☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גרינטאטש MP3 סומאטוכע

גרינטאטש MP3 סומאטוכע

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14950

ששון ושמחה » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:47 pm

· #486798
גרינטאטש MP3 סומאטוכע
די היימישע קאמפעני גרינטאטש האט לעצטענס ארויסגעגעבן א נייע MP3 פלעיער וואס זיי זאגן איז כשר וכו' אבער געוויסע
האלטן אז נישט, האבן זיי ארויסגעגעבן א פאלשע צעטל בשם די קאמפעני קעגן זייער פראדוקט.
📎 IMG-20211127-WA0001.jpg

נפה » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:49 pm

· #486800
ביזט זיכער עס איז פאלש? איך האב עס נישט געזען אדווערטייזן די וואך האב איך געמיינט אז דער טעראר האט געארבעט.

ששון ושמחה » מוצ"ש נאוועמבער 27, 2021 6:57 pm

· #486801
כמעט זיכער אז ס'איז פאלש ווייל ס'איז היינט ארויסגעקומען א נייע ווידיאו עד פאר די פלעיער.

תרמב » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 4:28 am

· #486834
מ'זעהט בחוש פון די ווערטער די סגנון און די תוכן אז סאיז פאלש און אז א מענטש מיט א אמתדיג שלעכט הארץ האט עס געשריבן.

תרמב » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:06 am

· #486851
כשר צילט מען די עלטערן און מיט פעסט צילט מען די קינדער

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:33 pm

· #486860
אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.

עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:49 pm

· #486861
רבותיי: לפענ"ד איז דא אין גאנצן אן אנ'אנדער אישו. דער טעראר וואס האט זיך געשאפן. אלעס אין נאמען פון חינוך. און דאס ווארט טעכנאלאגיע איז געווארן טרייף. די מינוט מ'קען זאגן אז עפעס שמעקט מיט טעכנאלאגיע קענמען עס אונטער ברענגען. אן קיין שום דיון פון נייטראלע מומחים. וועלכע האבן נישט קיין אגענדא.

נו' די ציונים זענען דאך שוין געפייגער'ט. (פי'. מ'קען דאס שוין נישט ניצן אלס אן אישו.) מוז מען דאך אויפקומען מיט עפעס א נייע זאך מיט וואס מ'זאלל קענען האלטן דעם המון עם אין די הענט...!

נפה » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:51 pm

· #486862
עסאיז נישט א קריים צו נוצען זייער לאגא?

אונטער חכם » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:52 pm

· #486863
Re: גרינטאטש MP3 סומאטוכע
סיז א נייער פראדוקט? דאכט זיך אז עס איז שוין אפאר יאר אלט.

נפה » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:56 pm

· #486864
גערעכט מיין ברידער האט עס שוין פאר מער ווי א יאר
נאר ברוך השם יעצט האט מען גענדיקט מיט די אנדערע עבירות וואו י״ט כסלו און דף היומי קען מען גיין צו די עבירה

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 1:41 pm

· #486872
נפה: איך האב באמערקט אז דער חודש כסליו איז עפעס אנגעפילט מיט פארשידענע חאגעס. ..י"ט כסליו איז א ליובאוויטשער (חאגע) יו"ט. חנוכה, האבן די ציונים , ליידער איבערגענומען . (כדברי הרב ישראל מ. סופר. והרב ש.ב. מרגליות). די איינציגע אמת'דיגע (נאך דערווייל כשר'ע) יו"ט איז כ"א כסליו. אין אמת'ן ווער (וועלכער ערליכער איד פונ'ם שניט פון הרב ישראל מ. סופר) דארף דען חנוכה?. זיי די ציונים (שר"י) האבן זיך משתלט געווען אויף דעם יו"ט האבן אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויפגעהערט צו האלטן עס...!

נ.ב.: אזא עם הארץ, בי.טי. אדער גר ווי ישראל קאפקע וואלט געשריבן אזא תגובה. ווייל ער מיינט עס (איך זאג אפילו נישט נעבעך) אמת'דיג. ער מיינט אז די סאטמאר'ע שיטה איז געבויעט אויף שנאת ישראל. (אפשר אויך שנאת מדינת ישראל. נאר איינס ברענגט די צווייטע.)

בן נון » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 12:46 am

· #487111
די בריוו קוקט מיר יא אויס אטענטיש

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 12:55 am

· #487116
היכי דמי
אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.

עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.

א גאנץ יאר ובפרט יעצט חנוכה זעה איך אין שול בחורים און כולל יונגעלייט גייען נאך געלט מיט טאטש סקרין קרעדיט קארד מאשינען ואין פוצה פה ומצפצף.
מ'נעמט בחורימל'ך מיט קוים שתי שערות און מ'עפענט זיי די קאפ צום טריפה'נעם טעכנאלאגיע רח"ל

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 1:03 am

· #487117
שמעון וואלף

פונקט אזוי ווי די טריפה'ענע טאטש סקרין ATM'ס....

