☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלות

צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלות

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14966

ששון ושמחה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:28 am

· #487225
צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלות
ס'איז דא חסידישע צדיקים וואס זענען מיסטעריעז קיינער ווייסט עכט וועגן זיי נאר בעיקר ווייסט מען מעשיות און מופתים און אז זיי זענען געוועהן פארהייליגט צב''ש די ריזינער זי''ע.

אבער ס'איז געוועהן צדיקים וואס מ'דארף נישט קיין מעשיות און מופתים צו וויסן ווי גרויס און הייליג זיי זענען געוועהן ווייל זיי האבן געשריבן גאונות'דיגע ספרים. איך וויל מאכן א שטיקעל ליסט.

בעל התניא
ישמח משה
דברי חיים
בני יששכר
באר מים חיים

ווער נאך?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:36 am

· #487227
אנדערע צדיקים האבן געשריבן גאונות׳דיגע תגובות אין קאווע שטיבל.

אויסדערדעם כאפ איך נישט פונקטליך פון וועלכן גדלות מ׳רעדט דא, שרייבן פילפולים איז נישט קיין ראיה אויף קענען פראווענען מופתים, געווענליך איז עס פארקערט, די וואס זענען פארנומען פראווען מופתים האבן נישט קיין נערוון צו זיצן און שרייבן פילפולים. דער רוזשינער האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט אלץ א פילפולים זאגער, אלבערט איינשטיין האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט פאר א מופתים פראווענער, אבי געשאסן אן אשכול.

ערבי נחל » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:39 am

· #487228
ששון ושמחה
ס'איז דא חסידישע צדיקים וואס זענען מיסטעריעז קיינער ווייסט עכט וועגן זיי נאר בעיקר ווייסט מען מעשיות און מופתים און אז זיי זענען געוועהן פארהייליגט צב''ש די ריזינער זי''ע.

אבער ס'איז געוועהן צדיקים וואס מ'דארף נישט קיין מעשיות און מופתים צו וויסן ווי גרויס און הייליג זיי זענען געוועהן ווייל זיי האבן געשריבן גאונות'דיגע ספרים. איך וויל מאכן א שטיקעל ליסט.

בעל התניא
ישמח משה
דברי חיים
בני יששכר
באר מים חיים

ווער נאך?

עבודת ישראל יש לו ספר בית ישראל על ש״ס
אוהב ישראל סוגיות בסוף הספר
בת עין תשובה בסוף הספר
זכרון כהונה לבעל ברית כהונת עולם
ערבי החל חיבר הלבשי שרד
קאמארנע
פנים יפות ואחיו
חתם סופר
אבני נזר

מאנטריאל » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 1:57 am

· #487230
Re: צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלו
זייט ווען האט מען געגלייבט רבי ר' אלימלך א ער האט געקענט לערנן זיין גדלות איזַגעווען לכאורה ביי די חסידים מיט דביקות עס איז דא אזעלכע ביי די חסידים וואס האבן געקענט גוט לערנען נאך פאר ווערן א חסיד ווי די ישמח משה אבער עס איז געגאנגען ווייטער ביי זייערע קינדער

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:26 am

· #487235
רביה''ק זי''ע
אנדערע צדיקים האבן געשריבן גאונות׳דיגע תגובות אין קאווע שטיבל.

אויסדערדעם כאפ איך נישט פונקטליך פון וועלכן גדלות מ׳רעדט דא, שרייבן פילפולים איז נישט קיין ראיה אויף קענען פראווענען מופתים, געווענליך איז עס פארקערט, די וואס זענען פארנומען פראווען מופתים האבן נישט קיין נערוון צו זיצן און שרייבן פילפולים. דער רוזשינער האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט אלץ א פילפולים זאגער, אלבערט איינשטיין האט זיך קיינמאל נישט פארקויפט פאר א מופתים פראווענער, אבי געשאסן אן אשכול.

