☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סודות פון חז״ל

סודות פון חז״ל

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14970

נפה » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:35 pm

· #487452
סודות פון חז״ל
אין מסכת שבת דף קנג עמוד ב איז דא א דיון מי שהחשיך בדרך וואס ער זאל טון מיט זיין בערזל איז דא אפאר עצות נותנו לנכרי, מניחו על החמור וכו׳ פרעגט די גמרא אויב קען ער נישט טון די עצות, זאגט ר׳ יצחק עס איז דא נאך אן עצה נאר עס איז א סוד לא רצו חכמים לגלותה, פרעגט די גמרא וואס איז די אחרת, זאגט די גמרא מוליכו פחות פחות מד׳ אמות, ואמאי לא רצו חכמים לגלותה, משום כבוד אלקים הסתר דבר דילמא וועט מען טראגן ד׳ אמות, זאגט רש״י כבוד אלקים הסתר דבר. מותר להעלים דברי תורה לכבוד שמים.
דער בית יוסף או״ח סימן רסו זאגט אז ווען עס איז נישט דא קיין ברירה זאגט מען עס יא אויס, און אויך אז דער שואל אין גמרא האט געהאלטען אז מען מעג יא אויסזאגען, ע״כ.
למעשה זעט מען אז עס איז דא אזא מושג פון א קולא וואס די חכמים האבן מתיר געווען אבער נישט געוואלט אויסזאגען אז עס איז מותר און עס איז אנדערש וואו הלכה ואין מורין כן ווייל דא ברענגט דער ב״י א ראיה פון דעם וואס ר׳ יצחק זאגט עס אז מען מעג עס יא אויסזאגען.
איז דער שאלה וואס נאך האבן חז״ל מתיר געווען אבער נישט אויס געזאגט פאר קיינעם, און אויב זיי האבן געהאלטען אז מען קען צוקומען צו א דאוריתא פארוואס האבן זיי עס מתיר געווען? איז דא הלכות וואס נאר איינער וואס האט במסורה פון זיין רבי להיתר מעג עס טון אבער ער טאר עס נישט אויסזאגען ?

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 9:42 pm

· #487454
בורטה קאנטראל, אין דורשין אלא ליחיד אז ס'איז מותר לכתחילה ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 6, 2021 10:04 pm

· #487456
ס׳איז יתכן אז דאס איז אלעס ב״גדר״ פונעם ביטוי וואס מ׳טרעפט ביי רב אז ״בקעה מצא וגדר בה גדר״ כמו בעירובין ו. ועוד. והיינו, ווי רש״י איז מפרש, אז ער האט מחמיר געווען יותר מכדי הדין מכח דעם אז זיי זענען געווען עמי הארץ ומזלזלין במצות; אזא סארט ״סליפּערי סלוֺיפּ״ ריִזעניִנג. קען מען דאס לכאורה צושטעלן צו דעם נידון דא אויך.

דאס איז אויך די געדאנק אונטער (עכ״פ געוויסע) פעלער פון ״הלכה ואין מורין כן״, ועיין לדוגמא ברש״י בשבת יב:. דא האט דער ב״י געהאלטן מכח שאלת ר׳ יצחק אז אפילו אין יענעם קאנטעקסט איז נישט שייך דעם חשש (עכ״פ אויף דעם פארנעם).

דאס געבט שוין א נייעם באדייט צו דעם ״אף דברי תורה בסתר״ (סוכה מט:) און ״סוד ה׳ ליראיו״…

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 12:09 am

· #487461
על פי רוב ביי הלכה ואין מורין כן מיינט עס אז מען דרש׳ענט עס נישט ברבים, און בקעה מצא פסק׳ענט מען אזוי ווי דער גדר לאיסור, דא פסק׳ענט מען אז עס איז מותר אבער לויט ר׳ יצחק נאר איינער וואס האט ווייסט עס מכח קבלת רבו קוקט אויס אז בימי חז״ל האבן געקענט זיין תלמידי חכמים וואס זאלן וויסען אז מען מעג עפעס טון אבער אונז ווייסן ניטאמאל דערפון

יעקב מעקסוועל » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 12:46 am

· #487471
איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 1:04 am

· #487476
א שיינע פשט פון דער בן יהוידע

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:32 am

· #487485
קהל'ס נער
בורטה קאנטראל, אין דורשין אלא ליחיד אז ס'איז מותר לכתחילה ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט.

