☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שוידער: בית המדרש אין סטעטן איילענד וואנדעלעזירט

שוידער: בית המדרש אין סטעטן איילענד וואנדעלעזירט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14975

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 2:06 pm

· #487648
שוידער: בית המדרש אין סטעטן איילענד וואנדעלעזירט
כלל ישראל איז אויפגעשוידערט פון די שוידערליכע נייעס אז א חסידישער בית המדרש איז שרעקליך וואנדעלעזירט געווארן דורך היציגע יוגענטליכע אין סטעטן איילענד.

מתפללי בית המדרש ברעסלעוו זענען נאך אין פולן שאק ווען זיי זענען נעכטן אריין אין זייער לאקאלער שול און געטראפן די גאנצע פלאץ איבערגעדרייט, ספרי קודש ארומגעווארפן אויף די ערד, טישן איבערגעדרייט, העסליכע לויזונגען אויף די ווענט, און יעדע גראדע זאך פאררוקט פון פלאץ. פאליציי איז אראפגעקומען צום סצענע און געעפענט א אויספארשונג.

דוב הייקינד האט שוין אנגעגרייט א באלוינינגס פרייז פון $10,000 ווער עס ברענגט די באשולדיגטער צום טיש.
קול מבשר האט שוין אנגעגרייט דראמאטישע לשונות צו דערשרעקן סיי וועם אז אונז לעבן אונטער שרעקעדיגע אנטיסעמיטיזים.
יוסי געשטעטנער האט שוין געהאט אין זיין דרעפט צענדעליגער טוויטס פארוואס די ניו יארק טיימס, און די וואל סטריט דזשורנעל באריכטן עס נישט מיט די זעלבע מאס שטארקייט ווי עס וואלט געווען ביי להבדיל א קלויסטער. .
יענקי מאער האט שוין פאררופן אן עמערדזשענסי זיצונג מיט די NYPD צו פארשטארקערן די וואך ביי בתי מדרשים.
שרייבער ברעכן זיך קאפ וויאזוי צו מאכן די העדליינס פאר די קומענדיגע וועכענטליכע צייטונגען.
פראטעסטן קומען פאר פארוואס די פארברעכער באקומען נישט לעבענסלענגליכע טורמע.
ביידען איז משוגע פאר'ן עס נישט פארדאמען גלייך.

ביז... די גאנצע באבל האט געפלאצט ווען מען באמערקט אז די לויזונגען אויף די ווענט זענען גאר געשריבן אין מאמע לשון... און דא ענדיגט זיך די דראמאטישע געשיכטע וואס וואלט איצט געדארפט אויפשטורעמען א וועלט מיט ריזיגע פרעסע קאנפערענסן און אויספארשונגען.

📎 WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.00.23 PM.jpeg

📎 WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.00.45 PM.jpeg

📎 WhatsApp Image 2021-12-08 at 2.01.34 PM.jpeg

לאנגע הויזן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 2:12 pm

· #487649
אלע נייע אשכולות האבן לעצטענס אויפן קעפל די ווארט "שוידערליך"...

נחמד » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 2:38 pm

· #487651
נו וואס האט טאקע פאסירט?

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 4:15 pm

· #487657
לאנגע הויזן
אלע נייע אשכולות האבן לעצטענס אויפן קעפל די ווארט "שוידערליך"...


די שוידער טרענד נעמט שוין איבער די "ומניח בקדושה" טרענד.

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 4:28 pm

· #487660
נחמד
נו וואס האט טאקע פאסירט?


לויט וואס איך האב געהערט היינט פון אן איינוואוינער און סטעטן איילענד האבן עס בחורים וואס באלאנגן צו א קהילה ווי מען איז געווען קעגן ברעסלעוו אנגעדרייט. איך קען דיר עס נישט קאנפירמען איך זאג נאר וואס יענער האט מיר געזאגט. (איך ווייס נישט וועלכע קהילה אבער איך קען מיר פארשטעלן אז עס איז סקווירא אדער בעלזא וואס זיי זענען פארשפרייט אין סטעטן איילענד און זענען קעגן ברעסלעוו)

מצפצף » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 4:31 pm

· #487661
איך האב נישט געוואוסט אז בעלזא האט א מערכה מיט ברסלב.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:18 pm

· #487663
פאר א בעלזער וואס ווערט א ברסלב'ער וועלן זיי אים דערגיין די יארן, אבער אין אלגעמיין האט בעלזא גארנישט אקעגן ברסלב.

