☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די rumor איז אמת אדער נישט?...

די rumor איז אמת אדער נישט?...

188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1494
בלאט: 1 2 3 4

פארוואס נישט » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:57 pm

· #61192
קליגער איד
די גויטע וואס האט געארבעט ביי די ביז יעצטיגע איז געווען א גרויסע רעשאנטע אנטעסעמיט

אפשר נעסטי, אבער רשע'נטע? אנטיסעמיט? פארוואס? ווייל זי האט דיך נישט געוואלט נאכגעבן די ביליגע רעיט וואס דו האסט געהאפט אז דו גייסט באקומען, אדער זי האט דיך גע'פסל'ט עפעס א צווייפלהאפטיגע קיופאן וואס דו האסט געטראפן ערגעצוואו אנליין?
כ'זאג נישט, זי איז נישט געווען צו באהאווענט מיט אלע פאליסי'ס און געקענט מאכן פראבלעמען דא און דארט, און בכלל נישט געהאט די עקסטערע געדולד און נערוון צו די גאנץ הערץ אפטיילונג (עפטער אלל איז עס געווען איר פערטע דזשאב דארט נאכן באדי שאפ, טריפל עי. און פענסקי) אבער גענוג און נאך האבן איר געהענדלט מענטשליך, און האבן as a result באקומען פון איר מענטשליכע און צומאל אויסנאם גוטע סערוויס.

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:22 am

· #62859
ס'דא א רומאר אז כאמאס האט אפגעקויפט דעם נ.י. טיימס. אמת?

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2012/11/20/world/middleeast/gazans-mourn-dalu-family-killed-by-israeli-bomb.html">http://www.nytimes.com/2012/11/20/world ... -bomb.html</a>

זר זהב » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:04 am

· #62948
יעצט הער איך אז האמאס האט אויך אפגעקויפט סי ען ען (C'razy N'eo N'azis)

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2012/11/20/opinion/israel-gaza-nadia-hijab/index.html">http://www.cnn.com/2012/11/20/opinion/i ... index.html</a>

a1b2 » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:03 pm

· #63046
שוידער: "היימישע" מוסדות נעמען גע'אסור'טע געלטער רח"ל

דער שאק איז זעהר גרויס, און מ'קען זיך פשוט נישט גלייבן אז מנהלים פון היימישע ערליכע מוסדות האבן פראסט און פשוט גענומען טריפה'נע געלטער פון די מדינת הציונית, אין די צייט וואס זיי גייען נאך געלט אין אמעריקע און איבער די וועלט אז זיי זענען מסירת נפש אידן.

שומו שמים:

בית המשפט האריך היום (ג), בחמישה ימים את מעצרם של שלושת החשודים בהונאת משרד החינוך באמצעות עמותה פיקטיבית בשם 'בנות ירושלים - קרן משה', שנעצרו אתמול בשעות הבוקר.

החקירה הסמויה החלה לפני כשנה במפלג ההונאה, בעקבות מידע מודיעיני על קבלת הכספים במרמה, ובמהלכה התחקו החוקרים אחר עקבותיהם של שלושה מחברי העמותה.

היקף ההונאה, על פי החשד, נאמד בעשרות מיליוני שקלים, במהלך השנים האחרונות.

העמותה הוקמה לפני מספר שנים על-ידי החשוד המרכזי ולפי החשד ביקשה את תמיכת משרד החינוך עבור מוסד חינוכי אנטי-ציוני 'בנות ירושלים' - שמעולם לא ביקש תמיכה ממשלתית. החשודים אף העבירו שמות פיקטיביים של תלמידות נוספות למשרד החינוך אשר אינן לומדות ב'בנות ירושלים' וביקשו עבורן תמיכה.

אתמול בשעות הבוקר פשטו החוקרים על דירות השלושה, ערכו חיפושים והחרימו חומרים מפלילים, ושלושת החשודים נעצרו.

החשוד המרכזי, ראש העמותה בן 29 מתגורר ברמת בית שמש. חשוד נוסף בן 30 הינו משכונת מאה שערים בירושלים, וצעיר בן 24 מגבעת זאב.

