☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אוועקגערויבט די ווערטער

אוועקגערויבט די ווערטער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14965

בונה של טוב » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:28 pm

· #487208
אוועקגערויבט די ווערטער
ווער נאך דא פילט זיך בא׳גזלט, נישט בלויז פון א בעיסיק עדוקעישן אדער פון קענען כאטש גוט די שפראך פון די לאנד ווי מ׳וואוינט - נאר אפילו ביטערער פון אלס איז אז ניטאמאל אונזער אייגענע מאמע-לשון אידיש האט מען אונז ריכטיג אויסגעלערנט.
(אין מיידל סקול לערנט מען עפעס וואס גראמאטיק און א קארגע ביסל הילף מיט שרייבן. אבער אין חדר און ישיבה גארנישט. נישט אפילו דעי מינימום האט מען אונז פארגינט.
איך ווייס ס׳זענען דא ב״ה אויף קאווע שטיבל טאלאנטפולע יונגעלייט וואס זענען געניטע שרייבער, אבער אין טאג-טעגליכן לעבן זיך אויסצודריקן די מחשבות און געפילן האט מען אונז קיינמאל נישט געגעבן די כלים. דאס איז א מעגליכקייט וואס א יעדע קינד פארדינט צו לערנען.

די וואך האט די באוואוסטע פארשערין און פסיכאלאג Brené Brown ארויסגעגעבן א נייע בוך וואו זי טיילט מיט די רעזאלטאטן פון איר פארשונג איבער ווי וויכטיג שפראך איז פאר די אנטוויקלונג פון א קינד און פאר יעדן מענטש אין טאג-טעגליכן לעבן. אויסהערנדיג איר אונטערוויאָ דערוועגן איז מיר געקומען טרערן נאר טראכטנדיג פון די אומ׳יושר אז אפילו די אידישע שפראך האט מען אויך פון אונז אוועקגערויבט.
איך וואלט זייער אינטרעסירט געווען צו הערן אייער מיינונג אויף דעם.

דא איז די לינק צו די אינטערוויאָ אויב דו ווילסט עס הערן

<a class="postlink" href="https://open.spotify.com/episode/0tc4spLul60Bh1eTtXOe2W?si=7JQBOYzsTL-vhX_O7jBKhQ&nd=1&utm_medium=organic&_branch_referrer=H4sIAAAAAAAAA71N22qDMAD9mvg2rbHVMZDRUARbhwqls0%2BiMTap0aRJ7Ga%2FfulgvzA4D4dzpcZI%2FeZ5WgrD%2BsVtpHQ5mwbvXSrRzdjEQpLJAXDdz5zXs%2BIxfVZAsAUwsXja7l8bi9FKRDItOmLZyuC1ltnMwxWiPjmaKifwEwSJZiDYRfsS5eeHPmYvd1rVeXRFB1r%2BfjWctw0e%2FuMPwHDqrOs7PWnMrEgs1KWZGHZqFtvNpR0vGVlufPnabcd2UOmorLy5V8srwbyPkNwUpR9lN9SfUVpQNXbpdxJ%2BDI%2FTCdpkcf0B3W91C2UBAAA%3D&product=open&%24full_url=https%3A%2F%2Fopen.spotify.com%2Fepisode%2F0tc4spLul60Bh1eTtXOe2W%3Fsi%3D7JQBOYzsTL-vhX_O7jBKhQ&feature=organic&_i=%2FybmgLeyqlywDAmbkrImr%2F5vXy8eclf7Bp5PQ17LqBfYBIPhrmdIxF6MkzVV2%2FPj&_branch_match_id=946468448747459282">https://open.spotify.com/episode/0tc4sp ... 8747459282</a>

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:36 pm

· #487210
לשון קודש לערנט מען קוים

בונה של טוב » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 9:44 pm

· #487212
קאצקע ציקער
לשון קודש לערנט מען קוים


גערעכט. נאר דארט קען מען נאך אפשר געבן א תירוץ (עכ״פ אין סאטמער) אז מ׳וויל נישט די קינדער זאלן רעדן עברית

