☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14918

אשכול אן א טיטל #14918

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14918

— » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:56 pm

· #485513

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מיסטעריע » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:14 pm

· #485517
שמועות קארסירן אז ס'קומט א טשערידי קאמפיין,
אבער נישט פארגעסן אז אינטערנעט איז אסור..... #הא לן והא להו

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:27 pm

· #485523
אפשר איז די אינטערשטע שורה א קאוד?...

תרמב » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 3:50 pm

· #485532
סלייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא שלום זאל געשעהן אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן, שלום ציווישן צוויי הויפן איז א מאסיווע אפעראציע וואס נעמט אריין אסאך לאגיסטיקס און זייער אסאך מענטשן זענען אינוואלווד, סאו אלץ איז דא מענטשן וואס ליעקן.
הלוואי זאל עס זיין אמת, איך דערמאן מיך פון א מייסטערהאפטיגע ארטיקל וואס יואל אשר לאבין האט געשריבן בשעת בעלזא מיט מחניווקא האבן זיך איבערגעבעטן, ער ברענגט ארויס אז מענטשן קענען אוועקגעבן זייער לעבן זייער משפחה און זייער פרעסטיזש אויף א מחלוקת וואס איז ניטאמאל זיינס, ער קריגט זיך פאר זיין רבי, וואס ווען ער דארף האבן זיין רבי האט ער אים פארפאקט, און א פאר יאר שפעטער טרעפט ער זיך שטיין אויף די פארענטשעס ביי א חתונה זעענדיג ווי די שונא פון רבין וועם ער האט אזוי באקעמפט איז געקומען און טאנצט מיטן רבין ווייל מ’האט שלום געמאכט.... די רבי האט געלייגט די גאנצע מחלוקת אונטער זיך און ער טרעפט זיך לעקיש, א שלעכטע נאמען, שוואכע שידוכים וכדומה, אלעס ווייל ער איז געווען די שלעגער פארן רבין, און די רבי האט זיך שוין איבערגעבעטן.....

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 6:45 pm

· #485538
מיסטעריע
שמועות קארסירן אז ס'קומט א טשערידי קאמפיין,
אבער נישט פארגעסן אז אינטערנעט איז אסור..... #הא לן והא להו

מיסטעריע (נישט היסטעריע): דער טשערידי קאמפעין איז נאר א סייד דיש. דאס קומט ממילא. דארט איז נישטא קיין שום חידוש. די אנדערע חלקים זענען (מעגליך) יא אינטרעסאנט...!

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 6:56 pm

· #485539
תרמב: איינער, א לץ האט אמאל אראפגעלייגט די מעשה וואס דו פארציילסט, בערך אזוי. (בדרך משל ומליצה)...א מענטש גייט אויפ'ן גאס און פלוצלינג כאפט איהם אן א פיעלינג אז ער דארף זייער שטארק גיין קטנ'ען. ער זוכט א פלאץ וואו ער קען זיך א ביסל ארויסלאזן. (קיין ביהכ"ס איז נישט דא אין די געגנט.). ער זעהט א טראק איז געפארקט. ער גייט צו צו די זייט פונ'ם טראק. ער הייבט אן קטנ'ען און דער טראק נעמט זיך אוועקפארן אינמיטן...אזא פנים האט א מענטש וואס ער לייגט זיך אריין בעובה של קורה אין א מחלוקת פאר א רעבי'ן. ער שלאגט פראסקעט און טעראריזירט אלץ אין נאמען פון רבי'ן. צום סוף מאכט די רבי גאר שלום מיט זיין בעל פלוגתא. און יענער בלייבט לעקיש...!

נפה » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 7:10 pm

· #485540
בחדרי שרייבט אז ככל הנראה רעדט מען פון אן אסיפה בענייני טכנולוגיה

בעל דרשן » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 7:15 pm

· #485541
קיינער ווייסט נישט קלאר וואס די אסיפה איז היינט
יעדער האלט עפעס אנדערש
שלום
אויפנעמען רב הצעיר איינער פון די קינדער
עפענען א שיכון
קאמפיין פאר א בנין
חתונה תקנות
טעכנעלאגיע

תרמב » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 8:32 pm

· #485545
איך האב מורא צום סוף וועט עס זיין עפעס א קלייניקייט, ווי אויפנעמען א דיין אדער עפעס ווי די עולם זאל זיך פוצן די ציינער יעדן טאג, און ר’ בנציון וועט זיך אונטערלאכן פון יעדן איינעם...... שלום מיט באבוב 45..... הא.....

נחמד » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 8:41 pm

· #485546
געהערט אז ס'איז וועגן התאחדות קו''ק אויף עלעקטראניק סקוטערס. מ'גייט דארט זאגן אז מ'זאל זיך נישט צו טון מאכן דערפון און זיך ווייטער באנוצן דערמיט ווי אלעמאל.