זיי האבן גענומען מיליאנען דאלער, א קיימא לן פון 40 מיליאן שקלים.


דא זעט מען דריי שווינדלער פארדעקן זיך דעם פרצוף זייערן

📎 article1_A7A589026C53440C8B7393B54D6DF509.jpg
מ'דארף מפרסם זיין די צבועים. די עושי מעשי זמרי ומבקשים שכר כפנחס. פון וועלכע מוסדות זיי זענען און מ'דארף זיי צוריקבעטן די געלטער וואס ערליכע אידן האבן זיי געגעבן.
היידפארק

outspoken » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:10 pm

· #63050
a1b2

אז וועסט צופיל קריכען ווער ווייסט וואס די וועסט נאך געוואר ווערן.
ווי האט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט פאר ר' חיים אביגדר קאהן, וד''ל

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:50 pm

· #63135
דאס הייסט קאפיטיליזירן.

וועפערייזער » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:11 pm

· #63151
היינט האט א היימישע סאטמערע פרוי זילביגער מיין איך, פון לאנדאן אפגעפיצט מיט א מזרחי'ניק מיט וועם זי האט שוין א לאנג א שייכות געהאט. איבערגעלאזט איר מאן און קינדער. ענגלאנד רוישט וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 9:11 pm

· #63152
מיינסט צו זאגן קאפיטולירן.

ביז יעצט האב איך עס נישט געהעריג געגלייבט, יעצט איז דברים בגו.

sunbar » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:21 pm

· #63176
וועפערייזער
היינט האט א היימישע סאטמערע פרוי זילביגער מיין איך, פון לאנדאן אפגעפיצט מיט א מזרחי'ניק מיט וועם זי האט שוין א לאנג א שייכות געהאט. איבערגעלאזט איר מאן און קינדער. ענגלאנד רוישט וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן.


וואס איז געשען יעצט אז דאס געשעט יעצט יעדער צווייטע טאג, אז מענטשן פוצן אפ???

אברעמעל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:06 am

· #63262
ס'נאר געשען אז מ'ווייסט מער.

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:09 am

· #63265
אברעמעל
ס'נאר געשען אז מ'ווייסט מער.


עס איז נישט אמת. די לעצטע האלבע יאר הערט מען אסאך. מען האט פונקט אזוי הערן מעשיות די לעצטע עטליכע יאר. עפעס לעצטנס איז געווען א שיינע נומער מיט פרויען וואס האבן אלעס געדראפט...

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:14 am

· #63266
וועפערייזער
היינט האט א היימישע סאטמערע פרוי זילביגער מיין איך, פון לאנדאן אפגעפיצט מיט א מזרחי'ניק מיט וועם זי האט שוין א לאנג א שייכות געהאט. איבערגעלאזט איר מאן און קינדער. ענגלאנד רוישט וויאזוי אזא זאך האט געקענט פאסירן.


זייט ווען איז זילביגער סאטמאר?

לעיקוואד » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:33 am

· #63274
outspoken
a1b2

אז וועסט צופיל קריכען ווער ווייסט וואס די וועסט נאך געוואר ווערן.
ווי האט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט פאר ר' חיים אביגדר קאהן, וד''ל

נו וואס האט ער עם געזאגט? פארצייל ביטע.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:35 am

· #63276
די מעשה האט שנעל באקומען פליגלען אין די וועלט שוין. היינט האבן לאנדונע בלעקבעריסטן געגאסיפ'ט דערפון, און סוף דבר איז ארויסגעקומען אז זי האט געהאט שייכות מיט א פרוי פון גאלדערסגערין וואס האט זיך שוין געג'ט א האלבע יאר צוריק פון איר פרומע מאן א ת"ח, און אויסגעפייט און מצליח געווען אוועקצוכאפן אירע זיבן קינדער.
און בד"וו הייסט זי קליערס נישט זילביגער. ווער ס'האט מער ווערט געבעטן צו פארציילן.

a1b2 » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:01 am

· #63280
outspoken
a1b2

אז וועסט צופיל קריכען ווער ווייסט וואס די וועסט נאך געוואר ווערן.
ווי האט רביה''ק מ'סאטמאר געזאגט פאר ר' חיים אביגדר קאהן, וד''ל

