הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14968
הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
"ווער האט דאס געטון"? - דינערט דער באוועסע שטימע פון דער רבי איבער די גאנצע קלאס.
"דער יונגל וואס האט דאס געטון זאל זיך שוין מודה זיין... אויב נישט, אך און וויי צו אים?"...
שטיל.
זעהענדיג אז קיינער רופט זיך נישט אן, גייען די סטראשונקעס ארויף א מדריגה
"דער יונגל וואס ווייסט ווער ס'האט עס געטון, און ער זאגט נישט אויס, טראגט די זעלבע אחריות אזוי ווי דער יונגל וואס האט עס באמת געטון. ער וועט שטרענג באשטראפט ווערן, נאר פארן נישט אויסזאגן..."
עטליכע בליקן טוישן זיך אויס אין קלאס.
מיט זיין געניט אויג כאפט דער רבי אויף, וועמען מען דארף נעמען אויפן צימבל. נאך עטליכע לאנגע חקירות ודרישות, שווימט דער אמת ארויף.
"גרשון יאנקעלע"...
אה, ווער קען דען נישט דער נאמען "גרשון יאנקעלע"?! - מען דארף אים אפילו נישט פארשטעלן. עס הערט נאר דעם נאמען "גרשון יאנקעלע" פארשטייט שוין אלעס. וואס דארף מען זאגן מער? - מען זאגט נאר דעם נאמען "גרשון יאנקעלע" און אלעס ווערט פארענטפערט.. דאס איז דאך "גרשון יאנקעלע", נו...
א לעבעדיגע סוחר'ל, א געזונטער קעפל וואס כאפט שוין אויף די גמרא גראד נאכן ערשטן מאל פארלערנען, אבער צווישן זיין מוח און די כלי המעשה איז נישט פארהאן קיין הבדל וואס מאכט טראכטן צי ער זאל טאקע טון דאס וואס ער טראכט. אויב אים פאלט איין א לעבעדיג שטיקל, וועט ער נישט צעגערן קיין צוויי און ביז וואס וואו ווען איז דאס שוין אויסגעפירט. די קלאס איז שוין אויף רעדער און דער גאנצער חדר אין די לופטן.
אין מנהל'ס אפיס זיצט גרשון יאנקעלע, מיט א טויטע בליק, שטייף און סטאמפ, נישט ארויסווייזנדיג קיין שום תנועה אויף זיין פנים. מיט זיינע גרויסע אפענע אויגן, מבינ'ט ער טריקענערהייט אפ דער מנהל, און דער מנהל פון זיין זייט, קען נישט ארויסלערנען פון זיין געזיכט, צי ער איז טרויעריג, פרייליך, צופרידן, חרטה, ציניש, ער ווייזט נישט ארויס קיין שום געפיל אויף דאס וואס ער האט געטון.
"האסטו צוגעקלעבט די פאפירעלעך מיט גלאו צו די רבי'ס בענקל, אז ווען ער זעצט זיך אראפ זאל זיך עס צוקלעבן צו אים"?
שטיל!
"זיי זיך מודה"
שטיל.
דער שטעקן נעמט זיך פליען אויף אים. גרשון יאנקעלע שפרינגט... ער שפרינגט אויפן טיש, אויפן קאפי מאשין, אויפן קאמפיוטער און ארום איבעראל. דער מנהל לויפט אים נאך מיטן שטעקן אין האנט. פארלוירענערהייט פירט ער א קאמפ מיטן יונגל, וואס מאיזה סיבה קען ער נישט בייקומען, דאס יונגל איז נישט באמת זיך מכניע צו אים. אבער ער קען נישט כאפן צי ער האט מודה געווען, חרטה געהאט, אדער איז ער גאר פרייליך...
שפעט נאכמיטאג, ווען אלע קינדער זענען שוין געווען אהיים פון חדר, באקומען גרשון יאנקעלע'ס עלטערן א טעלפאן קאל פונעם מנהל, אז זיי מוזן אראפקומען צו א דרינגענדע מיטינג, וואו מען מוז דורכרעדן גאר וויכטיגע זאכן.
"ס'איז נישטא קיין ברירה" ערקלערט דער מנהל אומצוויידייטיג. "דאס קינד מוז נעמען מעדעקעישן". "גרשון יאנקעלע איז א וואוילע יונגל, ער האט גוטע כשרונות און א געזונטער קעפל, אבער טאמער גייט ער נישט אויף מעדעקעישן, קען מען אים נישט האלטן אין חדר, מען קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן מיט אים".
די תמימות'דיגע עלטערן הערן זיך צו מיט אן ערנסטקייט צו וואס דער מנהל זאגט. זיי פארשטייען אז עכט איז נישטא קיין ברירה און טאמער וועט ער נישט גיין אויף מעדעקעישן, וועט די הנהלה זיין שטערקער און רודפ'ן דאס יונגל עד חרמה, און נישט נאר דאס יונגל, נאר אויך די עלטערן וועלן זיין בפי הבריות... אביסל דערהערן זיי אויך וואס דער מנהל זאגט. נעמט מען גרשון יאנקעלע צום דאקטער, און... גרשון יאנקעלע איז אויף מעדעקעישן!
אצינד האט מען גע'הרג'עט א נפש מישראל, מיטן פולן זין פון ווארט. פארוואס? ווייל דער מנהל קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט דעם קינד. ער פארשטייט נישט צו זיין גדלות. אין אנדערע ווערטער, דער מנהל דארף מענעדזשן דעם חדר (נישט מחנך זיין תלמידים), און כדאי דאס צו קענען מענעדזשן, דארף דער ציגל - אה, אנטשולדיגט, קינד - זיין מסודר, כדאי ער זאל ווייטער קענען פירן די מוסד על מי מנוחות.
ווייסט איר וואס איר האט יעצט געטון? - גע'הרג'עט א געלונגען קינד, פשוטו כמשמעו. אויסער דעם וואס דער קינד וועט פון יעצט אלעמאל וויסן אז ער דארף צוקומען צו מעדעקעישן, און אז ער איז "נישט נארמאל", נעמט מען די אמת'ע כשרונות פון דעם קינד, מען שלעפט דאס אראפ און מען מאכט אים איינשלאפן, ער פארלירט זיין אמביציעס, וואס דאס וואלט ער געקענט נוצן לטובה און אויפטון א וועלט דערמיט.
יא, גרשון יאנקעלע האלט שוין מיט אין קלאס, שטערט שוין נישט קיינעם. ער פיט שוין אריין אין דער סדום בעטל פון די היינטיגע מוסדות, אבער ער וועט שוין נישט זיין דער עכטער "ר' גרשון יאנקל", וואס דרייט די וועלט און טוט אויף גדולות ונצורות. מען האט פארלוירן דעם גרויסן "ר' גרשון יאנקל", וואס וואלט אויפגעשאקלט א וועלט אויף די עלטערע יארן.
גרשון יאנקעלע וואקסט אריין אין זיינע בחורי'שע יארן, אינגאנצן צושאסן און פארלוירן. ער ווייסט אז ער איז אויף מעדעקעישן, ער איז טאקע נארמאליזירט, אבער... ווייסטעך... און אז דער אויבערשטער העלפט אז ער איז זיך מתגבר, הויבט מען אן צו רעדן פון אראפגיין פון מעדעקעישן. מען פראבירט אביסל אראפצונעמען, דא כאפט ער א גליטש און מען שטעלט אים צוריק ארויף, דא נאכאמאל און ווידער אמאל, און ווען ער איז שוין אינגאנצן אראפ, אין די עלטער פון אכצן יאר (ווארשיינליך צוליב שידוכים), איז ער שוין א שבר כלי, ער וועט שוין קיינמאל נישט זיין "דער גרויסער ר' גרשון יאנקל" וואס וואלט געשאקלט וועלטן, אויב וואלט ער נאך געהאט זיינע אמביציעס.
און מיר האבן אפילו נישט בארירט די סייד אפעקטן, מיט וואס גרשון יאנקלע ספראוועט זיך, א דאנק די מעדעקעישן וואס מען האט אים אומבארעכטיגט אנגעשטאפט.
