☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אידיש חנוכה קאַראָל YIDDISH CHANUKAH CAROLS

אידיש חנוכה קאַראָל YIDDISH CHANUKAH CAROLS

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14932

קויפער » מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:48 pm

· #486078
אידיש חנוכה קאַראָל YIDDISH CHANUKAH CAROLS
דער בעל מנגן יוסי דעססער לייגט אראפ חנוכה ניגונים אינעם נוסח פון קאַראָל׳ס (ניטל-לידער לויט׳ן פארווערט׳ס), א פאראדיע אלבוים געמאכט פול מיט טעם און חן און א חידוש אין אונזער שמאלען עולם הנגינה.

https://mostlymusic.com/collections/fea ... kah-carols

https://music.apple.com/us/album/yiddis ... 1591556440

https://www.youtube.com/watch?v=8G6SndajrvU
📎 1000x1000bb.jpg

קויפער » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 7:35 am

· #487130
יוסי איז מהנה דעם עולם אינעם סאבוועי: https://youtu.be/BcdQVD9qp4s

דערהויבענע איד » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 12:07 am

· #487164
ער זינגט זייער שיין, און ער האט זייער גוטע קוואלעטי מיוזיק. זייער בעטעמ''ט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 12:21 am

· #487165
מאך זיכער
אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

פון וועלכע קאראל איז די דריידלעך ליד איבערגעשריבן?

כלבאשבוע » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 10:12 am

· #487182
מאסטלי האט עס אראפגענומען?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:01 pm

· #487190
מאך זיכער
רביה''ק זי''ע
מאך זיכער
אלע לידער איינס ביי איינס זענען בלויז איבערגעשריבן די קריסמעס קאראל'ס און געטוישט דאס ווארט 'סאנטע' צו 'משיח' און 'קריסמעס' צו 'חנוכה'.

פון וועלכע קאראל איז די דריידלעך ליד איבערגעשריבן?

זילבערנע גלעקלעך

נאר איין הערה, דאס איז נישט קיין קאראל נאר א פשוט׳ע קראצמאח ליד.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:10 pm

· #487191
אז מ'רעדט שוין: אויב אונז זעמיר הייליגע אידן. קענמען קוועטשן אז דער גאנצער טאן פון מעוז צור ישועתי (נישט די ליריקס) שמעקט פון קראצמעך סאנגס...!

איך וואלט געקענט אריינטייטשן סיי וועלכען קראצמעך סאנג אין די ניגון פון מעוז צור...!

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:19 pm

· #487192
berlbalaguleh
אז מ'רעדט שויןף אויב אונז זעמיר הייליגע אידן. קענמען קוועטשן אז דער גאנצער טאן פון מעוז צור ישועתי (נישט די ליריקס) שמעקט פון קראצמעך סאנגס...!

איך וואלט געקענט אריינטייטשן סיי וועלכען קראצמעך סאנג אין די ניגון פון מעוז צור...!

אוואדי.
זינג עס שטייט מיט א חזנישע קול מיט א קווייער, וועסט פילן די טומאה.
זהירות נשים (צנועות)
https://www.kan.org.il/item/?itemid=43719

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 3:46 pm

· #487194
אז מען רעדט שוין כ'האב אמאל געהערט אז די ל"ג בעומר ניגון ווי מען ציפייערט זיך מיט א התלהבות דקדושה "אמר ר עקיבא" קימט פון די יודישע טיאטער.
קען עס איינער באשטעיטיגן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 2, 2021 10:21 pm

· #487216
קהל'ס נער: איך בין אין אידישן טעאטער נישט געווען. אבער ס'איז מסתבר...!

לגבי דעם טאן פון מעוז צור. האביך אייביג געפיהלט אז ס'שמעקט גוי'איש...!

מ'קען אויפבויען א (חסיד'ישע) מעשה'לע איבער'ן מקור פון דעם. אז א געוויסער רבי לאמיר זאגן פון שאראש פאטאק, איז אמאל חנוכה צייט אדורכגעגאנגען א טשוירטש. (רח"ל) וואו די פענסטער זענען געווען אפן. און ער האט געהערט דעם טאן אויף די קריסטמעס קעראלס. ס'איז איהם זייער שטארק געפעללן. פונקט איז א יונגער גלח דאמאלס ארויס פון די טשוירטש. האט איהם די רבי געגעבן א פאר גראשן. און אפגעקויפט דעם ניגון פון איהם...און די איבעריגע איז (אידישע) היסטארי...!

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 12:03 am

· #487223

השתא דאתית להכי קען מען זאגן אז אינזער חבר רולי אזרחי איז אריין אין די טשורטש אראונד די קארנער, און די גלח האט עים פארקויפט די אלע קעראלן, אזויווי אינז פארקויף מען פאר זיי די חמץ.

לגבי אמר ר' עקיבא.
פארוואס זאגסטו אז ס'איז מסתבר?
רוב זייערע ניגונים זענען אין אידיש, און ארום ליבע, ארעמקייט, משפחה פאליטיק, שטעיטעלע, און טונקעלע יומאר (dark humor).
ווי קומט צי זיי א לשה"ק ניגון אויף די ווערטער פון א משנה?
נישט אז איך פרעיג דיך אפ איך בין פשוט באמת נייגעריג צי וויסן.

יעקב מעקסוועל » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 2:40 am

· #487231
קהל'ס נער
אז מען רעדט שוין כ'האב אמאל געהערט אז די ל"ג בעומר ניגון ווי מען ציפייערט זיך מיט א התלהבות דקדושה "אמר ר עקיבא" קימט פון די יודישע טיאטער.
קען עס איינער באשטעיטיגן?

ניגוני מירון קומען פון די אראבער. איך האב אמאל געזען א ווידאו ווי מען זינגט די ניגון ערגעץ אין מיטל מזרח ביי א לוויה, איך האב עס נישט געקענט טרעפן יעצט.

berlbalaguleh

לגבי דעם טאן פון מעוז צור. האביך אייביג געפיהלט אז ס'שמעקט גוי'איש...!

לויט וויקיפידיע איז די ניגון נאך עלטער, אן אלטע דייטשע פאלקס ליד, וואס די אידן און להבדיל די קירכע האבן ביידע גענומען פאר זיך.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 3, 2021 8:14 am

· #487233
יעקב מעקסוועל: ייש"כ.: קהל'ס נער: איך זאג עס מכח סברא. און דו לערנסט עס ארויס פון א פסוק...!

Nanach » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 2:32 am

· #487306
וואס מיינט דאס די ווארט קאראל?

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 2:35 am

· #487307
Nanach
וואס מיינט דאס די ווארט קאראל?

https://www.google.com/search?q=define% ... 8&oe=utf-8

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 2:36 am

· #487308