אחוץ פון דעם וואס
@ליטוואק פון בודאפעסט האט
אראפגעברענגט אז די ברכה איז לויט טייל נישט גילטיג בזמן הזה, קען דאס אפשר בכלל גיין צוזאמען מיט וואס כ׳האב געשריבן
דא בנוגע דאס וואס חרדים (מעגליך) האלטן באמת סאָבּקאַנשעסלי לגבי ביאת המשיח. והיינו, אז עכ״פ סאָבּקאַנשעסלי האלטן זיי אויך פון די מער ראציאנאלע סארט צוגאנג דערצו אז עס איז פשוט אן ״
אידעאל״ וואס דאס מענטשהייט גרייכט צו (האפענטליך) נענטער און נענטער; אבער אפגערוקט פון די אובערנאטורליך (ע״ש). ענליך קען מען זאגן איז בנוגע די ברכה בכלל. מיינענדיג, אז עס קען משמע זיין פון דער אברבנאל אין זיין פירוש
נחלת אבות אויף מס׳ אבות (פ״ה מ״ח) אז דער רמב״ם האט אפגעלערענט די ברכה אויף א ראציאנאלן וועג אז וויבאלד די טעם מצות שמיטה איז לחזק הארץ (מו״נ ח״ג פל״ט) גייט דאס ארויסגעבן דעמאלטס (ואולי אין אלגעמיין) א סורפּלאָס פון תבואה. דער אברבנאל פרעגט טאקע אז אין דעם זעקסטן יאר איז עס דאך די שוואכסטע און עס האלט דאך שוין לפי״ז דעמאלטס הארט פאר׳ן נאכאמאל דארפן צוקומען צו זיך אפרוהן ע״ש. עכ״פ לפי די רמב״ם איז עס נישט קיין נס און נישט דייקא איבערנאטורליך. קען מען אפשר זאגן אז דאס האלטן חרדים כהיום סאָבּקאַנשעסלי, און ווען פּוּשׁ-קומט-צו-שׁאָוו גייען זיי אויך האלטן ראציאנאליש (אזוי ווי זיי האלטן שוין סאָבּקאַנשעסלי) אין דעם אז ״דריי מיר נישט קיין קאפ מיט אן אובערנאטורליכן וצויתי״.