ימח שמם וזכרם!
...
ר' מיילעך בידערמאן שטייט אויפן טיש, מיט א גלעזל וואדקע אין די האנט, ער שרייט און ער רעדט, זינגט און דרשנ'ט, ער איז פריש ווי א בארג, הויבט אויף אן עולם פון טויזנטערס, ס'טוט זיך אויף טיש און אויף בענק... אה, ער לעבט אויף א דור.
ר' שאול אלתר דרייט א וועלט, ער איז א מעיין המתגבר און שיסט דברי תורה מיט א בקיאות און חריפות אויף איין מאל, זיין כאריזמע פאנגט א וועלט, מענטשן פון די גאנצע וועלט זענען פארקויפט פאר אים.
ר' עזריאל טויבער בויעט מוסדות התורה אין די מאסן, פארט ארום די וועלט און מאכט בעלי-תשובה פון איבעראל. מענטשן זענען אים מעריך און מען זעט א לעבעדיגע דוגמא פון א מענטש וואס קען אויפטון א געוואלד.
ר' צבי מאיר זילבערבערג שפרינגט פון די הויט. ער שטייט ביי שלש-סעודות, דרייט איבער פון נאכט טאג און פארקערט, פירט באטעס שבת פארטאגס פארן דאווענען, שפריצט וואסער אום פורים, און טענה'עט אז יעצט איז די העכסטע צייט, אזא צייט ווי יעצט איז נאך קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין.
ר' איטשע מאיר מארגנשטערן פלעכט וועלטן פון קבלה מיט נגלה צוזאמען, עפענענדיג נייע אורות וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען, שפינט צוזאמען חב"ד מיט ברסלב, אינאיינעם מיט גור און די ליטווישע וועלט אויף איין מאל.
ר' מאיר שפירא קערט איבער א וועלט, איז מייסד א דף-היומי, בויעט ישיבת חכמי לובלין. זיין גאונות און חריפות איז א שם דבר אין די גאנצע וועלט.
רבותי! - מיר פארמאגן צווישן אונזערע יוגנט ר' מיילעך'ס, ר' שאול'ס, ר' עזריאל'ס מיט ר' מאיר'ס. ליידער הרג'עט מען אסאך פון זיי, מיטן תירוץ אז מען קען פשוט נישט אנגיין אנדערש, ווען דער אמת איז דער דער מנהל דארף מען אויפהענגען אויף א צוקער שטריק אינמיטן גאס פאר זיין רשעות.
דא קום איך אייך זאגן:
וואלט ר' מיילעך געווען א יונגל אינעם היינטיגן סיסטעם, וואלט מען אים אנגעפאקט מיט מעדעקעישן, מען וואלט איינגעשטילט זיינע כשרונות. ער וואלט ווייטער געלערנט אין חדר, געוואקסן א שטילער איידעלער באלעבאס. אפשר וואלט ער ארומגעפארן די וועלט נאך געלט, זייענדיג א רבי'ש קינד. ער וואלט געקומען קיין בארא פארק אויף א שבת, געפירט עפעס א באטע פון צען אידן און מוצאי ארויפגעגאנגען צו גבירים נאך געלט, און אהיימגעקומען מיט פופצן טויזנט דאלער צו דעקן די חובות.
וואלט ר' שאול געלערנט אין די היינטיגע חינוך סיסטעם, אוי וואלט מען אים אנגעשטאפט... כידוע ליודעים זיין היסטאריע אלס ווילדער בחור... מיר וואלטן נישט פארמאגט היינט אזא ר' שאול.
ר' עזריאל טויבער פלעגט שטיין און שרייען, אז זיין גאנצע הצלחה איז צו פארדאנקען היטלער'ן... ער איז געווען א בחור גראד נאכן קריג, געוואנדערט פון ארט צו ארט, נישט געווען אין א געהעריגע מוסד, און דווקא אזוי האט אזא נשמה ווי ער געקענט שטייגן.
דאס זעלבע איז מיט ר' צבי מאיר, ר' איטשע מאיר און ר' מאיר שפירא.
רבותי, מען דארף וויינען. מען הרג'עט אוועק די ר' מיילעך'ס און די גדולים פון דעם קומענדיגן דור.
מען נעמט קינדער בעלי כשרונות, וואס קענען דרייען א וועלט. מען דערקלערט אז זיי דארפן אריינפיטן אין דעם סדום בעטל. אויב איז ער צי ווילד פאר דער מלמד, דארף מען אים געבן מעדעקעישן אז ער זאל זיין מער פארשלאפן. אויב איז ער צו שלאפעדיג, דארף מען אים געבן מעדעקעישן אז ער זאל זיין מער וואך... סוף דבר, אז דער מלמד זאל זאגן זיין שיעור, און עס זאל אריינפליען פאר די תלמידים, אן דארפן צי שווער ארבעטן.
אוי אוי, דארף מען שרייען דערויף.
ימח שמם וזכרם!
(נ.ב. כמובן אז ס'איז אלעמאל דא א יוצא מן הכלל, און אמאל דארף מען באמת האבן מעדעקעישן. אבער ליידער איז דא זייער אסאך און צופיל פעלער, ווי מען געבט מעדעקעישן אומבארעכטיגטערהייט, פשוט הרג'ענענדיג דאס קינד פאר גארנישט און פאר נישט.)
זייער גוט געשריבען הגם נישט אלע גדולים וואלטען באקומען היינט מעדעצין.
די דערמאנטע נעמען זיכער!
ר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
כ'בין גראדע געווען אביסל מסופק צי איך זאל שרייבן דער נאמען ר' מאיר שפירא, אבער לויט געוויסע מעשיות וואס מען דערציילט פון זיינע קינדערישע יארן, מעגליך אז יא.
די אנדערע נעמען וואלט מען זיכער געגעבן. ר' מיילעך'ן זיכער. אויב וואלט געווען פראזאק יענע יארן, וואלטן מיר נישט געהאט קיין ר' מיילעך בידערמאן.
קודם כל איז פאסיג צוצייכענן אז אפאר מינוט צוריק האב איך אראפ געברענגט א שטיקל רבי מיילעך בידערמאן וואס טשעלענדזש זיין ראציאנאליזם און פראקטישקייט אויף א שטארקע לעוועל. זע
דאצום עניין דארפסטו פארשטיין אז ס'איז נישט שייך צו זיין רוצחים איינער וואס האלט אז די טובה פון א קינד קומט פאר די טובה פון די כלל. די זאגסט אז מ'הארגט די קומענדיגע רבי מיילעך. און איך זאג דיר אז אויב די מאמע האלט דאס איז די טובה פון די קינד איז דאך נישט שייך זיך צו דינגען. ס'אינטערעסירט איר נישט צו ברענגען א מיילעך בידערמאן אויף די וועלט. זי וויל א ארענטליך וואוילע נשמהלע מיט זיינע בעסטע טשאנסען צו זיין א קינד ווי זי האלט ס'איז ווערט צו לעבן.
למעשה אויב זאג איך דיר אז ווען מ'גיט נישט פאר א קינד וואס דארף גלעזער, איז דא א גוטע טשאנס ער גייט ווערן א מיילעך בידערמאן.. וואלסטו געהאלטן אז קינדער זאלן נישט גיין מיט ברילען? א קינד מיט שווערע ADHD וואס נעמט נישט 10mg Adderall אדער עפעס ענליכס ווערט deprived פון גלעזער. אויב האלטסטו אז ס'איז די חוב פון א מאמע אוועק צונעמען די גלעזער פון א קינד פאר די טובות הכלל מעגסטו עס לכאורה טון פאר דיינע קינדער. אבער צו לעבלען יענעם א רוצח איז נישט און פלאץַ.
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
שטארקע נקודה.
די חידוש און ווייטאג איז אז עס איז נאך מער אנגענומען צווישן די קלוגערע און אויפגעקלערטע!
ווי יאסל האט שוין געשריבן איז אמת אז געוויסע דארפן עס האבן, אבער די טיילן לרחצה האט נישט קיין פשט, מיר האט א מנהל געזאגט אז 30% קינדער זענען אויף מעדיקעישענס!!!!!!!!!!
