☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » Different Perspectives

Different Perspectives

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14935

כלבאשבוע » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 3:42 pm

· #486235
Different Perspectives
א געוואלדיגע ניי יוטויב טשענעל

ער אינטערוויוט פארשידענע אידן (בעיקר אין מאנסי) און ברענגט ארויס די פארשידענע פערספעקטיווס, זייער אינטערעסאנט

Each video has a new question, with answers of Different Perspectives!

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/channel/UCAjDkWlzZqfvsEBTIDEohJg/videos">https://www.youtube.com/channel/UCAjDkW ... hJg/videos</a>

קידוש » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:27 pm

· #486407
דער פרעגט גוטע שאלות, אבער פארוואס פון די זעלבע 10 מענטשען?
איך האלט ער זאל פרובירען צו פארברייטערען די עולם

גוצא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:22 pm

· #489278
זייער אינטערעסאנט צו מערקן די conformity און group behavior אינעם קרעמל דארט, ווען ער פרעגט וועמען מען וואלט געוואלט טרעפן פון פריערדיגע דורות ענטפערן איינער נאכ׳ן צווייטן די זעלבע תשובה, זעט אויס זיי האבן אלע אויסגעהערט דעם זעלבן שיעור אין יענע תקופה.

איינער ווייסט ווער דער פאטאגראפירער איז?

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:00 pm

· #489354
גוצא
זייער אינטערעסאנט צו מערקן די conformity און group behavior אינעם קרעמל דארט, ווען ער פרעגט וועמען מען וואלט געוואלט טרעפן פון פריערדיגע דורות ענטפערן איינער נאכ׳ן צווייטן די זעלבע תשובה, זעט אויס זיי האבן אלע אויסגעהערט דעם זעלבן שיעור אין יענע תקופה.


איינער ווייסט ווער דער פאטאגראפירער איז?


ס'נישט קיין שיעור, ס'איז פשוט אן uncensored שמועס, אן קיין שום חכמות, און דאס איז די שיינקייט דערפון.

יעצט ווי פיל שענער איז דאס ווען independently האבען רוב מענטשן געענפערט ביי די לעצטע קשיא, וועמען מ'וויל טרעפען, כמעט אלע, תירוצים וואס האבן געשטימט מיט אנדערע, אן דעם וואס מ'זאל וויסען איינער פון צווייטען.

דאס איז די שיינקייט פון נישט זיין cliche, נאר ארויס פון די אייגן הארץ אין מח, דאס איז א געדאנק ווי איעדער קאנעקט צו זיך אמת'ערהייט.

קידוש » מיטוואך יאנואר 12, 2022 3:35 pm

· #491481
וואס האט פאסירט מיט זיין טשענעל? די טופזיניגע פראגעס האבען זיך אוסגענוצט?!