☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול

גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14984

כלבאשבוע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:35 pm

· #487890
גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול
יעצט אווענט איז פארגעקומען א מאסיווע הפגנה אין פארנט פון ר' שלמה אלבוים'ס הויז אין בני ברק, די גאסן אין בני ברק זענען פאראלאזירט געווארן און די דרשנים אויף די הויכהילכער האבן מיט טרערן באוויינט די "רמיסת כבוד התורה", די גערער שאצן אז ס'האבן זיך באטייליגט אין די הפגנה 20,000 מענטשן.

על מה יצא הקצף?

שלמה אלבוים איז דער עורך דין מטעם הוועד מאנשי ר' שאול וועלכער גיבט זיך אפ צו פארטיידיגן ר' שאול'ס חסידים וואס ווערן נאכאנאנד גע'רודפ'ט דורך גור, ער האט לעצטענס אריינגעגעבן א תביעה אין בית משפט קעגן א גאנצע רשימה פון מענטשן וואס שטייען אין שפיץ פון די רדיפות, ובתוכם א זון פון גורער רבי אליין!

אין גור האט מען דאס שנעל פארוואנדעלט אין א זעראו-סאם געים פון הליכה בערכאות און א געראנגל קעגן חינוך הטהור, הישמע כזאת? אז מ'זאל נעמען האקעלע אינערליכע חינוך ענינים און דאס איבערגעבן פאר אפיקורסישע שופטים אז זיי זאלן מחליט זיין איזהו דרך הישר?

כלל ישראל איז שוין מלומד בניסים ווען סקומט צו היימישע רעזשימען וועלכע טרעפן זיך אין א מצב אז זייער מאכט און נכסים זענען אין א סכנה און פרובירן אלע ערליי מיטלען דאס צו פארמיידן, אין נאמען פון תורה"ק, שטייצעך.

אנגעהויבן פון אזעלכע סארט טענות כגון אז האדמו"ר הקדוש איז דער אויסשליסליכער אויטאריטעט, און אז בלויז די אייגענע פעיראל דיינים מעגן דן זיין בנידון (אדער דרויסענדיגע דיינים וואס זענען דירעקט אדער אומדירעקט כפוף לרוח פונעם רעזשים) וכו' וכו', באגלייט מיט אזעלכע באקאנטע סלאגאנען ווי "אל תגעו במשיחי!"

די שארפע פוילישע גערער זענען דא א היפש ביסל אינטערשטעליג, זיי קומען ערשט יעצט אן צו זאכן וואס אין סאטמאר און אנדערע פלעצער האט מען שוין עקספערימענטעט און מעלה גרה געווען מער ווי 25 יאר צוריק, אבער מיטן ארויסברענגנן צענדליגער טויזענטער מענטשן אין די גאסן פרובירט גער צו לייגן אסאך לחץ אויף אנשי ר' שאול אז זיי זאלן דאס נישט נעמען עד הסוף, דאס וועט לכאורה ווייניג צוגעבן צו זייער סוקסעס אין בית משפט (ס'קען אפילו זיין אז ס'ווייזט אז זיי זענען שוין מיואש און ווייסן אז זיי שטייען דארט מער אויס צו פארלירן).

פאר א דרויסענדיגער איז סאך גרינגער דורכצוזען די אחיזת עינים פונעם גאנצן געים און טאקע פארן עווריטש בני ברק'ער איינוואינער פארדריסט בעיקר אז גער האט אים היינט אריינגעלייגט אין שווערע טרעפיק צוליב פאליטישע מלחמות, אבער זעט אויס אז אין גער פילט מען אזוי באדראעט פון ר' שאול און זיין הצלחה אז זיי מוזן דאס טון ווייל ס'איז ממש כלו כל הקיצין.