הבחור_הזעצער » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:11 pm

· #485555
מעגליך בנוגע הויכע שטריימלעך מיט קרוינען…

אויסגעהאלטן » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:23 pm

· #485556
תכלית איינער מיט אן אפדעיט?

קהל'ס נער » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:28 pm

· #485557
כ'מיין אז די נושא איז צי מען זאל טוישן די ספעלינג פון באבוב צי באבעוו

אויסגעהאלטן » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 10:39 pm

· #485558
שמעתי אז עיזי ענגלענדער איז געווארן צו רייך סא ער גייט אויפהערן צו געבן געלט
סא מ'דארף געלט פונעם עולם

סמבטיון » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:20 pm

· #485561
איינער האט שוין עפעס פרטים??

עסקן בדברים » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:37 pm

· #485562

אויסגעהאלטן » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:49 pm

· #485563
ס'עפנט זיך א טשערידי קאמפיין פאר אלע וואס קענען נישט צאלן ביטע העלפט ארויס - טוה עס נישט פאר באבוב נאר פאר דיינע חבירים וואס האבן נישט די געלט 😂 😂

בן נון » מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:59 pm

· #485565
אויסגעהאלטן
ס'עפנט זיך א טשערידי קאמפיין פאר אלע וואס קענען נישט צאלן ביטע העלפט ארויס - טוה עס נישט פאר באבוב נאר פאר דיינע חבירים וואס האבן נישט די געלט 😂 😂


איינער וואס קען נישט זאל נישט צאלן וואס גייט געשען
און ערגסטן פאל קען מען ווערן א קאטשינער
מען האט דאך עניוועי כמעט שלום געמאכט

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 12:59 am

· #485573
קע"ה באבוב וואקסט אין גרויסן

פרימארגען » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:02 am

· #485574
בעטן מיר די רב זאל שוין גיין צו דין תורה מברר זיין אויב די געלט איז זיינס אדער אויב עס באלאנגט פאר די קהלה אשאד צו ווארטען און האבן עגמת נפש דערנאך קען ער איז מפרסם זיין צוזאמען מיט זיין טעקס רעקארדס

יתרו » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:25 am

· #485578
.

יעקב מעקסוועל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:47 am

· #485579
די אפטימיסטען האבן געטראכט פון א שלום, אנדערע האבן געזאגט מער פשוט'ע געדאנקען, נייע רב, תקנות, וכדומה, ליצים רעדן פון שטריימעלעך און ציין פוץ. ביזדערווייל איז עס פשוט און פראסט, פאקטס ענק אויס די טאשן.

איינער ווייסט וויאזוי מען עפנט א חסידות..?

צפור בודד » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:50 am

· #485581
יעקב מעקסוועל
איינער ווייסט וויאזוי מען עפנט א חסידות..?


הרג'ענען דעם טאטן איז איין וועג.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

זרחי » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:01 am

· #485590
תרמב
סלייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא שלום זאל געשעהן אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן, שלום ציווישן צוויי הויפן איז א מאסיווע אפעראציע וואס נעמט אריין אסאך לאגיסטיקס און זייער אסאך מענטשן זענען אינוואלווד, סאו אלץ איז דא מענטשן וואס ליעקן.
הלוואי זאל עס זיין אמת, איך דערמאן מיך פון א מייסטערהאפטיגע ארטיקל וואס יואל אשר לאבין האט געשריבן בשעת בעלזא מיט מחניווקא האבן זיך איבערגעבעטן, ער ברענגט ארויס אז מענטשן קענען אוועקגעבן זייער לעבן זייער משפחה און זייער פרעסטיזש אויף א מחלוקת וואס איז ניטאמאל זיינס, ער קריגט זיך פאר זיין רבי, וואס ווען ער דארף האבן זיין רבי האט ער אים פארפאקט, און א פאר יאר שפעטער טרעפט ער זיך שטיין אויף די פארענטשעס ביי א חתונה זעענדיג ווי די שונא פון רבין וועם ער האט אזוי באקעמפט איז געקומען און טאנצט מיטן רבין ווייל מ’האט שלום געמאכט.... די רבי האט געלייגט די גאנצע מחלוקת אונטער זיך און ער טרעפט זיך לעקיש, א שלעכטע נאמען, שוואכע שידוכים וכדומה, אלעס ווייל ער איז געווען די שלעגער פארן רבין, און די רבי האט זיך שוין איבערגעבעטן.....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:03 pm

· #485631
בן נון
אויסגעהאלטן
ס'עפנט זיך א טשערידי קאמפיין פאר אלע וואס קענען נישט צאלן ביטע העלפט ארויס - טוה עס נישט פאר באבוב נאר פאר דיינע חבירים וואס האבן נישט די געלט 😂 😂


איינער וואס קען נישט זאל נישט צאלן וואס גייט געשען
און ערגסטן פאל קען מען ווערן א קאטשינער
מען האט דאך עניוועי כמעט שלום געמאכט

בן נון: און דו מיינסט אז דארט גייט מען נישט בעטן געלט...?!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:05 pm

· #485632
קהל'ס נער
כ'מיין אז די נושא איז צי מען זאל טוישן די ספעלינג פון באבוב צי באבעוו

קהל'ס נער: כמיין אז די נושא איז צי מ'זאלל אריינלייגן מער פעפער אין קוגל. אדער צוקער. אזוי ווי די אונגערישע פאפ'ער...!