כבולעו כך פולטו

חתן בחור » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 1:30 am

· #487120
בן נון
די בריוו קוקט מיר יא אויס אטענטיש

א קאמפעני וואלט קיינמאל נישט געשריבן די צווייטע פאראגראף אויף זיך אליינס.

יענער שרייבט דאס ארויס ברחל בתך הקטנה, וואספארא שלעכטע דעווייס דאס איז. ״ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אלס שעדליך פאר בחורים און קינדער, און האט שוין ליידער געקאסט פיל קרבנות..... אין א וועלט וואס טעכנאלאגיע רייסט שטיקער ביים יונגען דור״.

און די גרעסטע ווערטער זענען אז די פלעיער איז נישט כשר... ס׳קומט נישט פון גרינטאטש.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 8:32 am

· #487132
עס מאכט נישט קיין סענס אז דאס קומט פון גרינטאטש זעלבסט, איך זעה אז זיי אדווערטייזן נאך אלץ דעם מאדעל.

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 11:22 am

· #487136
די איחוד מנהלים איז א נייע ארגון, ווי עס קוקט אויס גייט מען אסאך הערן פון זיי אין די עתיד.

איינער יצחק אייזיק אייכענשטיין שטייט דערונטער, איך ווייס נישט ווער דאס איז

היכי דמי » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 11:38 am

· #487139
וואלווי
שמעון וואלף
היכי דמי
אז מען רעדט שוין דערפון, די פראדוקט איז א געוואלדיגע. די קינדער פילן זיך גוט אז זיי האבן א קילע מאשינקע מיט א טאטש סקרין און עס האט נישט קיין צוטירט צו קיין שום זאך וואס איז אסור ביי אונז.

עס איז טאקע א פראבלעם פאר געוויסע וואס נעמען אן די שיטה אז ׳טאטש סקרין׳ איז אסור דאורייתא.

א גאנץ יאר ובפרט יעצט חנוכה זעה איך אין שול בחורים און כולל יונגעלייט גייען נאך געלט מיט טאטש סקרין קרעדיט קארד מאשינען ואין פוצה פה ומצפצף.
מ'נעמט בחורימל'ך מיט קוים שתי שערות און מ'עפענט זיי די קאפ צום טריפה'נעם טעכנאלאגיע רח"ל

פונקט אזוי ווי די טריפה'ענע טאטש סקרין ATM'ס....

כבולעו כך פולטו

ווער נאך ווי אונזער מנהלים ווייסן ווי מען קען אלס אנקומען דורך טאטשן...

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 1:48 pm

· #487141
סאיז גאנץ א גיטע עד פאר גרינטאטש

פאליטיקאנט » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 5:13 pm

· #487143
Re: גרינטאטש MP3 סומאטוכע
גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.

פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.

רימון » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 7:51 pm

· #487150
היכי דמי
די איחוד מנהלים איז א נייע ארגון, ווי עס קוקט אויס גייט מען אסאך הערן פון זיי אין די עתיד.

איינער יצחק אייזיק אייכענשטיין שטייט דערונטער, איך ווייס נישט ווער דאס איז

בן אדמו"ר מבורשטין מיין איך.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 10:50 pm

· #487159
פאליטיקאנט
גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.

פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.

איז לאמיר צינעמען די זאך.
פארוואס האבן די רבנים געאסרט אנפילטערד אינטערנעט? גזירה אטו פארן סייטס.
פארוואס האט מען געאסרט פילטערד אינטערנעט שלא לצורך פרנסה? גזירה אטו אינטרנט לא מסונן.
פארוואס האט מען געאסרט א סמארטפאון לצורך פרנסה אין בית המדרש? אטו שלא לצורך פרנסה.
פארוואס האט מען געאסרט א סמארטפאון אן קיין אינטערנעט בכלל פאר פרויען? אטו סמארטפון עם אינטרנט מסונן לצורך פרנסה.
האלט מיר שוין ביי א גזירה לגזירה לגזירה לגזירה, נישט קיין טעות פיר גזירות איינס אויפן אנדערע, וואס אין גמרא שטייט גזירה לגזירה לא עבדינן, מען מאכט אפילו נישט איין גזירה אויף א גזירה.
קימט אינזער פאליטיקאנט און זאגט ניין פיר גזירות איז נישט געניג, לאמיר צילייגן א גזירה, טאטש סקרין מ.פ.3. פלעיער, אטו א פרוי וועט האבן א אינטערנעט לאזע סמארטפאון, וואס דאס קען ציברעינגען צי סמארטפאון מיט א פילטער לצורך פרנסה אין בית המדרש, וואס דאס קען גורם זיין מען זאל עס ליידער ניצען שלא לצורך פרנסה, און יעצט דארף מען חייש זיין אז ער וועט האבן אינטערנעט אן קיין פילטער, און כ'דארף מורא האבן אז ער גייט גיין וואטשן פארן סייטס, חד גדיא חד גדיא.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 12:51 am

· #487167
קהל'ס נער

פארוואס האבן די רבנים געאסרט אנפילטערד אינטערנעט? גזירה אטו פארן סייטס.