גערער רביס קינדער ביי א אינערליכע מיטינג אין פארברייטונג צום דיון אין בית משפט און די געפלאנטע הפגנה
📎 IMG_7721.JPG

ר' שלמה אלבוים אויפן וועג צום בית משפט
📎 IMG_7723.JPG

אין בית משפט
📎 IMG_7719.JPG

די גאסן אין בני ברק היינט
📎 IMG_7720.JPG
📎 IMG_7717.JPG

א אינטערוויא מיטן גערער יוסל וואלדמאן, דער העלד ר' שלמה אלבוים
<a class="postlink" href="https://omny.fm/shows/kan-moreshet/d6afb5c0-d6bf-4e7d-867f-adfc00d49942">https://omny.fm/shows/kan-moreshet/d6af ... fc00d49942</a>

גער אליינס מעג גיין אין ערכאות ווען ס'פעלט זיי אויס
<a class="postlink" href="https://twitter.com/eliadler8295/status/1469730470816583684?s=12">https://twitter.com/eliadler8295/status ... 83684?s=12</a>

אביסל קאווערידזש פון די היימישע ישראלישע סייטס:

הגאון רבי אריה זילברשטיין, רב חסידי גור בבני ברק פרץ בבכי: "משפילים את הצדיקים, משפילים את התורה הקדושה"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1312714">https://www.bhol.co.il/news/1312714</a>

“להפסיק את הטרור”: בן הרבי מגור ועסקנים על ספסל הנאשמים
<a class="postlink" href="https://ch10.co.il/news/708179/#.YbZMjS1h1pQ">https://ch10.co.il/news/708179/#.YbZMjS1h1pQ</a>

חמלה גדולה » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 2:59 pm

· #487894
כלבאשבוע

אין בית משפט
📎 IMG_7719.JPG

tuvia tenenbom

נפה » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 7:21 pm

· #487906
דו שרייבסט גוט ״לויט גור איז געווען דארט 20,000 מענטשען ״

קויפער » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 7:31 pm

· #487907
חמלה גדולה
כלבאשבוע

אין בית משפט
📎 IMG_7719.JPG

tuvia tenenbom

ער מאכט research פאר זיין נייע בוך אויף חרדים.

היסטאריע » זונטאג דעצעמבער 12, 2021 7:32 pm

· #487908
די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין

אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:39 am

· #487953
דאס מאכט זיי נאך נישט פאר קיין קולט. קומסט אריין צו יענעם, עס איז דא א תקנה קיין סמארטפאונס, וואס ביסטו א אויבער חוכעם?

דארפסט וויכטיג מאכן א בילד, ברענג א קעמערע.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:07 pm

· #487989
ס'נישט די עולה, ס'די רעספאנס וואס איז נישט נארמאל.

אוהב ספרים » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:45 pm

· #487993
בעצם איז נישט געווען קיין שום רעספאנס, ער האט ס"ה ג'דמיונ'ט אז עס קומט א רעספאנס

מורינו ורבנו » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 8:12 pm

· #488003
ווער עס וויל מיר העלפן מיט א פערזענליכע רעקארדירונג, א שמועס וואס איך האב געהאט מיט הגאון ר' שאול שליט"א איבער די סאמעטוכע, זאל זיך ביטע ווענדן צו מיר אין אישי.

אישתשבי: איך האב אייך געשיקט אן אישי א וויילע צוריק, אבער קוקט אויס אז איר ליינט נישט אייערע אישי'ס.

ארי נוהם » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:01 pm

· #488008
.

יואליש » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:40 am

· #488037
היסטאריע
די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין

סאטמאר אין ק"י האט געהאט אפגעהאלטן אן ענליכע פראטעסט קעגן איימיצער וואס האט געקלאגט דעם דאנמאלסדיגער ארטיגער רב צוליב דאס וואס די מוסדות האט ארויסגעווארפן זיין זוהן אימיטן זמן. שבת פאר קריאת התורה האבן די מתפללים אינעם ווייסן צענטראלע שול זיך א לאז געטוהן אויפן גארפילד שטראסע און פראטעסטירט דעם קלעגער וועלכער האט געוואוינט אויף די אנדערע זייט גאס.

יעדע חסידות סעקטע גייט דורך די פראצעדור. ס'איז א רייט אוו פעסעדזש.

ים רויבער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 12:15 pm

· #488043
דא קלאגט יענע גור'ע נישט פארן ווערן געווארפן, ער קלאגט דא אויף די רדיפות וואס ער גייט אדורך נאכן ארויסגיין/געווארפן ווערן פון גור.