ארי נוהם » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:38 pm

· #487668
בעלזא האט גארנישט מיט ברסלב, און זיי וואלטן עס זיכער נישט געטון. אפגערעדט די טיטלען אויף רבי נחמן, און נאכמער די קליינקעפיגקייט פון שרייבן אזא זאך.

סקווירא פירט יא א מערכה מיט ברסלב, און זענען אויסגעשפראכן דירעקט קעגן רבי נחמן, און שכל'דיג פאסט זיי אויך צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן.
סקווירא האט אסאך פאמיליעס אין סטעטן איילענד (קרוב צו 50), און זייערע בחורים זענען דירעקט עלול אויף אזעלכע זאכן.

כ'האב עס אבער נישט באשטעטיגט ביים קיינעם און לא יצא מידי השערה הקרובה אל האמת בלבד.

ים רויבער » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:45 pm

· #487670
אין א אינטערעסאנטע אנעקדאט פלעגט די פלאץ ווי די ברסלב'ע שול איז אין סטעטן איילענד אמאל זיין די סקווירא שטיבל

בן נון » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:56 pm

· #487672
עס איז צווי סקווערע בחורים
די סקווערע דיין פון סטעטן איילענד איז נעכטן ארופ געקומען אין ברסלבע בית המדרש זיך צו אנטשולדיגן בשם די קהילה זאגנדיג אז די צווי מאכן עים אויך אהן צרות
קאנפערמד

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:02 pm

· #487682
היכי דמי
נחמד
נו וואס האט טאקע פאסירט?


לויט וואס איך האב געהערט היינט פון אן איינוואוינער און סטעטן איילענד האבן עס בחורים וואס באלאנגן צו א קהילה ווי מען איז געווען קעגן ברעסלעוו אנגעדרייט. איך קען דיר עס נישט קאנפירמען איך זאג נאר וואס יענער האט מיר געזאגט. (איך ווייס נישט וועלכע קהילה אבער איך קען מיר פארשטעלן אז עס איז סקווירא אדער בעלזא וואס זיי זענען פארשפרייט אין סטעטן איילענד און זענען קעגן ברעסלעוו)

היכי דמי: דאס איז (כמעט) בגדר פון א פשיטא. אין רובא דרובא 99.9% פון קעיסעס וואו א שול איז וואנדאליזירט געווארן איז עס געטון געווארן דורך א יחיד. אדער יחידים וועלכע האבן (לשיטתם) געהאט עפעס א טענה צו די שול/ביהמ"ד. אפטמאל א צודרייטער פארשוין אויך. און פון אידישן אפשטאם.

ס'נישט אז ס'עקזיסטירט נישט קיין אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. אבער די וואנדאליזירונגען זענען במהותם אקטן פון אומסטאבילע פארשוינען.

דערפאר איז גוט אז ווען מ'הערט אזא שוידערליכע נייעס טאר מען נישט אריינגיין אין א היסטעריע . דאס טוט נישט פארמינערן די ערנסטקייט מיט וואס מ'דארף נעמען דעם מצב. און די שולדיגע און זייערע שולחים דארפן באשטראפט ווערן מיט די הארבסטע שטראפן וואס דאס געזעץ ערלויבט...!

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 1:38 pm

· #487733
איר האט א שטארק גערעכטע טענה, נישט יעדע מאל וואס א יונגענטליכער וואס איז אביסל מענטאל קראנק מאלט א האקנקרייץ אין שניי לעבן א שוהל דארף מען איבערדרייען א שטאט, אז מ'טוט דאס ווייזט מען אז אונז צוקראצן זיך פון קליינליכע לעכערליכע אקטן, מ'דארף נישט מאכן קיין פעדעראל קעיס פון יעדע פעטשל וואס א איד כאפט פון א גוי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 6:28 pm

· #487750
תרמב: מ'דארף נאר צוריקגעבן מנה אחת אפיים. ווען מ'קען...!

אבער די נקודה דא און אין אנדערע ענליכע פעלער איז, אז די אקטן פון וואנדאליזם קומען נישט אייביג פון אן ארגאניזרטע קוואל פון שנאה און טעראר אויף אידן...! נאר זענען פשוט אויסדרוקן פון א פאר צודרייטע פארשוינען...!