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:25 pm

· #485637
berlbalaguleh
קהל'ס נער
כ'מיין אז די נושא איז צי מען זאל טוישן די ספעלינג פון באבוב צי באבעוו

קהל'ס נער: כמיין אז די נושא איז צי מ'זאלל אריינלייגן מער פעפער אין קוגל. אדער צוקער. אזוי ווי די אונגערישע פאפ'ער...!


ס'איז דאך ממש א לשיטתיה.

און באבוב האט מען געהאלטן פון פעפער, און באבאוו האט מען געהאלטו פון ציקער.

או אינו? כשהוא אומר קאטשין הא ירושלמי קוגל אמר, הא מה אני מקיים וסדת אותה בסוכר, בבאבעוו.

פאר א פירוש אויף אידיש קוקט אריין אין חומש בית יהודה עם פירוש ע"ט.

אגב, בימי חורפי האב איך געמיינט אז פירוש ע"ט מיינע אז ס'האט 79 מהלכים אויפן פסוק 😂

אגב דאגב, די ווארט עברי טייטש מיינט בעצם עברי דייטש, אויב אזוי קימט אויס אז זיי האבן נאר 74 פשטים....וכו' ודו"ק וכד' וגו' והבן ואכמ"ל

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:35 pm

· #485642
קהל'ס נער: איך האב א פאסטן (דזשאב) פאר דיר און דיינע קינדער און אייניקלעך. איך זוך א מגיד שיעור אין די ישיבה וואס איך גיי אויפמאכן. איך האב נאך דערוווייל נישט קיין בחורים. אבער מיט די צייט, (אי"ה) וועללן זיין געניג משוגעים וואס זוכן אזא מוסד ווי איך ווילל אהערשטעללן...!
נ.ב.: ס'איז דא א פאר זויערע מענטשן וועלכע זעהן אז אונז האמיר א גוד טיים און זיי וועללן נעמען
און זיי וועללן שרייען .."מעקן".. און נאכאמאל מעקן...!

שעפטל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:25 pm

· #485680
גאנץ גוט....
📎 IMG-20211114-WA0056.jpg

כפתור » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:47 pm

· #485684
מ'האלט שוין א טאג שפעטער און נאך נישט דא קיין נייעס וואס די נושא איז געווען?

אינגערמאנטשיקל » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:13 pm

· #485686
שעפטל
גאנץ גוט....
זייער גוט, די פראבלעם איז נאר אז אין באבוב45 שנארט מען יעצט אויך גרויסע געלטער... מ'מוז טוישן צו באבוב-לינדען.

yn.NY » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:19 pm

· #485687
כפתור
מ'האלט שוין א טאג שפעטער און נאך נישט דא קיין נייעס וואס די נושא איז געווען?

די נושא איז ס"ה געווען א "שנארעריי"

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/485562">viewtopic.php?p=485562#p485562</a><!-- l -->

אינגערמאנטשיקל
שעפטל
גאנץ גוט....
זייער גוט, די פראבלעם איז נאר אז אין באבוב45 שנארט מען יעצט אויך גרויסע געלטער... מ'מוז טוישן צו באבוב-לינדען.



"באבוב-לינדען" צאלט דאפעלט: סיי פאר באבוב-45, און סיי פאר לינדען...

Lesser » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:35 pm

· #485690
אז מרעדט פון לינדען בין איך א מחותן, איך פארשטיי נישט על מה יצא הקצף, היינט ציטאג'ס זענען אלע חסידות אייניג, באבוב, באבוב 45, סקווירא, בעלזא ב"פ, בעלזא מאנסי, וויזניץ ב"ב ועוד, אז מלייגט א בנין פרייז אויף די עלטערן.

איך וואלט עס נישט ליב געהאט אויף מיר, אבער היינט איז עס ליידער געווארן נארמאל.

כפתור » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:45 pm

· #485693
עסקן בדברים
📎 Screenshot_20211113-233218(1).png

וויזוי ארבייט עס, ווי מער קינדער בלייבט איבער מער צו קענען געבן?