מיליאנער » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 9:08 pm

· #488091
יואליש
היסטאריע
די גערער זענען עכטע קעלבלעך. סאטמאר וואלט נישט געהאט קיין מנין אויף א פראטעסט. פארדעם אליין דארף מען זיי מבטל זיין

סאטמאר אין ק"י האט געהאט אפגעהאלטן אן ענליכע פראטעסט קעגן איימיצער וואס האט געקלאגט דעם דאנמאלסדיגער ארטיגער רב צוליב דאס וואס די מוסדות האט ארויסגעווארפן זיין זוהן אימיטן זמן. שבת פאר קריאת התורה האבן די מתפללים אינעם ווייסן צענטראלע שול זיך א לאז געטוהן אויפן גארפילד שטראסע און פראטעסטירט דעם קלעגער וועלכער האט געוואוינט אויף די אנדערע זייט גאס.

יעדע חסידות סעקטע גייט דורך די פראצעדור. ס'איז א רייט אוו פעסעדזש.

סאטמאר אין וויליאמסבורג האט אויך אפגעהאלטן א ענליכע פראטעסט עטליכע יאר צוריק אויף היוז סטריט קעגן סאטמאר רבי מהר''א.

ברם זכור לטוב ישיבה הקדושה קווינס דסאטמאר פארן צושטעלן די טראנספארטאציע צום דעמאנסטראציע, ישלם השם פעלם.

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 12:03 pm

· #488120
מיליאנער

חסידי מהרז"ל האבן פראטעסטירט נישט נאר אין ווילימסבורג כהנ"ל נאר אויך אין קרית יואל
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=gXqjt9N0Cfc">https://www.youtube.com/watch?v=gXqjt9N0Cfc</a>

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 3:52 pm

· #488132
די גורער פראטעסט איז אויך געווען אזוי שמוציג ווי מהרז''לס פראטעסט, אדער האט עס געהאט מער א ערנסטערע צורה?

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 9:01 pm

· #488146
ווי איך פארשטיי איז דא א יסודותדיגע חילוק ציווישן די פראטעסט און די פראטעסט קעגן מהר"א, די פראטעסטן קעגן מהר"א איז געווען לטענתם אז מהר"א זאל זיי אויפהערן רודפ'ן לאזן צורוה, משא"כ דא ביי די פראטעסט פון גור קומען די רודפים און מאכן א פראטעסט קעגן די נרדפים פארן פרובירן זיך צו דעפענדן אין קאורט, און זיי שרייען אז אויב מ'הערט אויף די רדיפות לאזן זיי זיך אפ פון די גאנצע מעשה.

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:03 pm

· #488152
תרמב
ווי איך פארשטיי איז דא א יסודותדיגע חילוק ציווישן די פראטעסט און די פראטעסט קעגן מהר"א, די פראטעסטן קעגן מהר"א איז געווען לטענתם אז מהר"א זאל זיי אויפהערן רודפ'ן לאזן צורוה, משא"כ דא ביי די פראטעסט פון גור קומען די רודפים און מאכן א פראטעסט קעגן די נרדפים פארן פרובירן זיך צו דעפענדן אין קאורט, און זיי שרייען אז אויב מ'הערט אויף די רדיפות לאזן זיי זיך אפ פון די גאנצע מעשה.

פיין, אבער איז די גורער פראטעסט אויף געווען בלויז ווילדע נידריגע געשרייען אזויווי די פראטעסט פארופן דורך האדמו''ר מהרז''ל קעגן מהר''א, אדער האט עס געטראגן מער א ערנסטערע צורה, מיט דרשות וכדו'?

נפה » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:07 pm

· #488153
דער גאנצער פראטעסט האט גענומען א האלבע שעה און עס איז געווען דרשות פון גור׳ע רבנים אז מען איז קעגן דער צדיק וכו׳

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 5:43 pm

· #488905
שלמה אלבוים און זיין זון זענען ערשט וואס אטאקירט געווארן דורך גערער דזשיהאדיסטן אין זיין הויז אין בני ברק, לויט איין ווערסיע האט מען אים אפגעשניטן אדער פרובירט אפצושניידן די פיאות

מהאט זיי אריינגעפירט אין שפיטאל
📎 IMG_B121BB9C0FE6-1.jpeg

מאן » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:39 pm

· #489042
וואס די פאסירונג איז דא? - איינער קען קומען דערציילן?

