☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » פארגעשריטענע זוך

פארגעשריטענע זוך

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1499

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 9:11 pm

· #12024
פארגעשריטענע זוך
איז דא א מעגליכקייט צו זוכן וויפיל הודעות א ספעציפישע ניק האט שוין געשריבן אין א געוויסע אשכול?

יידל » מאנטאג מאי 14, 2012 9:20 pm

· #12027
שמואל הלוי
איז דא א מעגליכקייט צו זוכן וויפיל הודעות א ספעציפישע ניק האט שוין געשריבן אין א געוויסע אשכול?

אין פארגעשריטענע זוך קענסטו זוכן לויט ניק און פארום.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 9:21 pm

· #12029
דאס ווייס איך, איך רעד אבער פון א ספעציפישע אשכול (נישט פארום).

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 8:18 pm

· #12766
נו עמעצער ווייסט?

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 8:24 pm

· #12772
שמואל הלוי
נו עמעצער ווייסט?

ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט און מען וואלט נישט אויסגעמעקט די נושא קעפלעך פון א יעדע תגובה וואלטסטו געקענט זוכן אזוי: <!-- l --><a class="postlink-local" href="http://kaveshtiebel.com/search.php?st=0&sk=t&sd=d&sr=posts&keywords=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%92%D7%A8%D7%A2%D7%A1+%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%99%D7%9B%D7%98&author=%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C+%D7%94%D7%9C%D7%95%D7%99&start=25">search.php?st=0&sk=t&sd=d&sr=posts&keywords=%D7%A4%D7%A8%D7%90%D7%92%D7%A8%D7%A2%D7%A1+%D7%91%D7%90%D7%A8%D7%99%D7%9B%D7%98&author=%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C+%D7%94%D7%9C%D7%95%D7%99&start=25</a><!-- l --> (א זוך פאר די נאמען פון די אשכול, און הודעות נאר פון דעם באניצער. היינט אבער ארבעט שוין נישט דער מעטאד.

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 8:42 pm

· #12779
אקעי ר' שמואל. לכבודך האב איך עס אויסגעפיגערט. ס'איז אביסל קאמפליצירט און איך בין זיכער אז עס איז דא א גרינגערע וועג, אבער לעת עתה קענסטו נוצן דאס. פאר א ביישפיל גיימיר נעמען שמואל הלוי אלס באניצער און די אינטערנעט אסיפה אשכול אלס דוגמא. די ערשטע זאך וואס דו דארפסט טון איז געוואויר ווערן דיין יוזער איידי נומער. וויאזוי טוסטו דאס? סימפל. קליק אויף דיין נאמען און קוק אין די יו-אר-על:
http://kaveshtiebel.com/memberlist.php?mode=viewprofile&u=141

דו ביזט יוזער איידי נומער 141.
דערנאך ווער געוואויר די נומער פון די אשכול. וויאזוי טוסטו דאס? זייער סימפל. דו קליקסט אויפן קעפל פונעם אשכול. טעכנעלאגיע אסיפה'ס קעפל איז:
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=162

די נומער פון די אשכול איז f=4&t=162.
יעצט, לייג אריין די פאלגענדע יו-אר-על אין דיין בראוזער:
http://kaveshtiebel.com/search.php?author_id=##&sr=posts&f=##&t=###

אויפן פלאץ פון די העש (#) סימבאלען לייג אריין די אויבן דערמאנטע אינפארמאציע. דהיינו ביי:
author_id=

לייג אריין
author_id=141

ווייל דו ביזט דאך 141 ווי דערמאנט אויבן, און ביי:
f=##&t=###

לייג אריין:
f=4&t=162

בקיצור איז די יו-אר-על ווי פאלגנד:
http://kaveshtiebel.com/search.php?author_id=141&sr=posts&f=4&t=162

איך האב נישט קיין השגה וואס f און t מיינען און פארוואס דאס ארבעט, אבער... ס'ארבעט!

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 8:47 pm

· #12781
געוואלדיג שבגעוואלדיג!!! א גאויניש קעפעלע קעניינע הארע.

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 8:48 pm

· #12782
שמואל הלוי
געוואלדיג שבגעוואלדיג!!! א גאויניש קעפעלע קעניינע הארע.

אשפג. יעצט אז איך מעג פרעגן - וואס האסטו אזוי געוואלט זוכן?...

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 8:51 pm

· #12784
אגב, כ'האב יעצט געכאפט אז f שטייט פאר forum און t שטייט פאר topic. און אנדערע ווערטער =f מיינט צו זאגן "מיר רעדן דא פון פארום נומער פלוני" און =t מיינט טאפיק (אשכול בלע"ז) נומער פלוני. כנלע"ד.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 8:52 pm

· #12787
יידל
שמואל הלוי
געוואלדיג שבגעוואלדיג!!! א גאויניש קעפעלע קעניינע הארע.

אשפג. יעצט אז איך מעג פרעגן - וואס האסטו אזוי געוואלט זוכן?...

די גאנצע אנשטרעגונג דיינע איז נאר געווען געוואויר צו ווערן וואס איך האב געוואלט זוכן??? אשפג 😂

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 8:52 pm

· #12788
יידל
אגב, כ'האב יעצט געכאפט אז f שטייט פאר forum און t שטייט פאר topic. און אנדערע ווערטער =f מיינט צו זאגן "מיר רעדן דא פון פארום נומער פלוני" און =t מיינט טאפיק (אשכול בלע"ז) נומער פלוני. כנלע"ד.

ודו"ק כי נכון הוא.

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 8:58 pm

· #12791
שמואל הלוי
יידל
שמואל הלוי
געוואלדיג שבגעוואלדיג!!! א גאויניש קעפעלע קעניינע הארע.

אשפג. יעצט אז איך מעג פרעגן - וואס האסטו אזוי געוואלט זוכן?...

די גאנצע אנשטרעגונג דיינע איז נאר געווען געוואויר צו ווערן וואס איך האב געוואלט זוכן??? אשפג 😂

וואס - ס'א סוד?

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 9:01 pm

· #12794
איך האב געוואלט וויסן סתם פאר אינטערסאנטקייט וויפיל תגובות איך האב שוין געשריבן אין א געוויסע אשכול.

יידל » דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:09 am

· #12828
שמואל הלוי
איך האב געוואלט וויסן סתם פאר אינטערסאנטקייט וויפיל תגובות איך האב שוין געשריבן אין א געוויסע אשכול.

נו וויפיל?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:20 am

· #12854
[ציטאט אראפגענומען]

דאס קען ער דאך זען אויף זיין פרופיל פעידש.

מערסטע אקטיוו אין די אשכול:די "נאר 5 ווערטער" אשכול
(549 הודעות / 28.55% פון אלע הודעות פון דעם באניצער)

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:45 am

· #12873
יידל
שמואל הלוי
איך האב געוואלט וויסן סתם פאר אינטערסאנטקייט וויפיל תגובות איך האב שוין געשריבן אין א געוויסע אשכול.

נו וויפיל?

8

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:44 pm

· #35409
צו זוכן וויפיל הודעות מ'האט שוין געשריבן אין א ספעציפישע פארום איז זייער גרינג
מ'גייט צו פארגעשריטענע זוכעניש, און מ'לייגט אריין די באניצער נאמען, דערנאך וועלט מען אויס וועלכע פארום מ'וויל זוכן, און מ'דרוקט "זוך" אדער "ענטער".