יודישע שפריכווערטער - מקורות, פשטים ועוד
פארהאן אסאך אינטערסאנטע שפריכווערטער, ס'וואלט געוועין זייער אינטרעסאנט עס אפצילערנען, די מקור (אדער אפשר גאר גע'גנב'ט פון א צווייטע שפראך, און אפשר גאר האבן אנדערע אינז בא'גנב'ט) און די פשט (אפשר איז דא אפילו מער ווי איין).
ובזה החלי,
יענע חתונה: וואס איז פארגעגאנגען ביי יענע חתונה.
גראדע מעכעלע: ווער איז דעי מעכעלע, און וועלכע גראדע שטיק האט ער אפגעטין.
משה גרויס: וועים האט ער אזוי אנגע'שחצ'נט.
גיי לערן א גוי ברטנורא: פארוואס פיקט ברטנורא.
יאשקע פאנדריק: ווער האט עים ציגעלייגט די משפחה נאמען.
ועוד.
די עולם זאל אריינקומען מיט נאך.
קהל'ס נער
יאשקע פאנדריק: ווער האט עים ציגעלייגט די משפחה נאמען.
אין
תוספתא חולין ווערט ישו'ס טאטע אנגערופען "פנטרא" צו "פנדירא" לכאורה א צונאמען צו זיין נאמען "יוסף", די חוזק דערפון איז ווארשיינדליך צוזאגן אז ער איז זיין ביאלאגישן פאטער און נישט גאט.
א בראך אויף קאלאמבוס איז לכאורה נאך א וועג צו זאגן א בראך אויף דיר אמעריקע אויף עפעס וואס מען שטימט נישט מיט די אמעריקאנער קאלטור
קהל'ס נער: מ'מעג שרייבן ענגלישע שפריכווערטער (אבער גוטע) אויך...?!
(מסתמא געסטו רשות)...The road to hell is paved with good intentions...!
וואסי פשט? אז א מענטש, וואס זיינע מעשים טויגן נישט אבער ער שרייט אז ער האט (געהאט) גוטע כוונות. זאגט מען (ווער איז, מען.) איהם. מיט דיינע גוטע כוונות (אן גוטע מעשים) וועסטו אנקומען אין גהינום...!
berlbalagulehקהל'ס נער: מ'מעג שרייבן ענגלישע שפריכווערטער (אבער גוטע) אויך...?!
(מסתמא געסטו רשות)...The road to hell is paved with good intentions...!
וואסי פשט? אז א מענטש, וואס זיינע מעשים טויגן נישט אבער ער שרייט אז ער האט (געהאט) גוטע כוונות. זאגט מען (ווער איז, מען.) איהם. מיט דיינע גוטע כוונות (אן גוטע מעשים) וועסטו אנקומען אין גהינום...!
גיטע געזאגט בערל טייערע, האסט דיך אבער פארמישט דעיס איז נישט די אשכול פון Rabbi Mordy Getz. 😂
קהל'ס נער: היות איך בין אן אונגערישער האביך נישט געכאפט תיכף. ס'האט מיר גענימען א שטיקל צייט. (בערך 2 שעה) אבער צים סוף האביך עס געכאפט. אבער אונז האמיר א כלל (גמ'') אין מערבין שמחה בשמחה. אויך...טענו בחיטים והודו לזכר קדשו...!