הייסט אז פאר טויזענטער יאר האבן קינדער אויסגעוואקסן געהעריג אן קיין מעדיקעישענס, אבער פלוצלינג פון פופצן יאר צוריק "קען מען ממש נישט קיין אנדערע וועג".
און א מאמע וואס האלט עס איז נישט גוט פאר איר קינד, 'לעבט אין דינייעל'......
יא, אונז דארפן בעסערע מחנכים אבער אויך דארפן מיר בעסערע טעראפיסטן!
פאליטיקאנטשטארקע נקודה.

ס'איז נישט צו פארגלייכן צום אמאל.
אמאל זענען קינדער אויפגעוואקסן צווישן די גענז און קאטשקעס, So אז א קינד איז געווען "צולאזט" האט עס נישט צופיל געשאט פאר די ארומיגע. און אויב ס'איז יא געווען אויפן חשבון פון אנדערע "האט ער געכאפט גוטע פעטש".
היינט מיט די "פעקטארי סיסטעם" + די נישט טיילן פעטש, זענען אזעלכע קינדער א שרעקליכע Drag אויף אלע אנדערע קינדער, און ס'ליגט בכלל נישט קיין חיוב אויפן מנהל (פאר די נישטיגע פאר דאלאר וואס ער באקומט אין שכ"ל) צו איבערדרייען א וועלט פאר אים.
אויב עפעס זאלן די עלטערן אים האלטן אינדערהיים און דינגען א מלמד "ווי מען האט געטוהן אין דער אלטער היים"...
נפהר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
נפה: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם דיאגנאז. זיכער זענען דא יוצאים מן הכלל. אבער בדרך כלל, די דאקטוירים טשעקן גוט אויס א קינד וואו ס'איז דא א קלער אז (אפשר) ליידט ער אויף עי.די.העיטש.די. און דארט וואו ספעלט זיך אויס איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי אז דאס קינד זאלל נעמען די ריכטיגע מעדיקעישן. איז דען אמאליגע צייטן, פאר די דאקטוירים זענען ארויף געקומען אז אט די מחלות עקזיסטירן, ל"ע, בעסער געווען?! ווען די מלמדים אין חדר האבן געהאקט שטיקער פון די (אומשולדיגע) קינדער. איך, אלס באסדרייווער האב אליינס צוגעזעהן די נישט געוואונטשענע עפעקטס פון די אומ-באהאנדלטע פראבלעמען ביי די קינדער. איך האב אין פארלויף פון די יארן געהאנדלט מיט 3 קינדער (אין פארשידענע צייטן) די קינדער. ווען זיי האבן--איין טאג-- נישט גענומען די פארשריבענע מעדיצין איז נישט געווען אויסצוהאלטן פון זיי. איך האב איינמאל (אויף א דיסקרעטן אופן) געפרעגט אזא קינד אויב ער האט היינט גענומען די מעדיצין. האט ער מודה געווען אז נישט. יענעם טאג איז ער טאקע געווען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. דאס איז אויף א באס, וואו ער איז נאר א קורצע צייט. און ער דארף נישט לערנען. איז כ"ש וק"ו אין א קלאסרום וואו ער שטערט נאך א גאנצע קלאס צו לערנען און צוברעכט דעם גאנצן סדר. איז דאך נישטא קיין אנדערע ברירה ווי געבן מעדיצין...!
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
באמת אמרו אז איך וואלט נאך היינט געגעבן א מעדעצין פאר ר' מיילעכ'ן
חסיד פון ליטא: דאמאלס וואלט ער נישט געווען דער ר' מיילעך וואס אונז קענען...!
דו דערמאנסט מיך א גוט ווערטל וואס איך האב געהערט בשם הצדיק ובעל יסורים קאני ראטנבערג, ע"ה...."80% פון סאטמאר זענען אויף פיללן. נאר די פראבלעימען האמיר פון די איבעריגע 20% וועלכע זענען נישט...!
נ.ב.: הרב שמעקעדיג. איך וועיס אז דו גלייכסט נישט דאס ווערטל. (איך האב נישט אזא קאטצן זיכרון). אבער דאס האביך געהערט/געליינט. איך זאג עס נאר איבער בשם אומרו...!
ריזיגע נקודה @אבשלום, איך וואונדער זיך נאר ווי די לייקס זענען, אזא ארטיקל איז גין גאלד.
צום ענין, ווי ערווענט טוה איך אביסל אין חינוך מיוחד, און כקען נישט מער ווי פארלאזן א טרער אויף איעדן ווארט עקסטער, עס קומען אן טעגליך בחורים מיט פלאסטישע גייסטער אין דירעקטן רעזולטאט פון די פילן.
דער אמת איז אז מען דארף ווען ארויסגעבן אויף אידיש אינפארמאציע איבער די גאנצע סוגיא, סרוב נעמען בלויז פון אומוויסנהייט.
דאס איז פאר יעצט מעגליך אז כוועל א צווייט מאל מרחיב זיין מיט עפיזאדן.
זופ מיט מאנדלעןריזיגע נקודה @אבשלום, איך וואונדער זיך נאר ווי די לייקס זענען, אזא ארטיקל איז גין גאלד.
צום ענין, ווי ערווענט טוה איך אביסל אין חינוך מיוחד, און כקען נישט מער ווי פארלאזן א טרער אויף איעדן ווארט עקסטער, עס קומען אן טעגליך בחורים מיט פלאסטישע גייסטער אין דירעקטן רעזולטאט פון די פילן.
דער אמת איז אז מען דארף ווען ארויסגעבן אויף אידיש אינפארמאציע איבער די גאנצע סוגיא, סרוב נעמען בלויז פון אומוויסנהייט.
דאס איז פאר יעצט מעגליך אז כוועל א צווייט מאל מרחיב זיין מיט עפיזאדן.
אז די טוסט אביסל אין חינוך מיוחד, פארוואס קלערסטו אז די פסיכאלאג וואס פרעסקרייבד די מעדס האט נישט אזוי פול עקספיריענס צו פארשטיין א קינד מער גרינטלעך ווי איינער וואס טוט אין חינוך?
זאגסט "ס'רוב נעמען בלויז פון אומוויסנהייט". אז מזוכט אויף און מ'גייט צו א פראפעשינעל און ער געט א פריסקריפשאן, איז דאס שוין איינמאל וויסענדיג
איך האב א שכן וואס האט אריינגענומען א קינד פון מאנטריאל וואס האט געדארפט הילף און דארט איז שווער מיט פראגראמס, דער קינד איז אינדערהיים געווען צולאזט און ווילד אז זיינע עלטערען האבן מער נישט געקענט אויסהאלטען ער האט יעדען טאג גענומען מעדעצין אבער עס האט נישט געוויזן קיין מופתים. די טאג וואס ער איז אנגעקומען צו מיין שכן האט דער גאנצע בנין געהערט זיינע קולות, היינט איז ער א וואויל איידעל קינד, האט איך געפרעגט מיין שכן ווי אזוי ער האט באוויזען די מופת זאגט ער מיר אז דער קינד׳ס מאמע איז חתונה געהאט א צוויייטע מאל און עס איז נישט אזוי רואיג דארט און ער האט נישט קיין געהעריגע טאטע אים צו מחנך זיין, ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים געגעבן די ליבשאפט און שטרענגקייט וואס מען דארף צו געבן און עס איז געשען א נס
נפהאיך האב א שכן וואס האט אריינגענומען א קינד פון מאנטריאל וואס האט געדארפט הילף און דארט איז שווער מיט פראגראמס, דער קינד איז אינדערהיים געווען צולאזט און ווילד אז זיינע עלטערען האבן מער נישט געקענט אויסהאלטען ער האט יעדען טאג גענומען מעדעצין אבער עס האט נישט געוויזן קיין מופתים. די טאג וואס ער איז אנגעקומען צו מיין שכן האט דער גאנצע בנין געהערט זיינע קולות, היינט איז ער א וואויל איידעל קינד, האט איך געפרעגט מיין שכן ווי אזוי ער האט באוויזען די מופת זאגט ער מיר אז דער קינד׳ס מאמע איז חתונה געהאט א צוויייטע מאל און עס איז נישט אזוי רואיג דארט און ער האט נישט קיין געהעריגע טאטע אים צו מחנך זיין, ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים געגעבן די ליבשאפט און שטרענגקייט וואס מען דארף צו געבן און עס איז געשען א נס
דאכצעך, מ'זאגט נאך א מאמר אז אין סומכין על הנס.