קהל'ס נער: דו מיינסט אוודאי אז פאר א מינקת געט מען כ"ד חודש. נאר אין די צייט דארף זי ממילא נישט אנקומען צו בוירטה קאנטראל . (כנלענ"ד). פאר מער פונקטליכע אינפארמעישן פרעג ביי נחום...וועלכער נחום?, הידוע...!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:51 am

· #487487
berlbalaguleh
קהל'ס נער
בורטה קאנטראל, אין דורשין אלא ליחיד אז ס'איז מותר לכתחילה ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט.

קהל'ס נער: דו מיינסט אוודאי אז פאר א מינקת געט מען כ"ד חודש. נאר אין די צייט דארף זי ממילא נישט אנקומען צו בוירטה קאנטראל . (כנלענ"ד). פאר מער פונקטליכע אינפארמעישן פרעג ביי נחום...וועלכער נחום?, הידוע...!

לויט די גמ' וואלט מען נישט געדארפט ציקימען צי בורטה קאנטראל, די מציאות איז אבער אז מען דארף יא ציקימען, און טאקע וועיגען דעים איז עס מותר לכתחילה פאר יעדעם איינעם ווייל די פרוי איז נישט (וואלט נישט געדארפט צי זיין) ראויה להתעבר.

אגב, זאל מיך קיינער נישט איינרעדן אז חז"ל זענען געוועין סייענטיסטן, ס'נעמט גארנישט אראפ פון זייער חשיבות צי זאגן אז זיי זענען נישט געוועין קיין סייענטיסטן קיינער עקספעקט בכלל נישט פון חז"ל צי קענען סייענס.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 10:15 am

· #487492
יעקב מעקסוועל
איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.

יעקב מעקסוועל: איך ווייס פון געוויסע היתירים וויאזוי מ'קען עסן אמעריקאנער קעז מיט א האמבורגער שניצל בכריכה אחת. ואין מגלין אפילו לצנועין...!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 10:31 am

· #487493
מ'איז יוצא לימוד התורה דורך קריאת שמע, ואין מגלים אלא לת"ח.

חתן פטור מקריאת שמע, ולא כל הרוצה ליטול את השם יטול, משום איזה סיבה איז היינט א חתן וואס וועט נישט ליינען קיין קריאת שמע וועט זיין א שייגעץ.

נישטא קיין איסור צי הערן מיוזיק אין ספירה.

מען מעיג טין וואס מען וויל מיט די ווייב אין בעט.

פנויה טהורה איז מותר בביאה שלא בדרך זנות.

מען מעיג קוקן אויף בילדער פון פרויען אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים.

א רעקארדירונג פון קול באישה איז מותר אויב מען קען נישט די פרוי.

מען דארף נישט דאווענען קיין מעריב.

תפילה במנין דארף מען נאר אויב ס'קומט אן גרינג.

נישטא קיין איסור אויף סעים-סעקס ביי פרויען.

זרע לבטלה בדרך ארעי בשעת תשמיש איז מותר.

נישטא קיין חיוב אויף תפילין יעדן איינציגע טאג.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א בגד מיט ד' כנפות כדי צי ווערן מחיוב מיט ציצית, אפילו נישט מדרבנן.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א קאפל, וכך נהגו בימי חז"ל.

כמעט נישטא קיין נדה בזמן הזה, א נדה איז נאר ווען די פרוי פילט זרימת דם כמעט נישטא אזא זאך היינט.

צניעות נשים ווענט זיך אין די מנהג המקום, היינטיגע צייטן מיינט עס ממש די מינימום שבמינומם.

חתונה געהאטע מענער מעיגן שלאפן אין איין בעט מיט א מאן, אויב ס'ברעינגט נישט צי צי קיין הירהורים.