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 10:05 pm

· #487214
איבער אידיש ווייס איך נישט וואו זי האט געלערנט אבער וואו איך האב געלערנט און כל שכן וואו מיין ווייב האט געלערנט האט מען געלייגט א שטארקע דגוש אויף אידיש מיט ליינען בוקס שרייבען ארטיקלען וכדומה
ועיין עוד ערך רעבעצין יונגרייז המכונה א. כץ מיט איר פארלוירענע מלחמה איבער די וויכטיקייט פון שפראך

לשון הקודש איז טאקע א פראבלעם וואס קומט נאך פון די צייטן פון די קאמף אנטקעגן השכלה און די הרחקה פון דקדוק
איבער די וויכטיקייט פון לערנען לשון קודש קוק אריין אין די הקדמה פון דער פרי מגדים תשובה לאגרת שניה

דורש אמת » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:28 am

· #488324
אוועקגערויבט די ווערטער
בונה של טוב
ווער נאך דא פילט זיך בא׳גזלט, נישט בלויז פון א בעיסיק עדוקעישן אדער פון קענען כאטש גוט די שפראך פון די לאנד ווי מ׳וואוינט - נאר אפילו ביטערער פון אלס איז אז ניטאמאל אונזער אייגענע מאמע-לשון אידיש האט מען אונז ריכטיג אויסגעלערנט.
(אין מיידל סקול לערנט מען עפעס וואס גראמאטיק און א קארגע ביסל הילף מיט שרייבן. אבער אין חדר און ישיבה גארנישט. נישט אפילו דעי מינימום האט מען אונז פארגינט.
איך ווייס ס׳זענען דא ב״ה אויף קאווע שטיבל טאלאנטפולע יונגעלייט וואס זענען געניטע שרייבער, אבער אין טאג-טעגליכן לעבן זיך אויסצודריקן די מחשבות און געפילן האט מען אונז קיינמאל נישט געגעבן די כלים. דאס איז א מעגליכקייט וואס א יעדע קינד פארדינט צו לערנען.

די וואך האט די באוואוסטע פארשערין און פסיכאלאג Brené Brown ארויסגעגעבן א נייע בוך וואו זי טיילט מיט די רעזאלטאטן פון איר פארשונג איבער ווי וויכטיג שפראך איז פאר די אנטוויקלונג פון א קינד און פאר יעדן מענטש אין טאג-טעגליכן לעבן. אויסהערנדיג איר אונטערוויאָ דערוועגן איז מיר געקומען טרערן נאר טראכטנדיג פון די אומ׳יושר אז אפילו די אידישע שפראך האט מען אויך פון אונז אוועקגערויבט.
איך וואלט זייער אינטרעסירט געווען צו הערן אייער מיינונג אויף דעם.

דא איז די לינק צו די אינטערוויאָ אויב דו ווילסט עס הערן

<a class="postlink" href="https://open.spotify.com/episode/0tc4spLul60Bh1eTtXOe2W?si=7JQBOYzsTL-vhX_O7jBKhQ&nd=1&utm_medium=organic&_branch_referrer=H4sIAAAAAAAAA71N22qDMAD9mvg2rbHVMZDRUARbhwqls0%2BiMTap0aRJ7Ga%2FfulgvzA4D4dzpcZI%2FeZ5WgrD%2BsVtpHQ5mwbvXSrRzdjEQpLJAXDdz5zXs%2BIxfVZAsAUwsXja7l8bi9FKRDItOmLZyuC1ltnMwxWiPjmaKifwEwSJZiDYRfsS5eeHPmYvd1rVeXRFB1r%2BfjWctw0e%2FuMPwHDqrOs7PWnMrEgs1KWZGHZqFtvNpR0vGVlufPnabcd2UOmorLy5V8srwbyPkNwUpR9lN9SfUVpQNXbpdxJ%2BDI%2FTCdpkcf0B3W91C2UBAAA%3D&product=open&%24full_url=https%3A%2F%2Fopen.spotify.com%2Fepisode%2F0tc4spLul60Bh1eTtXOe2W%3Fsi%3D7JQBOYzsTL-vhX_O7jBKhQ&feature=organic&_i=%2FybmgLeyqlywDAmbkrImr%2F5vXy8eclf7Bp5PQ17LqBfYBIPhrmdIxF6MkzVV2%2FPj&_branch_match_id=946468448747459282">https://open.spotify.com/episode/0tc4sp ... 8747459282</a>