וואס??????

a1b2 » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:27 am

· #63291
הרב האלפערן 📎 Chaim Halpern at Tshabe Kollel.jpg30 פרויען זאגן עדות קעגן אים
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/prominent-london-rabbi-resigns-in-growing-haredi-sex-scandal/">http://www.timesofisrael.com/prominent- ... x-scandal/</a>

ידען » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:44 am

· #71831
a1b2
הרב האלפערן 📎 Chaim Halpern at Tshabe Kollel.jpg30 פרויען זאגן עדות קעגן אים
<a class="postlink" href="http://www.timesofisrael.com/prominent-london-rabbi-resigns-in-growing-haredi-sex-scandal/">http://www.timesofisrael.com/prominent- ... x-scandal/</a>

ער זעהט אויס זייער charismatic

ישר כח פאר די בילד. יעצט פארשטייעך אביסעל קלארער...

ידען » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:46 pm

· #117419
עפעס געהערט אז מע האט ארעסטירט 3 בחורים אין ענגלאנד וועגען דראגס.

פארטיג מיט יאפאן דארף מען נייע מעשיות...

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:02 am

· #139682
א רומער אז מ'האט ארעסטירט שיטע מקובצת, מ'האט אים געפאקט מאכן מציצה בפה אין א קעלער אין די בראנקס.

אמת?

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:31 am

· #139733
שיטע קען טאקע זיין אבער נישט שיטה

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:47 am

· #139767
די דזשאדזש האט אים געלאזט גיין. ער האט מודה געווען אז ער האט טאקע איינעם געמוצצט בפה אבער ער טענה'ט אז ער האט גענוצט זיין אנדערע ניק ווען ער האט עס געטון, און מיט יענע ניק איז ער בכלל נישט קיין אויבער חכם.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:53 am

· #139772
די פראטאקאלן לאזן נישט האבן פאר א דזשאדזש מער ווי איין ניק. כדי מ'זאל קענען נאכקוקן זיין היסטאריע פון פסקים

בארא פארקער » זונטאג יוני 15, 2014 6:20 pm

· #206117
איז אמת אז ר' ב"צ באבובער האט געקויפט בערגעמענט אויף 37 סט פאר 15 מיליאן? אין פלאנט צו בויען דארט א 11 שטאקעדיגע בנין?

שטילע אינגערמאן » זונטאג יוני 15, 2014 6:22 pm

· #206119
ווילסט וויסען טאמער זאלסט פלאצען אדער נישט? מסתמא יא

דיין ניק באשטייט נאר פון האקן ר' ב"צ, ביסט א נארמאלע מענטש?

בארא פארקער » זונטאג יוני 15, 2014 6:51 pm

· #206122
אין דיין ניק באשטייט פון טיפשות'דיגע תגובות. איינס ערגער ווי די צווייטע,

מצטמק ויפה » זונטאג יוני 15, 2014 7:22 pm

· #206125
האללא בארא פארק האלט אייך רואיג, דא שלאגט מען זיך נישט. און אגב דו מיט דיין נישטיגע פינף לייקס, זאגט דיעות אויף שטילע, איינס פון אונזער סאמע באטעמסטע שרייבער???!!!!

שמעקעדיג » זונטאג יוני 15, 2014 9:11 pm

· #206151
בארא פארקער
אין דיין ניק באשטייט פון טיפשות'דיגע תגובות. איינס ערגער ווי די צווייטע,

באמת איז מוטב שיהיה שוטה כל ימיו וכו'.
בפרט ווען שטילע איז א זיסער שרייבער, איז אודאי נישט שיין צו פארשעמען.

איחוד פעלד » זונטאג יוני 15, 2014 9:59 pm

· #206159
ג"א מצטרף למחאה.

סתם ליגענט.

אפטעמיסט » זונטאג יוני 15, 2014 10:11 pm

· #206166
גם אני מצטרף!