מען דארף נישט הערן קריאת התורה, ס'איז א חיוב אויפן ציבור נישט אויפן יחיד.

פרויען מעיגן דרייוון א בייק.

ליב צו וויסן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 10:58 am

· #487494
קהל'ס נער
מ'איז יוצא לימוד התורה דורך קריאת שמע, ואין מגלים אלא לת"ח.

חתן פטור מקריאת שמע, ולא כל הרוצה ליטול את השם יטול, משום איזה סיבה איז היינט א חתן וואס וועט נישט ליינען קיין קריאת שמע וועט זיין א שייגעץ.

נישטא קיין איסור צי הערן מיוזיק אין ספירה.

מען מעיג טין וואס מען וויל מיט די ווייב אין בעט.

פנויה טהורה איז מותר בביאה שלא בדרך זנות.

מען מעיג קוקן אויף בילדער פון פרויען אויב ס'ברעינגט נישט קיין הירהורים.

א רעקארדירונג פון קול באישה איז מותר אויב מען קען נישט די פרוי.

מען דארף נישט דאווענען קיין מעריב.

נישטא קיין חיוב אויף תפילה במנין.

נישטא קיין איסור אויף סעים-סעקס ביי פרויען.

זרע לבטלה בדרך ארעי בשעת תשמיש איז מותר.

נישטא קיין חיוב אויף תפילין יעדן איינציגע טאג.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א בגד מיט ד' כנפות כדי צי ווערן מחיוב מיט ציצית, אפילו נישט מדרבנן.

נישטא קיין חיוב צי אנטון א קאפל, וכך נהגו בימי חז"ל.

כמעט נישטא קיין נדה בזמן הזה, א נדה איז נאר ווען די פרוי פילט זרימת דם כמעט נישטא אזא זאך היינט.

צניעות נשים ווענט זיך אין די מנהג המקום, היינטיגע צייטן מיינט עס ממש די מינימום שבמינומם.

חתונה געהאטע מענער מעיגן שלאפן אין איין בעט מיט א מאן, אויב ס'ברעינגט נישט צי צי קיין הירהורים.

מען דארף נישט הערן קריאת התורה, ס'איז א חיוב אויפן צחבור נישט אויפן יחיד.

😂 😂 😂
אן דן זיין אין יעדע משל וואס דו ברענגסט איז אבער די געדאנק אמת ויציב און קענסט אזוי אנפילן נאך עטליכע בלעטער.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:01 am

· #487495
יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:31 am

· #487498
יוצא זיין לימוד התורה דורך קריאת שמע איז א מחלוקה אין מנחות צ’ט עמוד ב צו מען איז עס מגלה בפני עם הארץ, אונז נעמען אן ווי רבא אז מצוה לאומרה בפני עם הארץ (עיין ש״ך).
מעריב איז א מנהג כחובה.
מנין איז די לשון הרמב״ם צריך.
מיידלעך מעגן אסאך זאכן לערנען און אפי׳ און ויואל משה שטייט אז מען מעג לערנען תנ״ך נאר מען האט זיך נישט אזוי געפירט.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:38 am

· #487501
נפה
יוצא זיין לימוד התורה דורך קריאת שמע איז א מחלוקה אין מנחות צ’ט עמוד ב צו מען איז עס מגלה בפני עם הארץ, אונז נעמען אן ווי רבא אז מצוה לאומרה בפני עם הארץ (עיין ש״ך).
מעריב איז א מנהג כחובה.
מנין איז די לשון הרמב״ם צריך.
מיידלעך מעגן אסאך זאכן לערנען און אפי׳ און ויואל משה שטייט אז מען מעג לערנען תנ״ך נאר מען האט זיך נישט אזוי געפירט.

לגבי מעריב, נישטא אזא זאך ווי מנהג חובה אדער א מנהג אדער א חוב.
די רמב"ם זאגט אז ס'איס א מנהג וואס יעדער איז מקיים כאילו ס'וואלט געוועין א חוב, (כעין א קאפל היינטיגע צייטן).

אין גמרא שטייט כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תיפלות, וואס דען איז תורה אויב נישט תנ"ך?

