פראגראמען בנוגע זייער הנהגה, אויב זיי ענטפערן נישט, אדער אויב זייער ענטפער איז נישט צופרידנשטעלנד פארן רופער, קענט איר ניצן אנדערע פירסט רעספאנדערס.

נ.ב. אויב פלאנט איר סיי ווי צו ניצן הצלה אפגעזעהן וואס זיי ענטפערן יא אדער נישט דאן וואס פעלט אויס צו רופן און פרעגן און מאכן א שטורעם??

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 5:56 pm

· #488256
לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 6:12 pm

· #488257
לייבל שטילער
די פותח האשכול ווייסט לכאורה אז אין רעפובליקאנע שטאטן איז כמעט נישטא קיין וואקסין מאנדאטן, סוי די וויירוס פרעגט די מענטש צו ער איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט?
געווענליך דארף מען טאקע נאכגיין די העלט איסטאנצן, דאס מיינט אבער נישט אז ווען עפעס ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיק דארף איך נאך אלץ זיין פארגלייבט אין די אינסטאנצן ווי א חסיד אין זיין רבי.


איך ווייס נישט ווי פאליטיק קומט דא אריין ַ. אבער אז דערמאנסט פאליטיק איז אונטער צו ווייזן אז אין רויטע קאונטיס שטארבט מען בערך 6 מאל אזויפיל ווי אין בלויע.
📎 20211216_180954.jpg

יָדוֹרָש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 6:13 pm

· #488258
קהל'ס נער
לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?


דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?

טשעסטער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 6:29 pm

· #488259
יָדוֹרָש

חברי הצלה דרייען זיך ארום מיט פאלשע וואקסין קארטלעך.

שקר און גראב ליגנט! אויסגעזויגן פון פינגער ארויס

ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:01 pm

· #488292
יָדוֹרָש
לייבל שטילער
די פותח האשכול ווייסט לכאורה אז אין רעפובליקאנע שטאטן איז כמעט נישטא קיין וואקסין מאנדאטן, סוי די וויירוס פרעגט די מענטש צו ער איז א רעפובליקאנער אדער דעמאקראט?
געווענליך דארף מען טאקע נאכגיין די העלט איסטאנצן, דאס מיינט אבער נישט אז ווען עפעס ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיק דארף איך נאך אלץ זיין פארגלייבט אין די אינסטאנצן ווי א חסיד אין זיין רבי.


איך ווייס נישט ווי פאליטיק קומט דא אריין ַ. אבער אז דערמאנסט פאליטיק איז אונטער צו ווייזן אז אין רויטע קאונטיס שטארבט מען בערך 6 מאל אזויפיל ווי אין בלויע.
📎 20211216_180954.jpg


אינטערסאנט פארוואס דו האסט געברענגט א רעפארט וואס הייבא זיך אן 6/30/2021.... איינער קען געססען פארוואס??

דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס ווען Adjusted פאר Age איז פלארידע (מיט איר "רוצח'ישער" רויטע גאווערנאר) פיל בעסער ווי ניו יארק און ניו דזשערסי מיט זייערע "העלדישע" בלויע גאווערנארס וואס פייניגן און אונטערדריקן זייערע איינוואונער.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:11 pm

· #488294
יָדוֹרָש

הצלה איז נישט קיין מעדעצינישע אוטאריטעט. זיי קענען נישט מאכן קיין מעדעצינישע החלטות אדער זאגן ווער עס איז פארפוילט. וואלט געווען צוויי שיטות אין די מעדעצינישע וועלט, וואלט אפשר הצלה געקענט אננעמען א מהלך. אבער גיין אנטקעגן יעדע מעדעצינישע אוטאריטעט?


2 שיטות אז וואס???
למען השם, וואס פארדרייסטו א קאפ? ווייז מיר וועלכע דאקטוירים האלטן אז די וואקסין האלט אפ פון "איבערגיבן" די וויירוס (ספעציעל עטליכע וואכן נאכן עס נעמען)?

קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:22 am

· #488322
נאכן איבערבליקן די אשכול בין איך שטארק מסופק אויב דער פותח האשכול מאכט זיך אדער ער איז.

פאליטיקאנט » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:13 am

· #488328
Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???
א ריזן טעות וואס אונזער ציבור האט, איז אנקוקן הצלה אדער סיי וואספארא ארגאניזאציע וואס טוט 'עפעס' אין מעדיצינישע געלעגנהייט ווי א מעדיצינישע אויטאריטעט. און מ'מיינט אז מעדיצין איז איין גרויסע נושא.

פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.

הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.
אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד.
פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...

בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.


מעדיקעל עדווייס נעמט מען פון איינער וואס פארשטייט און קען דעם ספעציפישע מעדיצינישע פעלד. אלע אנדערע פארשטייען פונקט ווי דיר.

אונטער חכם » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:05 am

· #488381
Re: קענען מיר געטרויען ארגאניזאציעס מיט אונזער לעבן???
יָדוֹרָש
קהל'ס נער
לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?


דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?
לערך 99% פונעם ציבור וואס הצלה סערווירט האט נישט קיין שום דאגה איבער זייער וואקסינאציע סטאטוס, מען קען זיך טענה'ן צו זיי זענען מחויב צו פרעגן דעם ציבור ווען עס איז דא א ספק, אבער דא איז נישטא קיין שום ספק וואס דער ציבור האלט.

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:41 pm

· #488390
כ'האב געכאפט א שמועס מיט מיין קרוב משפחה א הצלה מאן, און.... וועסט נישט גלייבן וועס דיינע אוירן הערן...
אסאך פון די וואלאנטירן עסען אסאך מער אייער א וואך ווי וואס די CDC רעקעמאנדירט, און נישט נאר דאס, ס'איז אפילו דא פון זיי וואס עסען לכל הדיעות ציפיל קעיק, און עסן נישט געניג פראוטין,
אבער עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם,... אסאך פון די חברה, נעמען נישט די פלו שאט יעדעס יאר, און נעמען אפילו נישט די וואקסינען בוסטערס וואס די CDC רעקאמענדירט פאר ערוואקסענע (האסט שוין אמאל געהערט דערפון?)
און ס'דא פון זיי וואס רייכערן, שמעקן ציפיל טאביק, און קישן די בעק ציצות ביי ברוך שאמר...
איך מיין אז ס'שוין העכסט צייט צו פארמאכן די אזויגעריפענע 'הצלה' ארגעניזאציע וואס לייגט אריין טאג טעגליך די לעבנס פון אחינו בנ''י אין א 'סכנה'...

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:40 pm

· #488401
יָדוֹרָש
קהל'ס נער
לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע וואס ווילן ענדערש ווארטן א האלבע שעה פאר פ.ד.נ.י. ווי צי קימען אין בארירונג מיט א אומוואקסנירטע הצלה מאן.

אפילו לויט די פרא-וואקסיניסטן טיט א וואקסין אויפ נאר און נאר פאר איין זאך.
אז אויב באקימט מען די ווירוס זאל עס נישט זיין עד כדי להמית.
קען מען נאך אלץ באקימען די וויירס? יא.
קען מען נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס? יא.
קען מען נאכאלץ אריינפאלן אין געלעיגער ציליב די וויירוס? יא.


השתא דאתית להכא, אז אפילו א וואקסענירטער מאן קען איבערגעיבן די וויירוס וואס איז א חילוק פאר דיר צי די הצלה מאן איז וואקסענירט?


דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?


ליין איבער מיין תגובה.

נאך האסט עס איבער געליינט וועסטו זעין אז צי א הצלה מאן איז וואקסאנירט איז אפילו לויט די פרא-וואקסאניסטן נישט קיין נ"מ פאר דיך ווייל אפילו ווען ער איז וואקסענירט קען ער נאכאלץ איבערגעיבן די וויירוס.