און נישט א יעדע ווילד קינד אין קאנאדא האט אן אכסניא און ניו יארק..
גערעכט אבער איך וויל ארויסברענגען אז נישט אייביג איז די פראבלעם עפעס וואס מעדעצין קען העלפען, ועוד דער פראפעשענעל ווייסט נישט וואס עס טוט זיך ביי דעם קינד אין שטוב ואין לו אלא מה שעיניו רואות.
וועגן אין סומכין על הנס האב איך פארגעסן צוצולייגן אז זיי האבן געגעבן חי מאל חי מאות קופת העיר און תהילים כולל וואס דעמאלט מעג מען
די טעזע פון דעם ארטיקל איז נאר מיט א משהו אמת און אין געווענליכע פעלער פארדינט מען נאר פון נאכגיין די מעדיצינישע קאנצענזוס הן אין מעדיצין הן אין טעראפיע.
די חורבנות פון וויאזוי אונזערע עלטערן זענען אויפגעצויגן געווארן איז קליפ און קלאר ווען זיי האבן אונז איבערגעגעבן בלויז דיספונקציע און פיין אן די מינדעסטע כלים וויאזוי זיך צו ספראווען אין לעבן און אן די מינדעסטע סעלף אווערנעס איבער זיך אליין זיכער נישט איבער זייערע ארומיגע.
אין שאטן פון קריג (איך האב נישט קיין בעסערער אויסרייד) האט מען דערצויגן א גייסטיש צערודערטער דור וועלכע זענען אין ריזיגע פראצענטן פערסאנאליטי דיסארדער ליידנדע וועלכע גיבן איבער זייער דיספונקציע פאר'ן דריטן דור אלעס אין נאמען פון צאי לך בעקבי הצאן און אל תטוש תורת אמך.
צווישן די דערמאנטע נעמען קען מען נוצן ר' אלימלך בידערמאן אלס ביישפיל, וואס טראץ וואס ער איז באמת אן ערן מענטש, אן ערליכער איד, א גאלדענע הארץ, ממש כל מעלות ומדות טובות שמנו בו חכמים פאר ווער ס'קען אים נאנט, א איד וואס נעמט באמת אידישקייט ערנסט, א איד וואס האט א גלענצנדע הבנה וואס צו זאגן פאר'ן דור און איז מחי' טויזנטער אידן בפועל ממש מיט גייסטישע חיזוק, קען מען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער איד ווארשיינליך אן אלקאהאליקער וועלכער מוטשעט זיך מיט אן אלקאהאל אדיקציע, און ווי יעדע אדיקציע איז עס פשוט אן עסקעיפ פון זיך אליין און פון די אייגענע פיין.
מיט אביסל גייסטישע הילף און באגלייטונג וואלט ער געקענט לעבן געזונטער און כ'גלייב אז א געזונטערע נפש איז בעסער ווי א נישט געזונטע נפש און ס'וואלט זיך איבערגעגאסן אויף אלע זיינע ארומיגע און אויף די צענדליגער טויזנטער אידן בכל קצוי תבל וועלכע זענען נהנה מאור תורתו הבהיר.
וואלוויזופ מיט מאנדלעןריזיגע נקודה @אבשלום, איך וואונדער זיך נאר ווי די לייקס זענען, אזא ארטיקל איז גין גאלד.
צום ענין, ווי ערווענט טוה איך אביסל אין חינוך מיוחד, און כקען נישט מער ווי פארלאזן א טרער אויף איעדן ווארט עקסטער, עס קומען אן טעגליך בחורים מיט פלאסטישע גייסטער אין דירעקטן רעזולטאט פון די פילן.
דער אמת איז אז מען דארף ווען ארויסגעבן אויף אידיש אינפארמאציע איבער די גאנצע סוגיא, סרוב נעמען בלויז פון אומוויסנהייט.
דאס איז פאר יעצט מעגליך אז כוועל א צווייט מאל מרחיב זיין מיט עפיזאדן.
אז די טוסט אביסל אין חינוך מיוחד, פארוואס קלערסטו אז די פסיכאלאג וואס פרעסקרייבד די מעדס האט נישט אזוי פול עקספיריענס צו פארשטיין א קינד מער גרינטלעך ווי איינער וואס טוט אין חינוך?
זאגסט "ס'רוב נעמען בלויז פון אומוויסנהייט". אז מזוכט אויף און מ'גייט צו א פראפעשינעל און ער געט א פריסקריפשאן, איז דאס שוין איינמאל וויסענדיג
איך קריג מיר נישט מיטן פראפעשינעלס חוות דעת, איך ווייז אים נאר זיינע רעזולטאטן. ווען איר וואלט געזען די נאכפאלגן וואלט איר אנדערשט גערעדט.
אומוויסנהייט מיינט צו זאגן אז א מענטש וואס טוט נישט אביסל אין די ענינים קען מען אים פארקויפן לאקשן, אין דעם פעלד זענען דא אסאך לעכער און מען דארף האבן עפעס מומחיות בלויז צו טרעפן דעם ריכטיגן מענטש אדער זיך צו קענען פארשטיין מיטן ריכטיגן מענטש.
אוודאי "קען" מען אן מעדעצין אויך פיל מאל אויפטוהן, דאס איז אבער אינפא. פאר די עלטערן.
דער מנהל וואס טרעפט זיך מיטן צולאזטן קינד (צוליב זיינע עלטערן, געשוויסטער, אדער שכינים) אן קענען נוצן די אמאליגע שטרענגע מיטלען, קען נישט ווערן באשולדיגט אז ער ניצט די מעדיצינישער וועג ווייל ער האלט אז דאס איז גוט פאר די "גאנצע קלאס".
ווי געשמועסט... דו האלסט אז מיט א פריוואטע מלמד און נאכאנאנדע פלעגונג קען ער בעסער אנקומען? קיינער האלט דיר נישט אפ...
רוב מאל איז נישט דער לעזונג אמאליגע שטרענגע מיטלען נאר היינטיגע ווייכע מיטלען
מיין שוועגערין פירט די חינוך מיוחד דעפארטמענט אין א היימישע סקול דערציילט זי איבער א מיידל וואס גארנישט האט נישט געהאלפען אפי׳ די טערעפיסט האט אויפגעגעבן ביז זיי האבן אויסגעפונען דורך א שמועס מיט איר אז זי קומט פון א מורא׳דיגער אביוזיוו שטיב פאר יעדע קלייניקייט שפארט איר די מאמע איין אין ביה״כ אין זי כאפט מערדערליכע פעטש און לעצטענס האט די מאמע אפגעמאכט אז זי מאכט עסן נאר פאר איר זון נישט פאר איר טאכטער, איר טאטע געבט איר יעדען טאג געלט זיך צו קויפן עסן און זי דארף זיך אליין מסדר זיין,
איך קען נישט צוענדיגען אז מען האט עס מסדר געווען איז איר אויפפירונג געווארן בעסער ווייל עס איז אין פראסעס (מען האט שוין ארויסגענומען פון איר הויז) השם ירחם
אויב מען וועט געבן מעדעצינען וועט נישט אויסוואקסן קיין ר' צ. מ. זילבערבערג און ר' מיילעך דאן טוט דאך דער מעדעצין יא אויף...
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
רימוןדי טעזע פון דעם ארטיקל איז נאר מיט א משהו אמת און אין געווענליכע פעלער פארדינט מען נאר פון נאכגיין די מעדיצינישע קאנצענזוס הן אין מעדיצין הן אין טעראפיע.