לגבי מנין איז שטייט כל זמן שיכול, אויב פאר ווהטעווער ריזען קען מען נישט דארף מען נישט. ביזט גערעכט איך דארף טויש די לשון צי אויב ס'קומט אן שווער.

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:46 am

· #487503
לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 12:30 pm

· #487509
אלעס וואס איך שרייב דא אין שטיבל אין עניני אמונה און הלכה איז געבויט אויף יסודות וואס האב איך מקובל פון רבי המובהק אין די ענינים, א חשובער תלמיד חכם פון וויליאמסבורג וואס וואלט געקענט זיין מיין טאטע און זיצט און לערנט טאג און נאכט. צומאל זאג איך איהם אויך איבער געוויסע זאכן וואס איך שרייב דא און ער האט שטארק הנאה. ער האט מיר אמאל געפרעגט וואס איז דאס דער וועקער ווייל זיין זוהן האט עס אהיימגעברענגט און ס׳איז איהם אינגאנצן נישט געפאלן, אויף מיין פראגע וואס פונקטליך ער האט נישט ליעב געהאט פון דער וועקער האט ער מיר געזאגט אז אדרבה, זיי שרייבן זייער גוט, זיי וואלטן אפילו געקענט שרייבן נאך בעסער, אבער א יונגער בחור׳ל קען עס נאר צומישן. אויך האט ער מיר אמאל געפרעגט צו איך האב אמאל געהערט פון קאווע שטיבל, איהם געפעלט נישט די גאנצע פארום, ער פארשטייט בכלל נישט וואס איז די פוינט פון רעדן די זאכן ווייל ס׳דאך פשוט׳ע זאכן וואס יעדער מיט א טראפקעלע שכל פארשטייט אליינס. כ׳האב איהם פרובירט מסביר זיין אז ס׳דא מענטשן וואס גלייבן באמת אין אלעס וואס דער כיתה ג׳ רבי האט פארציילט און זיי קומען אין קאוועשטיבל צו דערגיין דעם אמת אבער ער איז פאר׳עקשנ׳ט אז ס׳נישט מעגליך במציאות פאר אן ערוואקסענער מיט אן IQ העכער 90 צו גלייבן אין די אלע זאכן, ער טענה׳ט אז מ׳דארף נישט דערגיין דעם אמת ווייל טיעף אין הארצן ווייסן עס יעדער אליינס, גיי טענה זיך מיט איהם.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 12:32 pm

· #487510
‏דא ברענגט מען טאקע אראפ סוגים שונים והדרגות שונות בענין ״הלכה ואין מורין כן״, וואס מיינט טאקע בעצם אז ״אין מורין כן בפומבי״, אבער עס איז שייך אפילו ביי יחיד שבא להיוועץ וכדומה (און דאס איז הגם מען דרש׳נט עס יא בעצם בפומבי).

מען טרעפט אויך אן ענליכן חילוק אין תענית כו: (נישט צוגעברענגט דארט) און אין נאך פלעצער, לגבי החילוק בין ״הלכה״, ״מנהג״, און ״נהגו״: ביי ״הלכה״ דרשינן ליה בפירקא, ביי ״מנהג״ מידרש לא דרשינן אורויי מורינן, און ביי ״נהגו״ אורויי לא מורינן אבל אי עביד עובדא לא מהדרינן ‏(עכ״פ ווען עס איז נישט קיין איסור, ועיין בר״ה טו: ובתוס׳ שם) ע״ש.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 12:39 pm

· #487512
Re: סודות פון חז״ל
יעקב מעקסוועל
איך ווייס פון געוויסע התירים, און איך פיר מיר טאקע אזוי. אבער איך קען נישט מגלה זיין די סוד.
ערעב יעקב; קענסט קומען צו מיר אין אישי און משמיע/משפיע זיין פון דיינע היתרים, איך בין א קולות קאלעקטער, כוחא דהיתרא עדיף פארנעמט ביי מיר דעם אויבנאן אין אידישקייט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 1:21 pm

· #487518
נפה
לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.