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 3:51 pm

· #500526
ווי זענען דער רבנים, אדמו"רים, ראשי הישיבות, און מנהיגי העדה?

א העציגע ריקארדינג אז הותרה הרצוה מטעם דער וועדה פון גור!

און אלס רעזאלטאט מעשה אלימות פון היינט פרייטאג ביז דער שפעטער שעות פון ליל שבת, עד כדי כך אז דער פרייע מידיע מעלד וועגען דעם אויף שבת קודש רח"ל!

הויפט פאליציי אין ירושלים האבען אפעציעל באזוכט ביי הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א צוזאגענדיג אז זיי גייען טון אלע שריט מעגליך עס צורוק צוהאלטען!

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 3:57 pm

· #500527
דא איז באשריבען דער רעקארדינג פון דער וועדה פון גער
📎 משה מנדלזון קורא להגביר את המלחמות בגור.jpg

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 4:01 pm

· #500528
דער עיקר
📎 משה מנדלזון קורא להגביר את המלחמות בגור.jpg

בורו פארק » פרייטאג מאי 20, 2022 4:12 pm

· #500529
דער הויפט פון דער פאליציי ביי א באזוך ביי ראש ישיבת גור הגר"ש אלתר שליט"א
📎 מפקד המשטרה עם הגרש אלתר.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 20, 2022 6:12 pm

· #500537
הקיצור: דער הייליגער רבי שליט"א האט גאנץ שטארק מורא אז ער וועט נאך ווערן אויס קאפעליטש מאכער. אדער אויס ספאדיק מאכער. ער האט מורא (ער האט פארוואס מורא צו האבן.) אז ס'וועט נאך (ח"ו הס מלהזכיר. ניטאמאל אין זייינע ווילדסטע חלומות, היל"ת) מקויים ווערן דער פסוק..."ובאו כולם ואמרו אז ר' שאול איז דער (עכטער) גערער רבי. ווייל ווען ס'קומט צו א פארמעסט סיי אין לערנען. סיי אין האלטן דעם עולם געשפאנט ביי א דרשה פאקט ר' שאול איין דעם רבי אין די לינקע קעשענע.!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 22, 2022 3:14 am

· #500577
בורו פארק
דער הויפט פון דער פאליציי ביי א באזוך ביי ראש ישיבת גור הגר"ש אלתר שליט"א
נתפעל צו ווערן.
ווי א ריכטיגע פירער באהאלט ער זיך נישט אינטער גבאים, עסקנים, שתדלנים, נאר ער אליין זעצט זיך אראפ מיט די פאליס זעהן וואס מ'דארף טון.

תרמב » זונטאג מאי 22, 2022 1:21 pm

· #500615
איך בין געשטאנען ביי א קופקע ווי מ'האט דיסקאסירט די גורע סיטואציע, אינמיטן איז א גור'ער אנגעקומען זאגנדיג עטס קענטס ווייטער רעדן איך בין נישט פון יענע גור, פון ר' שאול בין איך אויך נישט אבער די גור זיכער נישט, א צווייטער האט פארציילט אז א גורער האט אים געזאגט אז ער זוכט צו בארגן א סאטמארע קאפעליטש פאר יעצט ווייל ער שעמט זיך יעצט אויסצוקוקן ווי א גורער....

אבער דער אינגערמאן האט פארציילט אז ער האט גערעדט צו קרובים אין ארץ ישראל, א חלק שעמען זיך מיט די אלימות, אבער א גרויס חלק ציבור האלט אז מ'איז מצער דעם רעבין קומט זיך קלעפ, ווי אויך האט ער געזאגט אז דער מענדלזאהן איז בכלל נישט אזא איש מכובד מ'נוצט אים נאר פאר די זאכן ווייל ער האט א גוט קלונגעדיגע נאמען, קוממיות'ע רב.

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 22, 2022 11:56 pm

· #500674
Re: גור ברענגט ארויס טויזענטער אין הפגנה קעגן אנשי ר' שאול
תרמב
דער מענדלזאהן איז בכלל נישט אזא איש מכובד מ'נוצט אים נאר פאר די זאכן ווייל ער האט א גוט קלונגעדיגע נאמען, קוממיות'ע רב.
משה מענדלסאן איז גארנישט אזא שיין קלינגעדיגע נאמען ביי חרדים.