קען זיין אז, ווי מיכאל דוד לוקאס
ברענגט ארויס, איז דאך די יו״ט נתקן געווארן אויף נצחון פון די פרומע (״פונדאמענטעליסן״ ווי ער רופט זיי) קעגן די מתיוונים, וממילא איז דאס שוין איקולקעיטעד געווארן (עכ״פ סאָבּקאנשעסלי) אויף צו שטרעבן מיט די ״פרומערע/מהדרין״ מהלכים אין די יו״ט אליין.
ער פירט דארט אויס אז עס איז טאקע מערקווידיג אז פונקט אט די יו״ט פראווען אסימילירטע אידן די מערסטע. דר. דייען עשׁטאן
זאגט אז דאס איז געווארן אזוי באליבט און אָנגענומען ביי ליבעראלע אידישקייט אין אמעריקע איז אז, זייענדיג בעצם נישט אזוי שטארק אָנגעהאנגען אין טעאלאגיע און זייענדיג מער באזירט אין נאציאנאליזם (לגבי נצחון החשמונאים), האט עס געגעבן א מבוא וואו מ׳קען נאך אָנהאלטן דעם קולטור אויף א פשטות׳דיגן וועג [צינדן לעכט אינדערהיים] בשעת׳ן זיין א פולשטענדיגן מיטגליד אינעם דרויסענדיגן ברייטערן קולטור.
עס איז טאקע פארט אינטרעסאנט וויבאלד די מלחמה בעצם בחנוכה איז דאך געווען (אין א וועג) דירעקט קעגן דעם געדאנק כנ״ל.
ווי אויך איז דאס א שטיקל קאַוּנטערבּאלאנס צו די נוצרי׳שע חגא אין בערך די זעלבע צייט אין יאר מיט איר מתנות סעזאן, און איז א סימבאל פון אידישע סוקסעס אין אמעריקע לעומתה און ווייזט אויף איר זעלבע פינאנציעלע מעגליכקייט.ווי אויך זאגט זי איז דאך די געפיל פונעם יו״ט היינט-צו-טאג מקושר מיט דעם אז כהיום איז א״י זעלבסטשטענדיג אלס א אידישע מדינה, וממילא איז דאס׳ן פייערן די נצחון המלחמה און איר שטערקערן דאס נאציאנאליסטישע געפיל פונעם איד א סימבאל צום געפיל וואס דער איד האט צו דאס סוקסעס פון די מדינה כהיום (עכ״פ צו עפעס א מדריגה).
ועכ״פ, לשאלת האשכול, מכל הנ״ל קענען מיר זיך לערנען אז וואס די יו״ט צייגט און באדייט אויך אויף, ובפרט ווי אזוי עס ווערט געפראוועט בכל תפוצות ישראל הן דתי והן לא, איז דאס׳ן זיין שטאלץ מיט די קולטור און העריטעדזש וואס מ׳האט ואפילו בשעת׳ן זיין און אנטיילנעמען בתוך א דרויסענדע ברייטערע קולטור. ולכן, פאר אונז, איז קענען מיר זיך אפלערנען צו פרובירן צו זיין שטאלץ און קוקן/פאָקוסן אויף די גוטע חלקים פון די, טאקע פרומערע, קולטור וואו אונז געפונען זיך און איר העריטעדזש וואס קלאפט טאקע (בעיקר) אויס ביי קיום המצות והלכה.