לגבי מעריב, ס'איז א מנהג. פינטעל מיט א פ"א דגושה.
אפשר האלטסט אז א מנהג מעיג מען נאר מבטל זיין פאר א אונס קטן.

לגבי מיידלעך לערנען תורה, זייער אינטרעסאנט, קען איינער ביטע ברעינגען די תשובה?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 2:04 pm

· #487523
קהל'ס נער
יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

דא האסטו נאך

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 3:24 pm

· #487529
קהל'ס נער
נפה
לגבי מעריב האב איך געמיינט ארויסברענגען אז נאר פאר טירחה אדער אן אונס קטן מעג מען עס מבטל זיין
לגבי כל המלמד את בתו תורה, איז דא א ספר ויואל משה דארט איז דא תשובה צו ר׳ פנחס הירשפרונג ווי ער איז מאריך אין דעם און זיין מסקנה איז אז נאר דרשות חז״ל זענען בכלל האיסור, און אזוי פירט מען זיך אין אלע חסידישע סקולס אז מען לערנט נישט די רש״י׳ס וואס זענען דרשות אין הלכה.

לגבי מעריב, ס'איז א מנהג. פינטעל מיט א פ"א דגושה.
אפשר האלטסט אז א מנהג מעיג מען נאר מבטל זיין פאר א אונס קטן.

לגבי מיידלעך לערנען תורה, זייער אינטרעסאנט, קען איינער ביטע ברעינגען די תשובה?

די לשון פון אונס קטן שטייט אין הגהות מיימניות אות ד.
דא איז די תשובה ער פאנגט אן צו רעדן פון פרויען סימן ל (פעידזש 430) און ער זאגט אז די מנהג איז נישט געווען צו לערנען תנ״ך אין סימן מח (דף 449),

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 5:03 pm

· #487537
קהל'ס נער
יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

קהל'ס נער: איסור אדער מצוה #3 גייט נישט אן היינטיגע צייטן. ספעציעל ביי אונז היימישע אידן. וואספארא אומנות זאל דער טאטע אויסלערנען זיין זון?!. ער קען דאך אליינס נישט קיין אומנות. אויסער שנארן אדער ..."פליפן"...ריעל עסטעיט...!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 5:31 pm

· #487541
berlbalaguleh
קהל'ס נער
יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

קהל'ס נער: איסור אדער מצוה #3 גייט נישט אן היינטיגע צייטן. ספעציעל ביי אונז היימישע אידן. וואספארא אומנות זאל דער טאטע אויסלערנען זיין זון?!. ער קען דאך אליינס נישט קיין אומנות. אויסער שנארן אדער ..."פליפן"...ריעל עסטעיט...!

א פאנדרעיזער מאכט 45% און מען קען מאכן אסאך געלד איך קען איינער וואס מאכט 300k א יאר.
א פליפער קען אויך מאכן שיין געלט אויב ער ווייסט וואס ער טיט, ס'איז א געהעריגע אומנות.

חוץ פון דעים ער קען עים אויסלערנען אקאונטינג, פראגערעמינג, IT, LOW VOLTAGE, ס'פעילט דען היימישע אומנות'ן?

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:05 pm

· #487544
קהל'ס נער: פליפן איז אויך נאר א גוטע אומנות ווילאנג די פרייזן הייבן זיך (ווי משוגע). איינמאל די ספעקולאציעס שטעללן זיך אפ אדער פארשטאאטערן זיך איז ער פארטיג.

איך קען א סאך אידן וועלכע האבן פארלוירן זייער גאנץ פארמעגן און נאך געגאנגען יושב'ן אויך. ווען די הייסקייט פון ריעל עסטעיט האטציך פארשטאאטערט. איינער. א לאיער מיט א גלענצנדע קאריערע און געלט האט אלעס פארלוירן. אויך זיין לאיער'ס לייסנס. און געגאנגען יושב'ן. אלעס צוליעב פליפינג. ווען איך האב געזעהן זיינע פראפערטיס ווערן פארקויפט אויף פאבליק אוקשן, האט עס מיר געגעבן א שטעך אין הארץ...!

