☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אנאנימער וועבסייט

אנאנימער וועבסייט

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14922

לכבוד שבת קודש » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:56 pm

· #485756
אנאנימער וועבסייט
איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.

איך וויל פארקויפן א שיטה פארן ציבור, וואס איז נישט פאפולער אין די היימישע וועלט. איך וויל שרייבן מאמרים און קענען זיך דורכשמועסן מיט מענטשן וואס דארפן הילף אין דעם ענין. פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען א שטורעם אין די היימישע וועלט און איך קען זען מענטשן וואס זאלן אויפשפרינגען און נישט ריען ביז זיי ווייסן ווער דאס איז און נעמען קער.

ווי אזוי קען מען עפענען אזא סייט?

קאצקע ציקער » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:33 pm

· #485759
איך זעה נישט וויזוי מען קען געוואר ווערן אזוי לאנג ווי דו היטס דיין אידענטיטעט און דו ניצט אנינעמעס אימעילס וכדומא

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:40 pm

· #485760
Re: אנאנימער וועבסייט
מאך נאר זיכער אז דו באצאלטס עקסטער פאר "דאמעין פרייוועסי", ווען נישט קען מען גלייך זען דיין נאמען אלס בעלים פונעם דאמעין.

פרימארגען » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:53 pm

· #485761
אקעי אויב קומט אזא וועבסייט ווייס איך אז סאיז די סא קענסט שוין שרייבען דא

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:23 pm

· #485774
Re: אנאנימער וועבסייט
וויאזוי זאלן מענטשן וויסן פון דיין סייט? עדווערטייזן אויף היימישע פלעטפארס וועסטו נישט קענען. און טאמער איינער קומט דירעקט צי דיך, קענסטו דאך שוין ניצן סתם אימעיל וכדומה

טמיר » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:25 pm

· #485775
Re: אנאנימער וועבסייט
מיט גוגל סייטס קענסטו האבן א זייער סימפל סייט, און דארפסט נאר א גימעיל אדרעס אהן קיין שום אידענטיטעט. און עס איז אימזינסט אויך <a class="postlink" href="https://sites.google.com/new">https://sites.google.com/new</a>

yn.NY » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:41 pm

· #485780
לכבוד שבת קודש
איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.

איך וויל פארקויפן א שיטה פארן ציבור, וואס איז נישט פאפולער אין די היימישע וועלט. איך וויל שרייבן מאמרים און קענען זיך דורכשמועסן מיט מענטשן וואס דארפן הילף אין דעם ענין. פון די אנדערע זייט קען עס ברענגען א שטורעם אין די היימישע וועלט און איך קען זען מענטשן וואס זאלן אויפשפרינגען און נישט ריען ביז זיי ווייסן ווער דאס איז און נעמען קער.

ווי אזוי קען מען עפענען אזא סייט?

כ'גלייב נישט "ס'גייט ברענגן א שטורעם" אין די היימישע וועלט.

אונזער סיסטעם ארבעט געווענליך אז מ'מאכט א שתיקה פון אזעלכע זאכ'ן ("דברים שהשתיקה יפה להן").

קיינער איז נישט אונטערעסירט אז אלע אינגע בחורים זאלן זיין נייגעריג פון וואס די שטורעם איז...

(נחום ראזענבערגס סייט האב איך שוין - מחמת נייגער - אויסגעטשעקט אלץ יונג בחור'ל...)

לכבוד שבת קודש » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:30 pm

· #485793
ס'איז מער ווי דעים, און אסאך טיפער... ס'איז א זאך וואס קען אויפרעגן אלע סארט מענטשן, אבער פון די אנדערע זייט ציציען אסאך מענטשן.

נפה » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:54 pm

· #485795
איך ווארט מיט שפאנונג

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 11:48 pm

· #485802
בעסטע עצה: עפן א אשכול אויף קאווע שטיבל!

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 11:53 pm

· #485803
נעה, ער וועל מענטשן זאלן עס לייענען ..



#ביתהקברות

כפתור » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:07 am

· #485841
לכבוד שבת קודש
איך זוך צו עפענען א וועבסייט, אן דעם וואס קיינער אין די וועלט זאל נישט קענען וויסן ווער עס שטייט אונטער דעם.


אזוי ווי קיינער ווייסט נישט אויף ק"ש ווער די ביסט, הייב עס אן דא. אדער געב ארויס אביסל די נושא פון וואס די ווילסט "אויפשטורמען" די וועלט

פאליטיקאנט » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:52 am

· #485859
Re: אנאנימער וועבסייט
אזויווי @טמיר האט שוין געשריבן קענסטו פשוט מיט גוגל סייטס, וויקס, וכדומה. און דארפסט נישט קיין הילף פון קיינעם.

אבער אויב דו ווילסט ממש בויען אן אייגענע סייט (לכאורה איז דאס די בעסטע, ווייל דו האסט די מאקסימום קאנטראל, און נישט געבינדן צו אנדערע טערמס + קענסט האבן גיין אייגענע נארמאלע דאומעין) דאן איז גוט צו עפענען א קארפאראציע (LLC) אין א שטאֲט וואס באהאלט דיין אידענטיטעט (למשל ווייאמינג) און נוצן וויקס אדער א געהעריג אנליין פראפעסיאנאלע סערוויס דיך צו בויען דיין סייט.