משל למה הדבר דומה, ס'איז געוועין א קעניג וואס האט געהאט א בן יחיד, און די בן יחיד איז געווארען א הצלה מאן, און ער האט געקויפט א G&G רעקל, און האט ארויס געריסן די G&G לעיבל און געלייגט א GB לעיבל, זאל מען עים יעצט ארויס ווארפן פון הצלה ווייל ער האט איינגענארט די גאנצע וועלט אז ער האט א GB רעקל?

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 2:15 am

· #488489
יָדוֹרָש
דערפאר איז מיר געווען ווי א דונער אינעם העלן טאג ווען ביי א שמחה האב איך אינטערגעהערט א קרוב דערציילן אז איינע פון די הצלה מאכערס זענען אריין צו א לאקאלע העלט צענטער און געמאכט פאלשע וואקסין קארטלעך פאר די חברי הצלה. מיינע אויגן האבן זיך ברייט צועפענט....

לויט ווי איך פארשטיי, הייבט זיך די גאנצע פראבלעם אן ווייל דו האסט שלא כהלכה מקבל געווען לשון הרע וואס דו האסט זיך "אונטערגעהערט" פון א קרוב. נעקסט טיים זיי נישט מקבל לשון הרע, וועסטו מער נישט דארפן אויפמאכן אזעלכע גג-על-גג אשכולות.

נחמד » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 4:20 am

· #488494
פאליטיקאנט

הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.

פאראמעדיק נעמט צוויי יאר.

moneyminded » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:29 am

· #488499
יָדוֹרָש
מיין טענה איז וויאזוי קען מען געטרויען איינעם מיט מעדעצינישע הילף ווען זיי זאגן ליגענט לגבי מעדיצינישע נושאים.
די ריכטיגע דוגמא וועט זיין א מחנך וואס זאגט ליגענט אין עניני חינוך. לדוגמא, איינער וואס שטעלט זיך אהער אלץ אן ערליכער אבער ער איז מחנך שלא כפי רוח התורה.

נא געטרוי זיי נישט ,איינער האט געבעטן זאלסט זיי געטרויען? וואס פונקטליך ווילסטו?

moneyminded » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:32 am

· #488500
יָדוֹרָש
דאס אז דאס מאל איז זייער החלטה לויט דיין געשמאק, מיינט נישט אז קומענדיגע מאל וועט אויך אזוי זיין. זאלן זיי זיין די וואס מאכן די החלטות?

ווי זעסטו אז חברי הצלה האבן געמאכט החלטות?
די לעדערהעד פון הצלה האט עדווערטייזט צענדליגע מאל אז מען זאל נעמען די וואקסין, יעדע מענטש פאר זיך קען דעסיידן וואס צו טון מיט זיין אייגענע גוף.

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 7:46 am

· #488507
הצלה מעמבער'ס טשיטען אויף דער טעסט לכתחילה, זיי ווייסן ווייניגער פין דו. ווער עס טראסט זיי איז עס סתם מחוסר ידיעה.
קענסט א הצלה מעמבערַ וואס איז געוועהן מיט דיר אין חדר? ער האט געקענט א פסוק חומש?
מען רעדט כאילו זיי זענען אונזערע דאקטוירים.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:33 pm

· #488605
היסטאריע
קענסט א הצלה מעמבערַ וואס איז געוועהן מיט דיר אין חדר? ער האט געקענט א פסוק חומש?
מען רעדט כאילו זיי זענען אונזערע דאקטוירים.

האלא האלא, וואס איז דאס געשפעטעכץ פון אונזערע העלדישע הצלה יונגעלייט? און נניח אויב ס'איז ריכטיג, האט דען דער גרויסער סורזשענט אין קורנעל יא געקענט א פסוק חומש?

וויצן אין דער זייט, יעדער קען עטליכע הצלה יונגעלייט וואס זענען שיינע תלמידי חכמים און לערנען פלייסיג. פליז לייג נישט קיין נאסע ליילעכער ווי מען דארף נישט.

