☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ווער איז מאנסור אבאס?...!

ווער איז מאנסור אבאס?...!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14977

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 7:49 pm

· #487754
ווער איז מאנסור אבאס?...!
מאנסור אבאס איז אן איזראעלי- געבוירענער פאלעסטינער אראבער. ער איז דער הויפט פון רע"מ (רשימה ערבית מאוחדת). ער איז אויך דער ..."לשון המאזניים"...דער צינגל פון וואגשאל, ווי די רעליגיעזע ציונים האבן זיך ליעב געהאט צו רופן בימי מנחם בגין. פאר א פרייז פון 4 מיליארד (ביליאן) שקל וואס ער באקומט שכר פאר זיין אין די קאאליציע פון נפתלי בנט. אויך איז ער (א סאך מאל) דער יושב ראש פון כנסת.

ער זעהט אויס צו זיין א געשליפענער פאליטישן. שלא כמו דער חמור בצורת אדם דר. אחמאד טיבי. וועלכער האט אפן ארויסגעוויזן זיין שנאה צו די מדינה הציונית. ער (אבאס) קען עס גוט באהאלטן. אפילו ווען די חברי הכנסת פון ליכוד ווען זיי וויללן רעדן. און זיי זאגן איהם אריין אין זיין באבנ'ס באבע. דאך לאזט ער זיי רעדן. און ער שמייכלט זיך אונטער. זיכער פאר דעם געלט (און כבוד) וואלט איך אויך געשמייכלט. איינער פון די חברי הנסת. א ספרד'ישער איד א תלמיד חכם האט צוערשט גוט באוואשן איהם און זיין קאאליציע. ער האט אפילו געזאגט א דבר תורה אויף די פרשה. ווען ער האט געפרעגט רשות פון דעם יו"ר אויב ער מעג נאך ווייטער רעדן. האט ער איהם געגעבן מער צייט. מיט א שמייכל...!

איך קלער. בדרך אפשר. אם כבר בציונות עסקינן. אז אפשר איז די קאאליציע נישט אזא שלעכטע זאך. ווייל די אראבערס שפייען מיט א סאך ווייניגער שנאה. לכה"פ אין אנהייב. ווילאנג די באנקנאטן זענען נאך פריש. און לגבי די ערליכע מוסדות און ישיבות וואס דער רשע ליבערמאן, ימ"ש האט פון זיי אוועקגענימען די פאנדינג. וועללן זיי אפשר קענען מקיים זיין וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט אייביג געזאגט אז מ'זאלל נישט נעמען קיין געלט פון זיי. וועללן זיי יעצט מוזן איינשפאנען זייער שנאר מאשין. און ארויספארן אין די וועלט אריין קיין אמעריקע און ענגלאנד...!

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 8:48 pm

· #487759
- *מנסור עבאס

- ער האט באקומען *53 ביליאן שקל

- חמור בצורת *בהמה דר. אחמאד טיבי

- דערווייל האט נאך ליבערמאן ב"ה גארנישט צוגענומען פון די מוסדות.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:07 pm

· #487761
לאנגע הויזן: גערעכט. ער האט יא וועקגענימען (אנגעהויבן) די סובסידיעס וואס די רעגירונג האט געצאלט פאר דעי קעיר. אז די מאמעס זאללן קענען גיין ארבעטן. און דער מאן זאלל קענען לערנען אין כולל.ווען מ'צאלט מארקעט פרייז פאר דעי קעיר איז עס זייער טייער. און ס'לוינט זיך נישט פאר די פרוי צו גיין ארבעטן.

אבער ער איז א רשע נישט וועגן די געלטער. נאר ווייל ער ווילל (ח"ו) אויסרייסן די גאנצע תורה. ער זאגט אז ס'קען זיין א אידישע מדינה אן תורה. עפרא לפומיה, שם רשעים ירקב. ומח שמו. (אויב ער וועט נישט תשובה טון)...!