די חורבנות פון וויאזוי אונזערע עלטערן זענען אויפגעצויגן געווארן איז קליפ און קלאר ווען זיי האבן אונז איבערגעגעבן בלויז דיספונקציע און פיין אן די מינדעסטע כלים וויאזוי זיך צו ספראווען אין לעבן און אן די מינדעסטע סעלף אווערנעס איבער זיך אליין זיכער נישט איבער זייערע ארומיגע.
אין שאטן פון קריג (איך האב נישט קיין בעסערער אויסרייד) האט מען דערצויגן א גייסטיש צערודערטער דור וועלכע זענען אין ריזיגע פראצענטן פערסאנאליטי דיסארדער ליידנדע וועלכע גיבן איבער זייער דיספונקציע פאר'ן דריטן דור אלעס אין נאמען פון צאי לך בעקבי הצאן און אל תטוש תורת אמך.
צווישן די דערמאנטע נעמען קען מען נוצן ר' אלימלך בידערמאן אלס ביישפיל, וואס טראץ וואס ער איז באמת אן ערן מענטש, אן ערליכער איד, א גאלדענע הארץ, ממש כל מעלות ומדות טובות שמנו בו חכמים פאר ווער ס'קען אים נאנט, א איד וואס נעמט באמת אידישקייט ערנסט, א איד וואס האט א גלענצנדע הבנה וואס צו זאגן פאר'ן דור און איז מחי' טויזנטער אידן בפועל ממש מיט גייסטישע חיזוק, קען מען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער איד ווארשיינליך אן אלקאהאליקער וועלכער מוטשעט זיך מיט אן אלקאהאל אדיקציע, און ווי יעדע אדיקציע איז עס פשוט אן עסקעיפ פון זיך אליין און פון די אייגענע פיין.
מיט אביסל גייסטישע הילף און באגלייטונג וואלט ער געקענט לעבן געזונטער און כ'גלייב אז א געזונטערע נפש איז בעסער ווי א נישט געזונטע נפש און ס'וואלט זיך איבערגעגאסן אויף אלע זיינע ארומיגע און אויף די צענדליגער טויזנטער אידן בכל קצוי תבל וועלכע זענען נהנה מאור תורתו הבהיר.
דו רעדסט פון נעמען פראפעסיאנאלע הילף, די ארטיקל רעדט פון געבן פילס און די וועלט אריין, בפרט ווען עס איז נאר צו "בארואיגן א צולאזט קינד", אנדעם וואס יענער זאל דארפן נפשיות'דיגע הילף.
נישטא אזא זאך ווי א קינד וואס דארף פילן ווייל ער איז הייפער, א הייפער קינד דארף נישט קיין פילן, ער דארף אטענשן, און אז מ׳לערנט איהם אויס עס צו בעטן אויף א פראדוקטיוו וועג וועט ער שיינען און לייכטן. בכלל זענען דא קינדער וואס מיינען אז זיי זענען דער איינציגסטער אויפ׳ן וועלט וואס האט ליעב אטענשן און זיי שעהמען זיך דערמיט און דערפאר זוכן זיי עס אויף קראנקע און קרומע וועגן, ס׳ליגט א חוב אויף די עלטערן און מחנכים צו זיין אפן מיט זיי אז זיי אליינס לעכצן אויך נאך אטענשן און ס׳גארנישט ראנג דערמיט. די פראבלעם איז נאר אז רוב מענטשן האלטן נישט דערביי, נישט ביים פארגינען אטענשן פאר די קינדער און נישט ביים זיין אפען אז זיי דארפן עס אויך דערפאר וועלן זיי ענדערש הארגענען די קינדער׳ס נשמות ווי איידער פוגם צו זיין אין זייער ״פערפעקט״ אימעדש, ימח שמם. ס׳נישט דאס קינד וואס דארף פילן, די עלטערן און ״מחנכים״ דארפן עס! רשועים ארורים.
בכלל איז דער גאנצער ענין פון א קלאסציממער פון 25 קינדער א קראנקע מאדערנע ערפינדונג וואס מאכט נאר אן פראבלעמען, פארצייטנס פלעגן קינדער העלפן די עלטערן אין די ביזנעס און זיך לערנען ריעל לייף עקספיריענס, נאר די רייכע מענטשן האבן זיך געקענט ערלויבן צו דינגען א לערער פאר זייער קינד, איינשפארן 25 קינדער אין איין ציממער מיט א פעדאפיל וואס קען נישט לערנען און נישט האלטן א נארמאלע דשאב רוב טאג איז ניטאמאל אין חלום איינגעפאלן. איך האב א חבר א חבד׳סקער וואס זיין קינד איז געווען זייער ווילד און א גרויסע אנגעזעהענע פסיכאלאג האט איהם פארשריבן פילן, יארן האט דאס קינד נעבעך גענומען פילן וואס האט אינגאנצן פארקריפלט זיין ענערגיע ביז לעצטנס האט זיין טאטע באקומען א פאזיציע אלס א חב״ד שליח אין עפעס א פארווארפן שטעטל וואו דאס קינד איז מער ווי סתם עפעס א נאמבער אין א קלאס פון 25 קינדער און וואונדער איבער וואונדער, דאס קינד דארף מער נישט קיין פילן! (גראדע האבן מיר זיך אמאל געטראפן מיט דעם גרויסן פסיכאלאג און מיר האבן געמאכט פאטאש פון איהם, אביסל האט ער אנגעפאנגען צו כאפן אז ס׳עקזיסטירט עפעס מער אויפ׳ן וועלט ווי א PhD און הארגענען קינדער מיט פילן, זאל ער זוכה זיין צו א תשובה שלימה.)
נאכאמאל, ס׳ווענדט זיך וואס דו האלטסט איז די ציל פון לעבן. אויב איז די ציל פון לעבן אז די סיסטעם זאל ווייטער אנגיין, קינדער זאלן פראדוצירט ווערן, געהלע באסעס מיט גארבידש טראקס זאלן קורסירן אויף די גאסן, קארס זאלן פייפן, מאמעס מיט טורבאנס (סנודס?) זאלן פארפארעט זיין, דער רבי זאל טאנצן, אלע חסידים קלאטשן, ראש לימבאו זאל שעלטן, יאסי געשטעטנער זאל איבערקייען, די אינגעלייטלעך זאלן צושוידערט ווערן, דור הולך ודור בא און אלעס בלייבט ביים אלטן דאן כל הכבוד, גיב פילן ס׳זאל גיין א רויעך, נישט נאר פאר צולאזטע קינדער נאר פאר יעדער וואס שפילט נישט מיט מיט׳ן הערליכע ארקעסטרע וואס שאפט א נחת רוח פאר גאט.
אויב אבער איז די ציל צו ענדשויען דאס לעבן, געפילישע באדערפענישן זאלן ערפילט ווערן, ענדשויען די אייגענע ענערגיע, עס אויסגעבן אויף א פראדוקטיוו וועג, באקומען ליעבע און אטענשאן, געבן ליעבע און אטענשאן, דאן קומט פילן אינגאנצן נישט אריין.
נפהאיך האב א שכן וואס האט אריינגענומען א קינד פון מאנטריאל וואס האט געדארפט הילף און דארט איז שווער מיט פראגראמס, דער קינד איז אינדערהיים געווען צולאזט און ווילד אז זיינע עלטערען האבן מער נישט געקענט אויסהאלטען ער האט יעדען טאג גענומען מעדעצין אבער עס האט נישט געוויזן קיין מופתים. די טאג וואס ער איז אנגעקומען צו מיין שכן האט דער גאנצע בנין געהערט זיינע קולות, היינט איז ער א וואויל איידעל קינד, האט איך געפרעגט מיין שכן ווי אזוי ער האט באוויזען די מופת זאגט ער מיר אז דער קינד׳ס מאמע איז חתונה געהאט א צוויייטע מאל און עס איז נישט אזוי רואיג דארט און ער האט נישט קיין געהעריגע טאטע אים צו מחנך זיין, ווען ער איז געקומען צו אים האט ער אים געגעבן די ליבשאפט און שטרענגקייט וואס מען דארף צו געבן און עס איז געשען א נס
נפה: ד ביסט גערעכט. אבער אונז ווייסן (כמעט) קיינמאל נישט דעם ..."מיקס"...וויפיהל ס'איז אינ'ם נפש פון קינד. און וויפיהל ס'איז ענווייראנמענטאל. און ווען די נפשיות'דיגע פראבלעמען פארלאנגען מעדיצין, דאמאלס העלפט נישט ליעבשאפט אליין. סיי ווי שטארק ס'זאלל נישט זיין. לאידך גיסא. (אזוי ווי איך האב געטון מיט דעם קינד וואס האט געהאט די פראבלעם און גענימען מעדיצין). איך בין געווען ..."שטרענג"... צו איהם. און נישט געלאזט ער זאלל ארומטאנצן און איבערקערן דעם באס. לכה"פ, האביך פארלאנגט (מיט די הילף פונ'ם באס רבי) אז ער זאלל פארבלייבן אין זיין סיעט. און נישט ארומלויפן איבער דעם גאנצן באס.