פאליטיקאנט » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:43 pm

· #488606
גארנישט נאסע ליילעכער.
די חומש איז בלויז א משל, אבער יא, הצלה נעמט אריין נאר מיט פראטעקציע און "זיראו" סקילל אסעסמענט, איך ווייס פון עטליכע מעמבערס וואס האבן געהעריג געטשיט אויפן טעסט, און האבן ממש נישט געוויסט די חומר, נאר זיך צוגעלערנט אויפן דשאב. "יעדער האט דאס געוויסט, אריינגערעכנט די הצלה קאארדינאטארס", דאך זענען זיי געווארן אנגענומען אין הצלה.

אמת זיי זענען העלדישע אינגעלייט, און געבן אוועק צייט, אבער ס'איז נישט אז קיינער האלט נישט דערביי און זיי רייסן זיך איבער..... זיי אלע ווילן עס לכתחילה. און טאקע פאר 'אומנויטיגע' קאללס אין ווייטערע פלעצער זענען נישטא צופיל וואלונטירן גרייט.

הצלה איז די וויכטיגסטע פון אלע ארגאניזאציעס און טוט למעשה אויף גדולות ונצורות, אבער דאס מיינט נישט אז אלס איז גאלד דארט, די מצב דארף א שטארקע תיקון און פארערגערט זיך נאר פון יאר צו יאר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:48 pm

· #489044
פאליטיקאנט
א ריזן טעות וואס אונזער ציבור האט, איז אנקוקן הצלה אדער סיי וואספארא ארגאניזאציע וואס טוט 'עפעס' אין מעדיצינישע געלעגנהייט ווי א מעדיצינישע אויטאריטעט. און מ'מיינט אז מעדיצין איז איין גרויסע נושא.

פונקט ווי אין די קאנסטראקשן אינדוסטריע פארשטייט מען אז א גאר גוטע עלעקטרישען מיינט נישט קיין עקספערט אין זאונינג רעגולאציעס, און אין געזעץ, א קרימינאלע לאויער מיינט נישט זיין באהאוונט אין אימיגראציע, די זעלבע מיט יעדע אנדערע חכמה ובפרט מעדיצין.

הצלה איז סך הכל א גרופע פון EMTs (און פאראמעדיקס) דהיינו ערשטע הילף און עמערדשענסי קעיר "ביז'ן שפיטאל". א פראפעסיע וואס נעמט בערך צוויי חדשים זיך צו לערנען.
אוואדי זענען זיי געטריי און פלינק און אפדעיטעד מיט די מערסט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און טאקע דערפאר פון די בעסטע אמבולאנס סערוויסעס איבער'ן לאנד. אבער דאס האט "גארנישט" מיט ערנסטע מעדיצינישע איינגעלעגנהייטן אפגערעדט עפעס ווי א וויירוס וואס אפי' רוב דאקטוירים פארשטייען נישט צו דעם פעלד.
פונקט ווי דו גייסט זיך נישט באראטן מיט דיין שכן הצלה מעמבער אויב ח"ו איינער זאל נעמען קימאו טעראפיע, אדער אן אפעראציע...

בוני עולם איז ריזיג גרויס אין גענעטישע איינגעלעגנהייטן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען אן אויטאריטעט אויף צו באהאנדלן סיזשערס און אסטמא.


מעדיקעל עדווייס נעמט מען פון איינער וואס פארשטייט און קען דעם ספעציפישע מעדיצינישע פעלד. אלע אנדערע פארשטייען פונקט ווי דיר.

פאליטיקאנט: איך בין א ביסל מחולק מיט דיר. דער משל וואס דו ברענגט איבער לאיערס איז א גוטער. אבער ס'איז דאך נישט אינגאנצן גלייך צו דעם מצב מיט הצלה. ווייל הצלה, זייענדיג אין דעם פעלד פון מעדיצין (אין סיי וועלכע פארם) באקומען שטענדיג אפדעיטס, פון עקספערטן איבער די שטארקייט פון עפידעמיעס און די פארשריט וואס די מעדיצינישע וועלט מאכט אין וואקסינען. ממילא זענען זיי אין א בעסערע פאזיציע צו וויסן די לעצטע נייעס איבער א יעדע געלעגנהייט וואס האט צו טון מיט מעדיצין...!

מאן » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:43 pm

· #489322
שווער.