ווי ריכטיג האט די גמרא אונז געלערנט וועגן א אומה פחותה שיש להם שפה מקולקלת; אזוי זעען מיר ליידער אויס… א פאָלק אן א שפראך, מיר קענען ניט קיין ענגליש, ניט די לאנד שפראך , ניט קיין העברעאיש און ניט קיין יידיש; מיר זענען אנאלפאבעטניקעס ווי אנדערע האבן שוין ריכטיג דעפינירט. מיר קענען א ביסל פון דעם און אביסל פון דאס אנדערע. קיין שום שפראך קענען מיר ניט ריכטיג. א בושה און א חרפה. סאיז א חילול השם און א ביזיון פאר כלל ישראל ווי דער ווילנער גאון האט שוין מעורר געווען בשעתו לגבי חכמות חיצוניות!

אין די קללות פון די תוכחה האט די תורה אונז געסטראשעט אז מיר וועלן ניט קענען די שפראכן פון די אכזריותדיגע פעלקער פונדערווייטנס וואס וועלן אונז אנגרייפן. אונזערע מנהיגים האבן זיכער געמאכט אז מיר זאלן אליין מקיים זיין און נעמען אויף זיך די קללות און טאקע ניט קענען קיין שפראכן ! ( אבד לעמבערג בשם זקינו בעל פני יהושע)
דאס דערמאנט אונז דעם שארפן ווארט פונעם ראדאמסקער צדיק דער תפארת שלמה וועגן דעם טיפש פון א צדיק וואס שטרענגט זיך אן מקיים צו זיין דאס הימלישע גזירה וואס איז אויסגערופן געווארן פאר ער איז אראפגעקומען אויף דעם עולם : תהא טיפש = זאלסט זיין א טיפש!…
אבער אפילו משה רבינו ווען ער האט אונז אנגעווארנט און אנגעשראקן מיט דאס ערגסטע האט ער אבער ניט געקענט זיך פאָרשטעלן וואספארא וואנזיניגע מנהיגים מיר וועלן נאך האבן אז מיר וועלן ניט קענען אפילו די שפראכן פון די נאענטע פעלקער און ניטאמאל דאס אייגענע לאנדס-שפראך… צו אזא פארשאלטענע טיפשות האט ער זיך ניט געקענט דערטראכטן אפילו בשעת כעסו!… דאס איז שוין א ״מכה שאינה כתובה בתורה״. הגם די דאזיגע פירער אונזערע די תלמידי חכמים שאין בהם דיעה האבן שוין מסתמא געטראפן קראנטע מקורות פון קנאים און צדיקים וואס האבן ניט געהאלטן פון לערנען לשון המדינה…
און ״ממשה ועד משה לא קם כמשה״ - דער הייליגער חתם סופר וואס האט ניט געוואלט אננעמען דעם פני יהושעס ווארט און דאס געהאלטן פאר ניט אויטענטיש … אפילו ער האט זיך באווארנט און צוגעשריבן אז ער איז ניט קעגן לערנען פרעמדע שפראכן פון די ווייטע לענדער!
מי יגלה עפר מעיניך רבינו משה סופר אז אין דעם איין-און-צוואנציגסטן יארהונדערט וועלן זיך געפונען חסידישע רבנים און דרשנים - דעמאגאָגן וואס וועלן אין דיין נאמען פארבאָטן אידישע קינדער פון לערנען און קענען רעדן , לייענען און שרייבן אין דעם אייגענעם לשון המדינה… כדי זיכער צו מאכן אז זיי וועלן בלייבן קריפלס און אינוואלידן און ניט פארלאזן חלילה דאס חרדישע געטא!
ווי האט געזאגט רבי מאירל פרעמישלאנער? - א פרומע מכה איז די ערגסטע מכה!
## כל האומר אין לי אלא תורה אף תורה אין לו
##צימצום מביא לידי טימטום
##בור אינו מן היישוב


Sent from my iPad using Tapatalk