BringBackOurShtile#

לאליפאפ » זונטאג יוני 15, 2014 10:54 pm

· #206172
זאל איך מיר יעצט פאטאגראפירן מיט דעם שטילע קאמפיין סלאגאן?

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 16, 2014 11:24 am

· #206229
עס פעלט נאך אויס מיין חתימה אויך?
גם אני מצרף לכל הנ"ל
@שטילע אינגערמאן גיי אהן כה לחי!!!

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 16, 2014 11:26 am

· #206230
בארא פארקער
איז אמת אז ר' ב"צ באבובער האט געקויפט בערגעמענט אויף 37 סט פאר 15 מיליאן? אין פלאנט צו בויען דארט א 11 שטאקעדיגע בנין?

ניין נישט אמת ר' מ"ד האט עס געקויפט ער גייט דוירט בויען 25 שטאק גלייך ווען ער ענדיגט בויען 49 סטריט שול.

מ גפני » מאנטאג יוני 16, 2014 11:59 am

· #206238
איחוד פעלד
ג"א מצטרף למחאה.

סתם ליגענט.

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 16, 2014 2:42 pm

· #206272
בארא פארקער
אפשר געבסטו מיר אויכעט א קליינע טשעפע
איך וויל אויך באקימען אזויפיל קאמפלימענטען ווי שטילע יונגערמאן....

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 16, 2014 2:52 pm

· #206273
כבין א שטילע אין ווען איינער האט מיך געטשעפעט האב איך עס גענומין זייער ערענסט,
כ'האב געטראכט פון איבער לאזן די שטיבעל.

שקויח יעדער פאר זיך אננעמען, אין מיך מאכן פיהלן אינדערהיים. איי לאוו יו אלל

פלעין יודיש » מאנטאג יוני 16, 2014 3:16 pm

· #206276
📎 IMG-20140301-WA0002.jpg

אכשיר דרא » דינסטאג יוני 17, 2014 12:13 pm

· #206401
בארא פארקער
איז אמת אז ר' ב"צ באבובער האט געקויפט בערגעמענט אויף 37 סט פאר 15 מיליאן? אין פלאנט צו בויען דארט א 11 שטאקעדיגע בנין?

בארא פארקער,
אין א קורצער איבערבליק אויף דיינע תגובות צייגט אז די ביסט א פייערדיגע שונא פון באבוב 45
און האסט דיך געפענט דא א ניק פון זיי חוזק צו מאכן דא ברבים, אפשר בעיני די ניקס דא געלונגט דיך עס, אבער סיי ווער עס קען אביסל באבוב 45 באמערקט גאנץ שנעל אז דאס איז א פאלשער שפיל.
דער שפראך אין באבוב 45 לויפט נישט ארום באבוב 48 א גאנצען טאג, ווי דיינע תגובות פרובירן אנצושטעלן, און מען איז דארט גאנץ פיין ריעליסטיש, קיינער רעדט זיך נישט איין אז באבוב 48 האט נאר 400 חסידים (פארקערט גראדע איז יא אזוי), ווי די שרייבסט אין אן אנדערע אשכול,
אין א באבוב'ער פון 45 זוכט נישט צו קומען עדווערטייזן א נייעם בנין וואס באבוב 48 קויפט, ער לאזט פאר זיי אליינס צו מאכן די ארבייט.
אצינד
לאז דיך נישט פון מיר, שפיל ווייטער דעם שפיל, אז די ביסט א באבוב'ער פון 45, און ברענג אלע נייעס פון באבוב 48 בבחינת הפוך על הפוך,

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 17, 2014 12:34 pm

· #206412
ייש"כ, שטילע אינגערמאן: בשעתו האט עס מיר אויכעט זייער שטארק וויי געטון אז יענער וועלכער איז נישט נאר "כאחד הריקים". נאר ממש די זאך אליינס, האט דיר אריינגעפליקט. ניין נישט אריינגעפליקט, נאר מבזה געוועין און מצער געוועין על לא דבר. אבער, ס'דא ב"ה ניקס מיט באקציינער וועלכע האבן איהם געלייגט אויף זיין פלאץ... 😕 😎 😂 😃 🙂 😉 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮
בלאט: 1 2 3 4