@רבינו הקדוש זאגט הייליגע ווערטער.
ווי איך פארשטיי רעדסטו ספעציפיש פון פילן פאר הייפעראקטיווע קינדער, נישט פילן אין אלגעמיין.
נפהגערעכט אבער איך וויל ארויסברענגען אז נישט אייביג איז די פראבלעם עפעס וואס מעדעצין קען העלפען, ועוד דער פראפעשענעל ווייסט נישט וואס עס טוט זיך ביי דעם קינד אין שטוב ואין לו אלא מה שעיניו רואות.
וועגן אין סומכין על הנס האב איך פארגעסן צוצולייגן אז זיי האבן געגעבן חי מאל חי מאות קופת העיר און תהילים כולל וואס דעמאלט מעג מען
א פראפעשינעל וואס פסק'נט אן וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם, איז נישט קיין פראפעשינעל. דא רעדט מען פון איינער וואס גייט יא לויט די guidelines. און פארשטייט זיך אז אויב ס'איז נישט עפעס וואס מעדיצין קען העלפן איז דאס נישט ADHD. מ'רעדט פון א ריכטיגע דיאגנאסיס דורך א פראפעשינעל וואס בדרך כלל ארבעט יא. ווי פול מ'זאל קריטיקירן די פראפעשינאלס החלטה, געדענק ווי פול ערגער דאס איז אויב א קינד איז ארויס פון די נארמאלע סאציאלע התנהגות וואס דעמאלט קלאפט עס געפערליך אויס אויפן קינד און לאזט א שאדן כל ימי חייו, ל"ע.
32400 איז א שיינע נתינה, די זכות וועט זיי אודאי ביישטיין... אבוטלמוס האט אמאל געשריבן איבער דער טעמע דברים קילורין לעיניים.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/13455">viewtopic.php?f=53&t=13455</a><!-- l -->
זופ מיט מאנדלען@רבינו הקדוש זאגט הייליגע ווערטער.
ווי איך פארשטיי רעדסטו ספעציפיש פון פילן פאר הייפעראקטיווע קינדער, נישט פילן אין אלגעמיין.
כ׳רעד פון אלע קינדער וואס שפילן נישט מיט מיט׳ן סיסטעם.
פאליטיקאנט
דו רעדסט פון נעמען פראפעסיאנאלע הילף, די ארטיקל רעדט פון געבן פילס און די וועלט אריין, בפרט ווען עס איז נאר צו "בארואיגן א צולאזט קינד", אנדעם וואס יענער זאל דארפן נפשיות'דיגע הילף.
ווי אזוי פונקטלעך קען מען "געבן פילס אין די וועלט אריין" אן נעמען א פריסקריבשאן, וואס דאס מיינט אן educated decision דורך א פראפעשינעל.
חוץ אז עפעס א טוער שלעפט ארויס א פריסקריבשאן פון א pediatrician וואס קען נישט קיין עכטע פסיכיאלאגיע, וואס דאס מאכט זיך אסאך ליידער, אבער דאס איז שוין ווייטער נישט פראפעשינעל opinion.
אז מ'האט מורא פון די "פילען טייילערס" זאל מען נישט בלעימען ַַדי גוטע דאקטוירים. ליידער "א גרויסע חלק" פון טוער'ס און היימישע (unlicensed...) טאראפיסטן וועלען "טיילען פילן" אן קיין דאקטוירים אויב זיי האבן געקענט לייגען א האנט דערויף אויף עפעס אן אופן. נאכמער נפוץ ביי אונז אין די unprofessional וועלט איז קליענט קאנפידענטיאליטי, ווי ס'איז זייער נפוץ אז טאראפיסטן וועלען דערציילן, פאר וויכטיגע סיבות, פאר אנדערע אן פרעגען די פאציענט, א זאך וואס אן עון בל יכופר אין די פראפעשינעל וועלט.
אז די זיכסט "פילען טייילערס", אז ליידער דא ביי אונז גענוג אין נאך, אבער ווער הייסט גיין קרום ווען מ'קען גיין גראד.
איך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.
טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.
נפהרוב מאל איז נישט דער לעזונג אמאליגע שטרענגע מיטלען נאר היינטיגע ווייכע מיטלען
מיין שוועגערין פירט די חינוך מיוחד דעפארטמענט אין א היימישע סקול דערציילט זי איבער א מיידל וואס גארנישט האט נישט געהאלפען אפי׳ די טערעפיסט האט אויפגעגעבן ביז זיי האבן אויסגעפונען דורך א שמועס מיט איר אז זי קומט פון א מורא׳דיגער אביוזיוו שטיב פאר יעדע קלייניקייט שפארט איר די מאמע איין אין ביה״כ אין זי כאפט מערדערליכע פעטש און לעצטענס האט די מאמע אפגעמאכט אז זי מאכט עסן נאר פאר איר זון נישט פאר איר טאכטער, איר טאטע געבט איר יעדען טאג געלט זיך צו קויפן עסן און זי דארף זיך אליין מסדר זיין,
איך קען נישט צוענדיגען אז מען האט עס מסדר געווען איז איר אויפפירונג געווארן בעסער ווייל עס איז אין פראסעס (מען האט שוין ארויסגענומען פון איר הויז) השם ירחם
אויב דאס האט געהאלפן ביסטו גערעכט אז די מיידל האט נישט געדארפט קיין מעדיצינישע הילף. אבער פונקט אזוי ווייזט עס אז די קינד האט נישט געליטן פון ADHD אויך נישט. א קינד וואס דארף "באמת" פילן לפי זיין התנהגות, אפי' נאר אויף א behavior issue, בדרך כלל קען זיך נישט היילן נישט מיט שטרענגע מיטלען און נישט מיט ווייכע מיטלן. אז ער באקריגט די פילן וואס זענען געאייגנט פאר זיין קאנדישאן האט ער אסאך מער טשענסעס צו זיך מסדר זיין און שטייגען.
וועסטו אודאי פרעגען ווי אזוי גיבט מען פילען אויב ס'קען זיין אז די סיבה איז נישט ADHD וכו'? פארדעם דארף מען א עכטע דאקטער וואס האט זיך געלערנט, ווי אויך האט ער עקספיריענס, בדרך כלל קען ער בעסער פאראויס זאגן ווי סיי וועלעכע געלערנטע מחנך, און ער ווייסט די guidelines פון אפטייטשן symptoms. מעדיצינישע הילף קען מען נישט, יא אדער נישט, געבן אן א דאקטער. מילא פארלאז דיך אויף עם אויב די קינד דארף פילען אדער נישט, פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע רפואה גייט מען צו א דאקטער און נישט א בלויז א ידען אליינס. די מנהל איז נישט די פראפעשינאל צו טיילן פילן אדער נישט, ער קען סך הכל אנגרייטן די פייל פונ'ם קינד פאר'ן דאקטער, און געבן זיין בעסטע מבינות אויף די קינד, אבער נישט קיין החלטות פאר מעדיקעישאן.
אז מ'געבט נישט פראפעשינעל הילף פאר א קינד וואס דארף עס, איז שטארק מעגליך אז ער וועט זיך נישט באמת היילן אן דעם און ער וועט זיך מוטשענען כל ימי חייו, וואס איז א שטארקע שאדן פאר א רוהיג לעבן.