Nanach » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:21 pm

· #487548
קהל'ס נער

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

די רמב”ם אין הלכות תלמוד תורה פסקנ’ט אז מיידלעך מעגן לערנען תורה, און באקומען אפילו שכר (כאינו מצווה ועושה) און אזוי ווערט געפסקנט און שלחן ערוך

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:28 pm

· #487549
berlbalaguleh
קהל'ס נער: פליפן איז אויך נאר א גוטע אומנות ווילאנג די פרייזן הייבן זיך (ווי משוגע). איינמאל די ספעקולאציעס שטעללן זיך אפ אדער פארשטאאטערן זיך איז ער פארטיג.

איך קען א סאך אידן וועלכע האבן פארלוירן זייער גאנץ פארמעגן און נאך געגאנגען יושב'ן אויך. ווען די הייסקייט פון ריעל עסטעיט האטציך פארשטאאטערט. איינער. א לאיער מיט א גלענצנדע קאריערע און געלט האט אלעס פארלוירן. אויך זיין לאיער'ס לייסנס. און געגאנגען יושב'ן. אלעס צוליעב פליפינג. ווען איך האב געזעהן זיינע פראפערטיס ווערן פארקויפט אויף פאבליק אוקשן, האט עס מיר געגעבן א שטעך אין הארץ...!

בערל: פליפן איז נישט באזירט אויף שפעקולאציע, די חברה וואס די רעדסט פין האבן נאכנישט אנגערירט די קלאמקע פון פליפינג, אויך ס'ווערט געברעינגט אז בדרך כלל זיצט מען נישט פאר גארנישט אויב זיי האבן געטין קרומע זאכן מיינט עס נישט אז ס'איז א קרימע אינדרעסטרי, און טאקע זאל דער טאטע מלמד זיין את בנו וויאזוי מען פליפט נישט באזירט אויף שפעקולאציע און אן דארפן טין קרומע זאכן.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:35 pm

· #487550
קהל'ס נער: דער לאיער פון וועם כ'האב גערעדט איז געגאנגען יושב'ן פאר טאטשן עסקראו געלטער וואס מ'האט איינגעלייגט ביי איהם. ער האט מיט דעם ..."געקויפט"...פראפערטיס...!

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:46 pm

· #487551
Nanach
קהל'ס נער

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

די רמב”ם אין הלכות תלמוד תורה פסקנ’ט אז מיידלעך מעגן לערנען תורה, און באקומען אפילו שכר (כאינו מצווה ועושה) און אזוי ווערט געפסקנט און שלחן ערוך

לערנען וואס איז זיי נוגע כגון הלכה למעשה דארפן/מעיגן זיי לערנען אבער סתם לערנען איז כאילו מלמדו תיפלות.

היינט אין די סקולס לערנט מען חומש רש"י רמב"ן גמ', וואס יעדער איז מסכים אז דאס טאר מען נישט.

Nanach » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:55 pm

· #487552
קהל'ס נער
Nanach
קהל'ס נער

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

די רמב”ם אין הלכות תלמוד תורה פסקנ’ט אז מיידלעך מעגן לערנען תורה, און באקומען אפילו שכר (כאינו מצווה ועושה) און אזוי ווערט געפסקנט און שלחן ערוך

לערנען וואס איז זיי נוגע כגון הלכה למעשה דארפן/מעיגן זיי לערנען אבער סתם לערנען איז כאילו מלמדו תיפלות.

היינט אין די סקולס לערנט מען חומש רש"י רמב"ן גמ', וואס יעדער איז מסכים אז דאס טאר מען נישט.

אזוי לערנט סאטמאר רב,
עס איז אבער דא אסאך וואס זאגן פשוט אז די הלכה איז ווי בן עזאי

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 7:00 pm

· #487555

וואס זאגט בן עזאי?

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 7:05 pm

· #487556
קהל'ס נער
Nanach
קהל'ס נער

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

די רמב”ם אין הלכות תלמוד תורה פסקנ’ט אז מיידלעך מעגן לערנען תורה, און באקומען אפילו שכר (כאינו מצווה ועושה) און אזוי ווערט געפסקנט און שלחן ערוך

לערנען וואס איז זיי נוגע כגון הלכה למעשה דארפן/מעיגן זיי לערנען אבער סתם לערנען איז כאילו מלמדו תיפלות.

