☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י

מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14960

היכי דמי » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:06 pm

· #487074
מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י
נעכטן איז פארגעקומען א קאנצערט אין א״י פון די פאפולערע זינגער מרדכי שפירא, די קאנצערט האט געמאכט א שטורעם נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען טענץ אן מחיצות און מענער און פרויען האבן געטאנצן.

לויט באריכטן האט ראדיו קול חי אראפגענומען זיין מוזיק פון זייער סיסטעם.

מבקר » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:57 pm

· #487079

כלבאשבוע » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 5:17 pm

· #487082
צ״ל בחורים און מיידלעך

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:12 pm

· #487087
ווער עס קען מרדכי ווייסט ווי אן איידלע און ערליכע נשמה ער איז.
היינט צופרי איז געווען אן התנצלות פון אים אויף בחדרי חרדים, אבער כנראה האט איינער זיכער געמאכט עס אראפצונעמען פון דארט, חס ושלום לאזן א איד זיך אנטשולדיגן און אנהאלטן זיין פרנסה .

יאסל ראקאווער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 6:25 pm

· #487088
די זעלבע וועלכע זענען מוחה קעגען אייכלערס פאר נישט געבן וואלדער א טשעינס אין קאורט זענען להשמיד קעגען סיי ווער וואס שטייט יעצט און מרדכי שפירא'ס ד' אמות

ליב צו וויסן » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:10 pm

· #487100
יאסל ראקאווער
די זעלבע וועלכע זענען מוחה קעגען אייכלערס פאר נישט געבן וואלדער א טשעינס אין קאורט זענען להשמיד קעגען סיי ווער וואס שטייט יעצט און מרדכי שפירא'ס ד' אמות


איך בין נישט מסכים צו וואס דו זאגסט...
איך בין פון די וואס אייכלער'ס מעשה האט מיר געשטינקען, און איך בין אויך להשמיד קעגן די וואס לאזן נישט מרדכי'ן קומען צום ווארט....

moneyminded » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:15 pm

· #487101
Re: מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י
הוגה
ווער עס קען מרדכי ווייסט ווי אן איידלע און ערליכע נשמה ער איז.
היינט צופרי איז געווען אן התנצלות פון אים אויף בחדרי חרדים, אבער כנראה האט איינער זיכער געמאכט עס אראפצונעמען פון דארט, חס ושלום לאזן א איד זיך אנטשולדיגן און אנהאלטן זיין פרנסה .
איך האב פונקט לעצטע וואך געזען א קליפ ווי ער זינגט ביי א בת מצוה אין פלעטובוש ביי א חסידישע משפחה, און דארט זענען אויך געטאנצען פרויען, איך האב געפרעגט מיין חבר וואס איז פשט און ווער איז ער , סאיז מיר געווען א חידוש אז א באקאנטע סא קאללד היימישע זינגער זאל עמטליך זינגען ווען פרויען טאנצען ארום אים , א צולאזטע פרוי זיך געשטעלט אויפן סטעיזש לעבן אים , יעצט פארשטיי איך שוין אלעס ,זעט אויס ער האט נישט קיין פראבלעם און ער טוט דאס פאר פרנסה, ערליך קען ער זיכער נישט ווערן אנגערופען

לבי ובשרי » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:56 pm

· #487103
כ'וויל נאר פארשטיין, פארוואס ווען ישי ריבו, יעקב שוואקי און נאך אנדערע זינגען ביי געמישטע קאנצערטן דעמאלט איז אין פוצה פה ומצפצף. מאי שנא?

חיים שמייסער » דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:58 pm

· #487104
Re: מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י
דעיס איז נישט קיין פארגליייך צו א געמישטע קאנצערט ווי מ׳זיצט געווענליך איינגעמייערט אויפן פלאץ. והא ראיה ס׳איז געגאנגען אזוי וויירעל דא.


Sent from my iPhone using Tapatalk Pro

nespresso » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 12:31 am

· #487107
Re: מרדכי שפירא זינגט פאר מענער און פרויען אין א״י
חיים שמייסער
דעיס איז נישט קיין פארגליייך צו א געמישטע קאנצערט ווי מ׳זיצט געווענליך איינגעמייערט אויפן פלאץ. והא ראיה ס׳איז געגאנגען אזוי וויירעל דא.


Sent from my iPhone using Tapatalk Pro
עס איז געגאנגען וויירל ווייל מען זעט היימישע בחורים וואלענע ציצית ביי אלע קאנצערעס אין א"י טאנצט מען ארום קוק שוועקיס אין קיסריה

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 12:27 pm

· #487140
ווען עס זאל כאטש העלפן עס זאל ווערען אפאר שידוכים וואלט זיך עס געלוינט.