☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע דור פון יונגע חזנים

נייע דור פון יונגע חזנים

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14946

כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:45 pm

· #486650
נייע דור פון יונגע חזנים
סוואקסט אונטער א דור פון נייע חזנים, א טייל פון זיי זייער טאלאנטפול

פאר צוויי אהאלב חדשים צוריק האבן די יונגע חזנים:

ישראל מאיר שווייד
נסים סאאל
א.צ.פרידמן
און פיניע שטיינווארצעל

רעקארדירט לייוו חזנות אינעם בית א-ל שול אין בארא פארק, מקען עס יעצט זען אויף יוטויב:
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=iygvTkBHtws">https://www.youtube.com/watch?v=iygvTkBHtws</a>

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:11 pm

· #486657
כלבא שבוע: ייש"כ. דאס איז זייער א גוטע בשורה. ווייל מענטשן אין מיין עידזש גרופ וועלכע האבן זייער שטארק ליעב חזנות. (ספעציעל איך) שטייען און וואונדערן זיך אויב די חלק פון די אידישע ארט וועט האבן א קיום. ווייל אין די '80 ער און '90 ער יארן האט אויסגעזעהן אז חזנות גייט זיין א פארגעסענע קונץ. ווייל דער עולם האט נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעס אין דעם. . ס'איז געווען הימל און ערד און מרדכי בן דויד און אברהם -פריעד...! אויסער די אלטע חזנים ווי יאסעלע ראזנבלאט און משה קוסביצקי און נאך א פאר אנדערע זענען נישט געווען קיין חזנות צו הערן. היינט איז (ב"ה) דא די 2' לעמער ברודער. און די נייע סטאק פון חזנים פון דעם יונגערן דור. דאס איז זייער א דערפרישענדע בשורה...!90

קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:18 pm

· #486658
שטיינווארצל איז א אייניקל פון פוטסבורגע רבי זצ"ל פון דארט קימט די כוח פון חזנות

כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:29 pm

· #486660
כמיין אז דער פיטסבורגער רבי איז געווען זיין עלטער פעטער, נישט זיידע

קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:33 pm

· #486661
כלבאשבוע
כמיין אז דער פיטסבורגער רבי איז געווען זיין עלטער פעטער, נישט זיידע

און פוטסבורגער רביס טאטע איז געווען זיין עלטער זיידע

קאמארנער » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 7:16 pm

· #494155
ניסים סאאל זינגט 'אמר רבי אליעזר' פון יאסעלע, הערט און שטוינט:

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1Kcis2EIgxKHgEgwxPBvvOPkoeHn-3JjX/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1Kcis2E ... sp=sharing</a>

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 7:23 pm

· #494156
berlbalaguleh
כלבא שבוע: ייש"כ. דאס איז זייער א גוטע בשורה. ווייל מענטשן אין מיין עידזש גרופ וועלכע האבן זייער שטארק ליעב חזנות. (ספעציעל איך) שטייען און וואונדערן זיך אויב די חלק פון די אידישע ארט וועט האבן א קיום. ווייל אין די '80 ער און '90 ער יארן האט אויסגעזעהן אז חזנות גייט זיין א פארגעסענע קונץ. ווייל דער עולם האט נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעס אין דעם. . ס'איז געווען הימל און ערד און מרדכי בן דויד און אברהם -פריעד...! אויסער די אלטע חזנים ווי יאסעלע ראזנבלאט און משה קוסביצקי און נאך א פאר אנדערע זענען נישט געווען קיין חזנות צו הערן. היינט איז (ב"ה) דא די 2' לעמער ברודער. און די נייע סטאק פון חזנים פון דעם יונגערן דור. דאס איז זייער א דערפרישענדע בשורה...!90

ער’ בערל: יא חזנות איז צוריק! אין די לעצטע 10 יאר איז געווארן א גרויסע אויפוואכונג פון חזנות סיי ביים היימישע ציבור אין סיי ביי אידן אלוועלטליך ב"ה און ביי מיר אויכעט בתוכם

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 8:10 pm

· #494163
קאמארנער
ניסים סאאל זינגט 'אמר רבי אליעזר' פון יאסעלע, הערט און שטוינט:

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1Kcis2EIgxKHgEgwxPBvvOPkoeHn-3JjX/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1Kcis2E ... sp=sharing</a>

וואי א פיין קעלעכל.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 2:27 am

· #494208
אזוי ווי יאסעלע אליינס. נאכדעים וואס מ'האט עס אויסגערייניגט און פארבעסערט מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע. ווייל די אריגינאלע רעקארדינג טעכנאלאגיע (פון די 20' ער און 30'ער יארן) איז געווען זייער פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען. אזוי אז יאסעלע'ס גרויסקייט און הערליכע שטימע האטציך נישט געהערט...!