היינט אין די סקולס לערנט מען חומש רש"י רמב"ן גמ', וואס יעדער איז מסכים אז דאס טאר מען נישט.

נאר גמרא איז א פראבלעם, סתם תנ״ך און פשט עני פשט רש״י רמב״ן אבן עזרא וכו׳ איז אויסגעהאלטען אפי׳ לפי דער ויואל משה עיין במה שציינתי לעיל

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 7:33 pm

· #487558
דער בני בנים (ח״ג סימן יב) זאגט אז דער איסור, אפילו מעיקרא, איז נאר געווען אז א מאן זאל במכוון גיין אויסלערנען א פרוי תורה (ודוקא ״בתו״); נישט אז זי זאל זיך צוהערן צום שיעור, לערנען אליין, אדער א פרוי זאל אויסלערנען אנדערע פרויען. ואפילו בזה, להרמב״ם, (בבוגרת) במקום שבטל הטעם [אין דעתן מכוונת ללמוד] בטל החשש ואפילו לאביה. ובפרט כהיום דתושבע״פ כבר נכתבה הוי בזה כתורה שבכתב שמותר להן ע״ש. (זיין ווייב פירט טאקע אָן א ביהמ״ד פאר פרויען.)

דער אגרות משה (יו״ד ח״ג סימן פז(ב)) איז לכאורה נישט מסכים מיט דעם, עכ״פ לגבי תושבע״פ ע״ש.

סעגאל » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:57 pm

· #487568
berlbalaguleh
קהל'ס נער
יעצט אפאר איסורים וואס ביי אונז איז מותר געווארען.

תגלחת נשים כדרך גברים איז אסור.

חייב אדם ללמד את בנו אומנות.

מען טאר נישט איבער שלאפן ביי די שוויגער אינדערהיים.

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

קהל'ס נער: איסור אדער מצוה #3 גייט נישט אן היינטיגע צייטן. ספעציעל ביי אונז היימישע אידן. וואספארא אומנות זאל דער טאטע אויסלערנען זיין זון?!. ער קען דאך אליינס נישט קיין אומנות. אויסער שנארן אדער ..."פליפן"...ריעל עסטעיט...!

אדער רש"י אדער תוס' זאגען דארט אז אומנות מיינט דוקי נישט מסחר נאר דוקא א פאך א האנט ארבייט

Nanach » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 10:29 pm

· #487581
קהל'ס נער

וואס זאגט בן עזאי?

"אומר בן עזאי: חייב אדם ללמד את בתו תורה. ר' אליעזר אומר: כל המלמד את בתו תורה מלמדה תיפלות. תיפלות סלקא דעתך? אלא כאילו למדה תיפלות"
(סוטה כא ע"ב)

נפה » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 11:08 am

· #487637
Nanach
קהל'ס נער
Nanach
קהל'ס נער

היינט אין די סקולס לערנט מען חומש רש"י רמב"ן גמ', וואס יעדער איז מסכים אז דאס טאר מען נישט.

אזוי לערנט סאטמאר רב,
עס איז אבער דא אסאך וואס זאגן פשוט אז די הלכה איז ווי בן עזאי

איך זע אז דער עולם ברענגט ראיות אז עס זענען דא חולקים אויף סאטמארע רב, אמת אבער די נקודה איז אז אפי׳ לפי סאטמארע רב איז תנ״ך מיט מפורשים געהעריג מותר, עס איז סתם א סקעם וואס מען לערנט אויס אין סאטמאר אז ״דער רבי ז״ל האט דאך שוין מברר געווען אין ויואל משה אז יעדער איז שקצים״ ווען זיי ווייסען אז רוב סאטמארע אידן קענען נישט קיין ויואל משה און זיי. ווייסען נישט אז ישוב א״י איז א געהעריגע מצוה און אז מען מעג לערנען תנ״ך מיט פרויען וכו׳

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 11:34 am

· #487642
קהל'ס נער
Nanach
קהל'ס נער

מיידלעך טארן נישט לערנען קיין תורה (סאטמאר איז די אייציגסטע וואס האלטן נאך די איסור)

די רמב”ם אין הלכות תלמוד תורה פסקנ’ט אז מיידלעך מעגן לערנען תורה, און באקומען אפילו שכר (כאינו מצווה ועושה) און אזוי ווערט געפסקנט און שלחן ערוך

לערנען וואס איז זיי נוגע כגון הלכה למעשה דארפן/מעיגן זיי לערנען אבער סתם לערנען איז כאילו מלמדו תיפלות.