פערינאאיך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.
טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.
דאן האסטו עפעס אן אנדערע אומערפילטע געפילישע באדערפעניש, פאר איינער וואס פארשטייט נישט צו מענטשליכע באדערפענישן קען זיך עס טאקע הערן אבסורד אבער דאס איז די מציאות.
@רביה"ק, איך בין הונדערט פראצענט אויף דיין זייט (כלפי 25 קינדער און די אמאל און היינט).
ווילאנג אבער די סיסטעם בלייבט ביים אלטן (נייעם...), איז עס לדעתי די אחריות פון די עלטערן אויב האלטן זיי אז ער קען בעסער אפשניידן אן מעדעצין מיט מער אטענשן וכדו' (זעלבסט פארשטענדליך אז ווען איך רעד פון א מנהל וואס שטופט גיבן מעדעצין איז עס נאר נאכן באקומען א פראפעסיאנאלע עוואליואציע).
חסיד פון ליטאבאמת אמרו אז איך וואלט נאך היינט געגעבן א מעדעצין פאר ר' מיילעכ'ן
😂
רביה''ק זי''ענישטא אזא זאך ווי א קינד וואס דארף פילן ווייל ער איז הייפער, א הייפער קינד דארף נישט קיין פילן, ער דארף אטענשן, און אז מ׳לערנט איהם אויס עס צו בעטן אויף א פראדוקטיוו וועג וועט ער שיינען און לייכטן.
און וויפיל אטענטשאן וואלסטו פרעסקרייבד צו העלפן אן ADD ליידנדע מיט קאנצעטראציע שוועריקייטן?
רביה''ק זי''עאויב אבער איז די ציל צו ענדשויען דאס לעבן, געפילישע באדערפענישן זאלן ערפילט ווערן, ענדשויען די אייגענע ענערגיע, עס אויסגעבן אויף א פראדוקטיוו וועג, באקומען ליעבע און אטענשאן, געבן ליעבע און אטענשאן, דאן קומט פילן אינגאנצן נישט אריין.
און אויב איז טאקע דאס די ציל, איז דאס קינד שוין א געהאלפענע? נאר פארן האלטן אזוי ווערט דאס קינד געהאלפן? אפשר ערקלערסטו וויאזוי דאס ארבייט.
בעיקרון בין איך מסכים מיט דיינע הנחות, אבער למעשה לעבן מיר דא אין דער וועלט, למטה מעשרה טפחים בוויליאמסבורג עיר הבירה. וואס וואלסטו מייעץ געווען דעם טאטע? ער זאל אויפשטעלן א נייע קהלה און מוסדות?
די גרעסטע אידיאל איז העלפן איינעם הלכה למעשה. פון שיינע שיטות ווערט מען נישט געהאלפן. (איך רעד צו מיר אליין.)
.
רימון
צווישן די דערמאנטע נעמען קען מען נוצן ר' אלימלך בידערמאן אלס ביישפיל, וואס טראץ וואס ער איז באמת אן ערן מענטש, אן ערליכער איד, א גאלדענע הארץ, ממש כל מעלות ומדות טובות שמנו בו חכמים פאר ווער ס'קען אים נאנט, א איד וואס נעמט באמת אידישקייט ערנסט, א איד וואס האט א גלענצנדע הבנה וואס צו זאגן פאר'ן דור און איז מחי' טויזנטער אידן בפועל ממש מיט גייסטישע חיזוק, קען מען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער איד ווארשיינליך אן אלקאהאליקער וועלכער מוטשעט זיך מיט אן אלקאהאל אדיקציע, און ווי יעדע אדיקציע איז עס פשוט אן עסקעיפ פון זיך אליין און פון די אייגענע פיין.
מיט אביסל גייסטישע הילף און באגלייטונג וואלט ער געקענט לעבן געזונטער און כ'גלייב אז א געזונטערע נפש איז בעסער ווי א נישט געזונטע נפש און ס'וואלט זיך איבערגעגאסן אויף אלע זיינע ארומיגע און אויף די צענדליגער טויזנטער אידן בכל קצוי תבל וועלכע זענען נהנה מאור תורתו הבהיר.
במחילה, אבער צו שרייבן אזעלכע ווערטער איז חוצפה געמישט מיט איגנאראנץ (און טאקע דערפאר - חוצפה).
איך קען ר' מיילעכ'ן היבש פון דער נאנט, ומעיד אני עליו שמים וארץ אז כמעט וואס דער מענטש טרינקט נישט קיין אלקאהאל.
דורכן גאנצן וואך -סיידן שבת- טרינקט ער נישט קיין יי"ש, און דאס וואס מ'זעט אים שטענדיג ביי זיינע סעודות מיט אלקאהאל איז צוליב דעם וואס דאס לאזט אים רעדן אומגעשטערט מחשש הבריות, און אזוי אויך ברענגט עס אריין אין א היי - וואס דורכדעם קען ער אויפהייטערן דעם ציבור.
אן אלקאהאליקער וועט זיך נישט קענען איינהאלטן פון טרינקען סתם אזוי, אבער אויב ר' מיילעך טרינקט נישט אין שטוב פאר זיך, און סתם אזוי אינמיטן וואך, דאן קען ניטאמאל זיין אז ער איז אנגעבינדן אינעם ביטערן טראפן.
----
אבשלום בן מעכה האט געשריבן גאר גוט און צום פונקט. זיין אבזערוואציע איבער ר' מיילעך איז מער צום זאך.
קודאס פאר אבשלומ'ן פארן עפענען דעם אשכול.
נאך ביישפילן פון אידן וואס וואלטן ארויף אויף מעדס און כלל ישראל וואלט זיי פארלוירן אויף שטענדיג, זענען די פאלגענדע:
[list]רבי יאסעלע סלוצקער
רבי אייזל חריף פון סלאנים
רבי אהרל'ע קאזשניצער
דער בית ישראל פון גער
ליובאוויטשער רבי
רבי אליעזר געלדצעהלער
דער נצי"ב
[אפשר] דער חיד"א
רבי מענדעלע קאצקער[/list:u]
---
אנדערע וואלט מען געלייגט אויף אנדערע מעדס, לאו דווקא ADHD, אבער גענוג אוועקצונעמען זייער שפעטערדיגע גדלות, ווי די פאלגענדע:
[list]דער בעל שם טוב
רבי נחמן ברסלבער
רבי ברוכ'ל מעזיבוזשער
דער בריסקער רב [ואולי גם אביו]
דער ש"ך
דער פרי חדש
דער ראגאטשובער
הרב אלישיב
דער חזון איש[/list:u]
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
פון די אנדערע זייט קוק אויף די גוטע זייט, אונז האלטן צוריק אסאך וואס וואלטן נישט גוט געווען..... שטעל דיך פאר מ'געט ווען מעדס פאר גור'ער רבי פערציג יאר צוריק (טאקע פון די סארט וואס ער גיבט פאר זיינע בחורים).....
אפשר דעס איז די סיבה פארוואס ס'וואקסן נישט מער גדולי ישראל?
זייער מעגליך!
רביה''ק זי''עפערינאאיך נעם ADHD פילען. ס'איז דא צייטען וואס איך דארף עס ממש ווי וואסער צו טרינקען.
טאקע פרייטאג טראכט איך צוויי מאל פארדעם ווייל ס'קען טאקע אוועק נעמן די טעם פון א שבת. אבער צו זאגען אז א קינד וואס איז הייפער אקטיוו דארף נאר אטענטשען איז אבסורד.
דאן האסטו עפעס אן אנדערע אומערפילטע געפילישע באדערפעניש, פאר איינער וואס פארשטייט נישט צו מענטשליכע באדערפענישן קען זיך עס טאקע הערן אבסורד אבער דאס איז די מציאות.
אין אנדערע וערטער: דאס דארף א ברייטערע פסיכאלאגישע באהאנדלונג...!