תוהו ובוהו » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:10 pm

· #487762
לאנגע הויזן
ער האט באקומען *53 ביליאן שקל

ער האט באקומען ארום 35 ביליאן שקל
ליכוד מיט רע"ם פרובירן ביידע אויפצובלאזן די נומערן, יעדער פאר זיינע אינטרעסן.
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/100Tzad/videos/%D7%9C%D7%90-%D7%9E%D7%A0%D7%A1%D7%95%D7%A8-%D7%A2%D7%91%D7%90%D7%A1-%D7%9C%D7%90-%D7%99%D7%A7%D7%91%D7%9C-53-%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%90%D7%A8%D7%93-%D7%A9%D7%A7%D7%9C%D7%99%D7%9D-%D7%95%D7%91%D7%98%D7%97-%D7%9C%D7%90-%D7%94%D7%A9%D7%A0%D7%94/377558797083403/">https://www.facebook.com/100Tzad/videos ... 797083403/</a>

לאנגע הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:19 pm

· #487763
berlbalaguleh
לאנגע הויזן: גערעכט. ער האט יא וועקגענימען (אנגעהויבן) די סובסידיעס וואס די רעגירונג האט געצאלט פאר דעי קעיר. אז די מאמעס זאללן קענען גיין ארבעטן. און דער מאן זאלל קענען לערנען אין כולל.ווען מ'צאלט מארקעט פרייז פאר דעי קעיר איז עס זייער טייער. און ס'לוינט זיך נישט פאר די פרוי צו גיין ארבעטן.

אבער ער איז א רשע נישט וועגן די געלטער. נאר ווייל ער ווילל (ח"ו) אויסרייסן די גאנצע תורה. ער זאגט אז ס'קען זיין א אידישע מדינה אן תורה. עפרא לפומיה, שם רשעים ירקב. ומח שמו. (אויב ער וועט נישט תשובה טון)...!

זיכער איז ער א רשע פאר אלע זיינע גזירות וואס צילט אויסדריקלעך די היימישע אידן.

אבער דאס וואס די זאגסט וועגן סאטמאר האט (דערווייל..) נישט קיין הענט און פיס ווייל אין די תקציב האבן די ישיבות כמעט אלעס באקומען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:22 pm

· #487764
לאנגע הויזן: איז דאך אוודאי גוט. מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה...!

סעגאל » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 2:47 pm

· #487802
הרב רבי בערל איך האב אייך געלייקט נאך פארן ליינען שטעלענדיג אויף די חזקה אז איר שרייבט גיט אבער ביטע פאנג נישט אן יעצט א מערכה אז מען לייקט אייך נישט און מען רעאגירט נישט צו אייערע אשכולות.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 4:10 pm

· #487809
סעגאל: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן. יעצט א פאר מינוט פאר דעם זמן פון לעכט צינדן. ס'נישט אז איך דארף גיין צינדן לעכט. אבער מיין ווייב טענה'ט אז זי האט חתונה געהאט צו א גוי. זי זאגט שטאטס זאגן שיר השירים (און מקיים זיין וואס ס'שטייט דארט) זיץ איך אפ אויף קאווע שטיבל. וועסטו דאך אוודאי מיינען אז זי איז (ח"ו) א פרומע, לאז איך דיך הערן אז ניין.(ב"ה) מיין ווייב איז נישט קיין פרומע. ווייל אויב (ח"ו) יא. וואלט שוין איינער ארויסגעפלויגן פון פענצטער. אדער איך. אדער זי. אזויפהל יא. איך בין מקיים די עצה פון הרה"צ ר' שמעון דזשיגאן. מ'האט איהם געפרעגט וויאזוי איז ער אזוי געזונט. זאגט ער..ווען מיין ווייב נעמט זיך שרייען. לויף איך ארויס אינדרויסן. ווען מ'איז 40 יאר אויף די פרישע לופט מוז מען דאך זיין געזונט...לאל... גוט שבת...!

קאמארנער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:53 pm

· #494477

וואס הייסט א 'פרומע' ?

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 8, 2022 4:29 pm

· #494497
א פרוי וואס דאוונט און זאגט תהילים און תחינות א גאנצן טאג. און די קוגל איז האלב רוי. און נישט געזאלצן. די טשולנט איז צוגעברענט. און די הויז צופלויגן. די הייליגע רעבעצין זאגט דאך תהילים און נאכדעים ליינט זי צאינה וראינה אויף די פרשה. ווען זי האט געענדיגט די אלע גוטע זאכן. מיט מנורת המאור און קב הישר, ליינט זי מעלות...!

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 5:22 pm

· #494501
berlbalaguleh
א פרוי וואס דאוונט און זאגט תהילים און תחינות א גאנצן טאג. און די קוגל איז האלב רוי. און נישט געזאלצן. די טשולנט איז צוגעברענט. און די הויז צופלויגן. די הייליגע רעבעצין זאגט דאך תהילים און נאכדעים ליינט זי צאינה וראינה אויף די פרשה. ווען זי האט געענדיגט די אלע גוטע זאכן. מיט מנורת המאור און קב הישר, ליינט זי מעלות...!

איך וואלט עס מגדיר געוועין, זי ארבעט אויף די מאנס קדושה בעת הזיווג ויבין המבין