היינט אין די סקולס לערנט מען חומש רש"י רמב"ן גמ', וואס יעדער איז מסכים אז דאס טאר מען נישט.

קהל'ס נער: און זיי קענען אפילו נישט. איך ווייס פון מיינע אייניקלעך. אך און וויי איז פאר א מאן וואס אדער איז ער אין כולל אדער ארבעט ער אין א דזשאב און ער קומט אהיים ביינאכט און די סאפער איז נישט (אנגעהויבן) גרייט. ווייל זיין רביצין די מלומדת האטציך פארטיעפט אין א מהרש"א אדער שאגת אריה. אדער א ר' חיים...! ס'איז א סאך וויכטיגער אז א מיידל זאלל קענען מאכן א גוטן קוגל. (זיכער אויך האבן ידיעות אין תורה) ווי איידער זיין א למדנית. און נישט טון די ארבעט וואס זי דארף טון אין שטוב...!

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 12:39 pm

· #487730
מי אני
‏דא ברענגט מען טאקע אראפ סוגים שונים והדרגות שונות בענין ״הלכה ואין מורין כן״, וואס מיינט טאקע בעצם אז ״אין מורין כן בפומבי״, אבער עס איז שייך אפילו ביי יחיד שבא להיוועץ וכדומה (און דאס איז הגם מען דרש׳נט עס יא בעצם בפומבי).

מען טרעפט אויך אן ענליכן חילוק אין תענית כו: (נישט צוגעברענגט דארט) און אין נאך פלעצער, לגבי החילוק בין ״הלכה״, ״מנהג״, און ״נהגו״: ביי ״הלכה״ דרשינן ליה בפירקא, ביי ״מנהג״ מידרש לא דרשינן אורויי מורינן, און ביי ״נהגו״ אורויי לא מורינן אבל אי עביד עובדא לא מהדרינן ‏(עכ״פ ווען עס איז נישט קיין איסור, ועיין בר״ה טו: ובתוס׳ שם) ע״ש.

פון דער מהר״ץ חיות קוקט אויס אז ער שטעלט אלעס צוזאם📎 93397852-2FD8-41A0-B47E-332A31E6FB91.jpeg
לא מהדרינן גייט אויך אן ביי אן איסור תוס׳ עירובין דף עב. ד״ה נהגו.

אגב ווי אזוי קענסטו לייגן לינקס וואס האט אותיות? מיר גייט עס נישט

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 1:09 pm

· #487731
איה״נ, ״ולא רצו חכמים לגלותה״ איז א סוג בתוך ״הלכה ואין מורין כן״. מיינענדיג, אין די פאל איז עס דאך גרינגער ווייל ווי מ׳זעהט פסק׳נט מען דאך למעשה יא אזוי (ואפילו בפומבי בשו״ע סימן רסו) עפ״י ר׳ יצחק וככל הנ״ל.

ולהשוות התוס׳ בעירובין עם התוס׳ בר״ה קען מען צו דעם לכאורה צושטעלן דעם מאירי אין ר״ה דארט:
📎 AC07AEFC-85CC-4AC5-A7C8-BF0CD61A2AD8.jpeg
דארט אין עירובין איז די ״נהגו״ כר״מ למעשה א חומרא הגם עס קען ארויסקומען דערפון א קולא/איסור [לגבי ברכה לבטלה וכו׳]. משא״כ ווי די ״נהגו״ איז מעיקרא א קולא מהדרינן אף כשעבד עובדא. ועיין בפסחים קג. דיש סוגים שונים של ״נהגו״.