כ'האב מיך געוואונדערט די זעלבע זאך ווען מ' קומט שנארן די נאכט ווען מ'מאכט חתונה. ווער האט אויסגעפיגערט אז די מחותנים האבן פונקט יעצט עקסטער געלט צו קענען טיילן?

Lesser » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:09 am

· #485842
כפתור
עסקן בדברים
📎 Screenshot_20211113-233218(1).png

וויזוי ארבייט עס, ווי מער קינדער בלייבט איבער מער צו קענען געבן?

כ'האב מיך געוואונדערט די זעלבע זאך ווען מ' קומט שנארן די נאכט ווען מ'מאכט חתונה. ווער האט אויסגעפיגערט אז די מחותנים האבן פונקט יעצט עקסטער געלט צו קענען טיילן?


דאכט זיך מיר אז באבאוו האט געהייסן געבן 10 אלפים לכל ראש משפחה, נישט פאר יעדע קינדעלע באזינדער.

Lesser » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 8:10 am

· #485843
Lesser
כפתור
עסקן בדברים
📎 Screenshot_20211113-233218(1).png

וויזוי ארבייט עס, ווי מער קינדער בלייבט איבער מער צו קענען געבן?

כ'האב מיך געוואונדערט די זעלבע זאך ווען מ' קומט שנארן די נאכט ווען מ'מאכט חתונה. ווער האט אויסגעפיגערט אז די מחותנים האבן פונקט יעצט עקסטער געלט צו קענען טיילן?


דאכט זיך מיר אז באבאוו האט געהייסן געבן 10 אלפים לכל ראש משפחה, נישט פאר יעדע קינדעלע באזינדער.


אבער גערעכט ביסטו, די משולחים פרעגן אלץ ווי איז די מחותן, רבונו של עולם, די מחותן איז לכעורה די גרעסטע ארימאן ביים חתונה...

נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 11:19 am

· #485862
יאיר וויינשטאק שרייבט ערגעץ אזוי: א יוד איז אריינגעקומען צו א חתונה און זעט א מיטעל עדזש יוד וואס דער עולם וואונטשט אים מזל טוב פרעגט ער אים דו ביזט דער בעל שמחה, זאגט ער אים ניין, פרעגט ער סא ווי איז דער בעל שמחה? נעמט ער אים און טראגט אים צו דער אפיס פון די זאל און ווייזט אים אויף א יוד וואס זיצט דארט מיט גראבע טשעקס ארום און זאגט אים ער איז דער בעל שמחה

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 2:14 pm

· #485888
נפה: זייער גוט. און צום פינטל. אזא ווערטל פאסט פאר פאלאצ'ינטא...!

עוקר הרים » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:47 pm

· #486383
.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 6:22 pm

· #486546
הייליגער באבוב'ער רב שליט"א: יא. איך האב ליגן אן איבעריגע 10,000 דאללער. איך ברענג עס שוין אריבער. (בפקודת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א)...איך לאך ניטאמאל...ווען, אין מיין לעבן האביך געזעהן עשרת אלפים כיכר כסף. טאקע נאר אין די מגילה. ווייל אין באנק האביך נאך קיינמאל נישט געהאט ד זכיה צו האבן א צענער צוזאמען...!

אפשר ווען די לאטערי נאמבערס 'עללן אריינקומען כסדרן. דאמאלס. בלי"נ קום איך גלייך אריבער צום רב שליט"א און איך ברענג די אפותיקי...!

היכי דמי » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:07 pm

· #488202
איצט קומט פאר לייוו די קאמפיין וואס האט געהאלטן כלל ישראל געשפאנט עטליכע וואכן צוריק ווען באבובער רבי האט אין א היסטארישע שריט צוזאמגערופן זיין קהילה, און געבעטן יעדער זאל זיך משתתף זיין אין די היסטארישע שלום אפמאך. סארי, היסטארישע געלט קאמפיין.

די קאמפיין איז אנדערש פון אלע קאמפיינס ביז אהער. עס איז א אינטערנעט קאמפיין וואס קומט נישט פאר אויף די אינטערנעט צוליב רצון קדשו פון רבי'ן שליט"א. דאס איז א חידוש עצום, און דער וואס האט נישט אמונה פשיטא גלייבט פשוט נישט אז עס איז טאקע נישט אויף די אינטערנעט.

צו גיבן אייער ברייטע נדבה וואס וועט העלפן אויפשטעלן די 125 מיליאן דאלאר'דיגע סקיי סקרעיפערס קליקט דא: <a class="postlink" href="https://charidy.com/bobov">https://charidy.com/bobov</a>

מבינים זאגן אז דאס איז אן אנדערע טשערעטי, און עס איז א מין פאסט באקס, און עס איז נישט פארבינדן מיט קיין שום אינטערוועש.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:03 pm

· #488262
עס איז אנדערש אז מ׳ קען נישט זען וויפיל אנדערע האבן געגעבן