פאליטיקאנטפון די אנדערע זייט קוק אויף די גוטע זייט, אונז האלטן צוריק אסאך וואס וואלטן נישט גוט געווען..... שטעל דיך פאר מ'געט ווען מעדס פאר גור'ער רבי פערציג יאר צוריק (טאקע פון די סארט וואס ער גיבט פאר זיינע בחורים).....
ס'וואלט נישט געהאלפן...! פאר זיינע פראבלעמען דארף מען עפעס אנדערש...!
לגבי דעם בית ישראל האב איך געהערט פון א קראנטע מקור אז ער האט טאקע גענומען מעדס, זעהט אויס אז ס׳נישט גענוג געווען… בריסקער רב איז נעבעך געווען א מלחמה געליטענער, פאר׳ן מלחמה איז ער נישט געווען אזוי.
רביה"ק זי"ע: אבער א בריסקער איז ער נאכאלץ געווען...!
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
נפהר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
גוזמא קתני. קאן זיין ער מיינט ציזאגען אז די היימישע עסקנים וועלן ניצן קאראפאטע דאקטוירם צי קריגען די דיגנאסיס.
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
פאליטיקאנטשטארקע נקודה.
די חידוש און ווייטאג איז אז עס איז נאך מער אנגענומען צווישן די קלוגערע און אויפגעקלערטע!
ווי יאסל האט שוין געשריבן איז אמת אז געוויסע דארפן עס האבן, אבער די טיילן לרחצה האט נישט קיין פשט, מיר האט א מנהל געזאגט אז 30% קינדער זענען אויף מעדיקעישענס!!!!!!!!!!
הייסט אז פאר טויזענטער יאר האבן קינדער אויסגעוואקסן געהעריג אן קיין מעדיקעישענס, אבער פלוצלינג פון פופצן יאר צוריק "קען מען ממש נישט קיין אנדערע וועג".
און א מאמע וואס האלט עס איז נישט גוט פאר איר קינד, 'לעבט אין דינייעל'......
יא, אונז דארפן בעסערע מחנכים אבער אויך דארפן מיר בעסערע טעראפיסטן!
כל הגשר כולו גשר צר מאוד אין וואס א יאר שפעטער ווערט דער גשר שמעלער אין שמעלער. ממילא קאנען ווייניגער קינדער מיטגיין מיטן סיסטעם. מיר דארפן א קורקלעם מיר דארפען קאלארפול מיר דארפן געוויסע ספארטס דעמאלטס וועט מען נישט דארפען אזויפיל טעראפיסטען.
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
berlbalagulehנפהר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
נפה: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם דיאגנאז. זיכער זענען דא יוצאים מן הכלל. אבער בדרך כלל, די דאקטוירים טשעקן גוט אויס א קינד וואו ס'איז דא א קלער אז (אפשר) ליידט ער אויף עי.די.העיטש.די. און דארט וואו ספעלט זיך אויס איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי אז דאס קינד זאלל נעמען די ריכטיגע מעדיקעישן. איז דען אמאליגע צייטן, פאר די דאקטוירים זענען ארויף געקומען אז אט די מחלות עקזיסטירן, ל"ע, בעסער געווען?! ווען די מלמדים אין חדר האבן געהאקט שטיקער פון די (אומשולדיגע) קינדער. איך, אלס באסדרייווער האב אליינס צוגעזעהן די נישט געוואונטשענע עפעקטס פון די אומ-באהאנדלטע פראבלעמען ביי די קינדער. איך האב אין פארלויף פון די יארן געהאנדלט מיט 3 קינדער (אין פארשידענע צייטן) די קינדער. ווען זיי האבן--איין טאג-- נישט גענומען די פארשריבענע מעדיצין איז נישט געווען אויסצוהאלטן פון זיי. איך האב איינמאל (אויף א דיסקרעטן אופן) געפרעגט אזא קינד אויב ער האט היינט גענומען די מעדיצין. האט ער מודה געווען אז נישט. יענעם טאג איז ער טאקע געווען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. דאס איז אויף א באס, וואו ער איז נאר א קורצע צייט. און ער דארף נישט לערנען. איז כ"ש וק"ו אין א קלאסרום וואו ער שטערט נאך א גאנצע קלאס צו לערנען און צוברעכט דעם גאנצן סדר. איז דאך נישטא קיין אנדערע ברירה ווי געבן מעדיצין...!
יש כמה וכמה אופנים זיך צי ספראווענען דערמיט אן מעדיקעישאן.
איך האב אמאל געוואלט געבן Melochew פאר א קינד האב איך דיסיידעד איך וויל עס אליין נעמען ממילא וועל איך פארשטיין דאס קינד וואס נעמט דאס.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/JphJQkH48ow">https://youtu.be/JphJQkH48ow</a>
או אינו: ייש"כ. איך וויל אזוי לערנען גמרא מיט מיינע תלמידים...!
ווער האט שוין געזעהן וויאזוי יואלי לעבאוויטש לערנט גמרא...?!
הוגהרביה''ק זי''ענישטא אזא זאך ווי א קינד וואס דארף פילן ווייל ער איז הייפער, א הייפער קינד דארף נישט קיין פילן, ער דארף אטענשן, און אז מ׳לערנט איהם אויס עס צו בעטן אויף א פראדוקטיוו וועג וועט ער שיינען און לייכטן.
און וויפיל אטענטשאן וואלסטו פרעסקרייבד צו העלפן אן ADD ליידנדע מיט קאנצעטראציע שוועריקייטן?
האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצן, כ׳האב דאך קלאר געזאגט אז ס׳ווענדט זיך נישט אין די כמות נאר אין די vulnerability פון די פארטייען אינוואלווד. א מענטש וואס זיינע געפילן זענען פארקריפלט און איז מתוסבך מיט זיך אליינס דארף ערשט זיך אליינס אויסהיילן אז נישט וועט ער נאר פארקריפלען זיינע קינדער, ער קען געבן קושעס, ליעבע, און אטענשאן פון היינט ביז מארגן און ער וועט נאר קאליע מאכן. דערמאנסט מיר פון יענער וואס האט געהערט אז מ׳דארף קושן די קינדער איז ער געגאנען צו זיין קינד בדחילו ורחימו מיט טרייסעלנדע הענט און איהם געגעבן א קוש אויף... די שטערן... נאך א מזל ער האט איהם נישט געקושט אויפ׳ן פוס. 😂 נאכדעם וויל ער פארשטיין פארוואס זיין קינד פילט זיך נאכאלץ אפגעפרעמדט פון איהם, וויפיל קושעס וואלסטו פרעסקרייבד? 😂 😂 😂 ווי יענער חכם וואס האט נאכקיינמאל נישט געגעבן א פראנצויזשע קוש פאר זיין ווייב און ער פארשטייט נישט פארוואס נאכ׳ן זיין פארהייראט פאר צעהן יאר פילט ער נאכאלץ ווי א פלג גופא.
לגבי מוסדות, ווער האט גערעדט פון מוסדות? טראכסט ווייטער ווי א מרובע. איך קען א איד וואס זיין זוהן האט נישט אריינגעפאסטן אין א ישיבה האט ער איהם געשיקט ארבעטן, זיין זוהן האט שפעטער חתונה געהאט מיט א פיינע מיידל און האט לעצטנס געהאט זיין ערשט קינד, בקיצור, ס׳פעלט דעם אינגערמאן גארנישט, און אויסער די משכב זכור וואס ער וואלט מקיים געווען אין ישיבה דארמיטארי בהידור רב האט ער גארנישט פארפאסט.
הלכה למעשה קען מען נאר העלפן איינער וואס וויל זיך העלפן, איינער וואס ס׳איז איהם גוט אזוי מיט זיינע פארקריפלטע געפילן איז נישט דא מיט איהם וואס צו מאכן. מה נפשך, אויב איז דיר נישט גוט די מצב און וואו דו ביזט ווייסטו דאך אליינס וואס דו ווילסט טוישן, ולב יודע מרת נפשו, ווידער אויב איז דיר גוט אזוי איז דאך גוט אזוי.
ביזט גערעכט אין אידיאל. הלכה למעשה איז אבער דער פסיכיאטער/מנהל גערעכט, לכה"פ אין רוב פעלער. דו שרייבסט דאך אויך אזוי.