כ׳האב אויך אמאל געמיינט אזוי, למעשה מיין איך, און כ׳האב אויך געהערט פון אנדערע וואס פארשטייען די מהלך, אז די גזירה איז אז מ׳וועט אויפגעקלערט ווערן און אויפהערן זיך קימערן מיט וואס די רבנים זאגן (כ׳רעד נישט דווקא פון היינטיגע רבנים, כ׳מיין אויך, און בעיקר, משנה ברורה שולחן ערוך משנה גמרא, ראשונים אחרונים חז״ל פוסקים א.א.וו). פארן סייטס נוצט מען נאר אלץ א תירוץ, ס׳איז טאקע זייער א גוטע תירוץ און אפשר ריכטיג אויך, א תירוץ בלייבט עס אבער. יעצט פאר אן ערוואקסענער איז נישט אזא סכנה צו ווערן אויפגעקלערט ווייל אן ערוואקסענער האט זיך שוין אויפגעבויט אן אידענטיטעט וואס ״אידישקייט״ אזוי צו זאגן איז גאר א גרויסער טייל דערפון, און איינמאל ס׳איז שוין נוגע צו זיין עגא וועט ער שוין טרעפן יעדע תירוץ אין דער וועלט צו פארענטפערן זיין בלייבן אינעם סיסטעם מיט אלע הגבלות און שוועריקייטן וואס ס׳ברענגט, דערפאר האט מען מתיר געווען לצורך פרנסה. פאר בחורים און מיידלעך אבער איז טעכנאלאגיע א ״געפאר״ שאין לשער, א צענערלינג האט זיך נאכנישט געקארנערט אין זיין עגא/אידענטיטעט באקס און די מינוט וואס דער צענערלינג אנטדעקט באקוועמערע/גרינגערע/געשמאקערע לייפסטיילס וועט ער כאפן הענט און פיס און אפיאפעצן פונעם געטאו, און דאס איז א זאך וואס די רבנים קענען בשום אופן נישט צולאזן דערפאר מאכן זיי גזירות לגזירות לגזירות אן קיין שיעור ס׳זאל זיך ח״ו נישט מאכן. די רבנים האלטן אז ווילאנג די אמעריקנע popculture וועט זיין געשמאקער און באקוועמער ווי די חסידישע קולטור וועט זיך טוען א מיגראציע אין די מאסן צו די געשמאקערע לעבן, אריינבאקן א פעסטע אמונה אין די קינדער וועט נישט העלפן ווייל זיי וועלן זיך שוין טרעפן היתרים און תירוצים, די איינציגסטע עצה איז מאכן זיכער אז די קינדער ווייסן ווי ווייניגער וואס טוט זיך אינדרויסן, (איינמאל זיי וואקסן שוין אויף מעגן זיי שוין וואוסן אביסל ווייל ס׳וועט זיי שוין נישט אזויפיל שאדן כנ״ל). דאס איז וויאזוי די רבנים קוקן אן דעם ענין, צו ס׳העלפט צו נישט, און צו זיי זענען גערעכט צו נישט, איז נישט די נושא דא.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 1:26 am

· #487171
פאליטיקאנט
גראדע פארשטיי איך די צד שכנגד.
למעשה איז די דעווייס אויסגעשטעלט מיט טאטש סקרין, און פרובירט געבן די איינדרוק פון 'אפדעיטעד / עדווענסד טעכנאלאגיע' - עס איז דעזיינט אויסצוזען ענליך צו א סמארטפאון, טאקע כשר וישר אן קיין אינטערנעט, אבער עס גיבט די רייץ (און עטוואס לעגיטימאציע) פאר סמארטפאונס.

פאר איינער וואס וויל מרחיק זיין זיינע קינדער פון סמארטפאונס איז דעס אומדערהערבאר, ווייל דאס עפענט אויף די קינד דערצו, ווען איך וואלט געווען קעגן סמארטפאונס וואלט איך אויך נישט געלאזט מיינע קינדער האבן עפעס ענליך דערצו.

עס איז גרינג צו פארשטיין די פחד פונעם צד שכנגד, אבער ביז'ן פאפן דעם ציבור און ארויסגעבן א קו"ק בשם גרינטאטש זעלבסט, דאס איז שקר וכזב און די מטרה קען נישט מקדש זיין די אמצעים.