רביה"ק זי"ע: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. אבער איך בין נישט מסכים מיט דעם לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה. אבער, אפילו לשיטתך. איז דא א דריטע קאטעגאריע פון צדיקים וועלכע זענען נישט באוואוסט אלס פילפולים זאגערס אדער מופתים פראווענערס. אבער דאך זענען זיי צדיקים. זיי קומען אין אלע סייזעס, שעיפס און קאלירן. לדוגמא. דער יונגערמאן וואס איך האב געברענגט די מעשה איבער איהם. וואס ער האט געספאנסערט א בר מצווה פאר זיין ארבעטער. א פרישער אימיגראנט פון ארץ ישראל. און ער האט איהם נאך געגעבן א סוס לרכוב עליו. (פארשטייצעך סימבאליש גערעדט.) און יענער מענטש, דער בעל שמחה האט פארלאנגט נאך עפעס עקסטרא. און ווען ער האט געפרעגט דעם ספאנסאר אויב ער ערלויבט עס. האט ער געענטפערט מיט אזא שמחה. ווי גלייך ס'וואלט זיך געהאנדלט אין זיין אייגן קינד. אויז איז דא אין מאנסי א איד. ער הייסט ר' מרדכי שטיינער. ווער ס'קוקט זיך צו צו זיין עבודת ה' מוז נתרגש ווערן. און ער איז ווי די גמ' דרוקט זיך אויס..."ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...! כהנה וכהנה זענען פארהאן טויזנטער בעל בת'ישע אידן וועלכע גייען ארויס פון זייער וועג מקיים צו זיין א מצוה. ספעציעל אין עניינים פון גמילות חסדים. אט זיי זענען די אמת'ע צדיקים אין וועמענ'ס זכות די וועלט שטייט...!

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:29 am

· #487237
הייסט עס, אז איינער וואס שרייבט פלפולים און פיינע ספרים אויף אים מעג מען האבן אמונת צדיקים. און איינער וואס האט נישט די כלים, ער איז doomed.
What a farse

חקרן » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:40 am

· #487239
די פוילישע רבי'ס זענען געווען באקאנט אלס לומדים, אבער נישט די ערשטע דורות חסידים, וואו דארט האט מען געגלויבט אינעם צדיק, פשוט ווייל מ'האט געגלויבט, דוגמת הרה"ק רבי אלימלך, החוזה מלובלין וכו'. הערשט ווען עס איז געקומען פאשיסכע און קאצק, האט זיך געטוישט די נוסח און די פוילישע רבי'ס זענען געווען גדולי עולם. אזוי איז אויך געווען אין גאליציע.

אין אוקריינא, ווייס רוסלאנד, זענען די רבי'ס נישט באקאנט געווען פאר זייערע לומדות, מען האט ניטאמאל געשמועסט דערפון.

אין אונגארן, וואו דער עיקר חסידות איז געקומען שפעטער, זענען אויך געווען גדולי תורה, אבער אויף אן אנדערן פארנעם, נישט אויפן שארפן פוילישן שטייגער (סאטמאר רב איז געווען א פוילישער).

מצפצף » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:41 am

· #487240
חקרן

מיט וואס איז ער געווען פויליש?

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:47 am

· #487242
מצפצף: ער האט געגעסן זיסע געפילטע פיש. און האלאפטשעס מיט צוקער. און געדרייט מיט'ן פינגער. אבער זיין רביצין (בזיווג שני) איז געווען אן עכט פוילישע...!

ששון ושמחה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 9:42 am

· #487245
[ציטאט אראפגענומען]

אויך ערבי נחל איז נישט חסידיש

ששון ושמחה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 9:43 am

· #487246
מאנטריאל
זייט ווען האט מען געגלייבט רבי ר' אלימלך א ער האט געקענט לערנן זיין גדלות איזַגעווען לכאורה ביי די חסידים מיט דביקות עס איז דא אזעלכע ביי די חסידים וואס האבן געקענט גוט לערנען נאך פאר ווערן א חסיד ווי די ישמח משה אבער עס איז געגאנגען ווייטער ביי זייערע קינדער

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבען אין ר' אלימלך. סתם אינטערסאנט א ליסט פון צדיקים וואס זענען געוועהן גאונים אדירים

חסיד פון ליטא » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:16 am

· #487250
Re: צדיקים אויף וועם מ'דארף נישט אמונה פשוטה אויף זייער גדלו
טשעבינער רב איז מסתמא געווען דער סאמע גרעסטער גאון פון אלע אדמו"רים, אז ער איז געווען פארגלייבט אין רוזין מה נענה אנן?

נפה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:25 am

· #487253
דער תהלה לדוד איז נישט געווען קיין אדמו״ר נאר א חסיד, אויב דו לייגסט אים אריין אין די ליסט האסטו א ריזיגע ליסט פון לומדישע ספרים וואס חסידים האבן געמאכט.
לעצם העניין זענען רובא דרובא, אויב נישט אלע, חסידישע רבי׳ס געווען תלמידי חכמים מופלגים

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 10:46 am

· #487254
ששון ושמחה
כ'האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבען אין ר' אלימלך. סתם אינטערסאנט א ליסט פון צדיקים וואס זענען געוועהן גאונים אדירים
[/quote]
אויב אזוי טויש שנעל דאס קעפל. לעצם הענין איז דאך באקאנט וואס צאנזער רב שרייבט אז אלע גדולי הדור זענען פון די כת החסידים.

נפה » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:47 pm

· #487262
גערעכט