☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא בני ברק טיש

בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא בני ברק טיש

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14908

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 2:22 pm

· #484956
בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא בני ברק טיש
חסידים ואנשי מעשה זענען אין שאק ווען צוליב אביסל פראפעגאנדע שיקט מען ארום בילדער פון א פרייטיג צונאכטס טיש ביי א געוויסע רבי וואס איז געווען צוגאסט אין בארא פארק אויף שבת און צוליב דעם וואס ביי שלש סעודות איז זיי נישט געלונגען צו שלעפן א ציבור שיקן זיי ארום בילדער גענומען דורך א גוי (ווי אזוי די בילדער קוקן אויס איז מסתבר אז ער איז געווען געדינגען וד"ל) וואס איז א גרויסע חילול שבת.

ס'איז צום האפן אז אונזער היימישע אויסגאבעס וועלן נישט שטיצן אזעלכע פראפעגאנדע.

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 2:35 pm

· #484958
עס איז אייביג דא בילדער געכאפט דורך א גוי.
מסתם יעדע קהילה האט אזאנס אין די פארגאנגענהייט

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 2:47 pm

· #484961
איינער האט שוין מעיר געוועין דארט אויפן פלאץ אז עס איז א געשטיקעלטע בילד, און מען דארף טאקע נישט זיין קיין מבין עס צי כאפן, אזוי ווי יענער האט טאקע פארגעזאגט "דוק ותשכח",
מילא קען גאר זיין אז א יוד האט עס געמאכט מוצ"ש א שעה נאך ר"ת זמן.

ועוד, וואס איז אזוי געפערליך אמירה לעכו"ם אויף א זאך וואס איז ניטאמאל א דרבנן, די פוסקים מיטשענען זיך צי טרעפן א איסור אויף עלעקטראניקס אום שבת.

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:31 pm

· #484965
אפיציעל וועסטו קיינמאל נישט זעהן קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף, דא שיקן זיי עס אפיציעל ארום אן קיין שום בושה.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:32 pm

· #484966
געפערליכע פירצה.

פאר גאדס סעיק, פארוואס האט עס פונקט געמוזט געשעהן ביי די חצר וואס דו האסט אזוי פיינט?

פארוואס האט עס פונקט געמוזט געשעהן ביי די חצר וואס דו האסט פרובירט צו לייקענען די מילתא דעבידא לגלויי אז ער האט געהאט שווערע טויזנטע מענטשן ביים טיש פרייטאג צונאכטס?

נישט אז איך בין מסופק צו דו וואלסט מוחה געווען אין סיי וועלכע אנדערע חצר, אבער דאך.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:33 pm

· #484968
בעל דרשן
אויפציעל וועסטו קיינמאל נישט זעען קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף דא שיקן זיי עס אויפציעל ארום אן קיין שום בושה

וואו זעסטו אז זיי שיקן עס ארום?

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:35 pm

· #484969
איך האב זיי פיינט חלילה וחס
נאר דאס אז מיטן נאמען פון צוואה קענען זיי עובר זיין אויף אלע עבירות אין תורה
און ווי עס קומט צו פראפעגאנדע איז נישט דא קיין שבת עקעלט עס

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:36 pm

· #484970
אינגערמאנטשיקל
בעל דרשן
אויפציעל וועסטו קיינמאל נישט זעען קיין בילדער פון א גוי ארויסגעשטעלט דורך די אייגענע הויף דא שיקן זיי עס אויפציעל ארום אן קיין שום בושה

וואו זעסטו אז זיי שיקן עס ארום?


בחדרי חרדים און אזוי ווייטער אלע נייעס פלאטפארמע באקומען א פעטע פרייז ס'איז א דבר ידוע

אינגערמאנטשיקל » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 3:37 pm

· #484971
דבר ידוע. שלאג מיך.

נייעס פלאטפארמעס מיינט נישט אפיציעל ביי מיר.

בעל דרשן » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 4:09 pm

· #484973
מחאה
📎 IMG_20211107_160238_012.jpg

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 4:20 pm

· #484974
קהל'ס נער
איינער האט שוין מעיר געוועין דארט אויפן פלאץ אז עס איז א געשטיקעלטע בילד, און מען דארף טאקע נישט זיין קיין מבין עס צי כאפן, אזוי ווי יענער האט טאקע פארגעזאגט "דוק ותשכח",
מילא קען גאר זיין אז א יוד האט עס געמאכט מוצ"ש א שעה נאך ר"ת זמן.

ועוד, וואס איז אזוי געפערליך אמירה לעכו"ם אויף א זאך וואס איז ניטאמאל א דרבנן, די פוסקים מיטשענען זיך צי טרעפן א איסור אויף עלעקטראניקס אום שבת.

קהל'ס נער: די עלעקטראניקס איז די גרינגערע חלק. איך ווייס נישט פונקטליך וואס די הגדרה קען זיין ביי כאפן בילדער אום שבת. נאר למשל ביי נוצן אן אוידיאו סיסטעם איז נישט אזוי ווייט די פראבלעם מיט די עלעקטראניקס. אויף דעם וואלט מען געקענט טרעפן עפעס אן אופן פון א ..."היתר"... די עיקר פראבלעם איז מיט השמעת קול בשבת. (גזירה שמא יתקן כלי שיר). ממילא איז טון די מלאכות דורך א גוי וואס מען האט געדינגען, איז אן ערנסטער פראבלעם...!

היכי דמי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 4:27 pm

· #484975
אונז ווייסן די אמת, פאר @בעל דרשן באדערט בכלל נישט די גוי, עס באדערט אים די בילד…

בן נון » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 11:07 pm

· #484993
וועלכע שמוציגע לץ האט געשריבן די מחאה כגיי נאטס פאר די קול קורא אשפ”ג

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 2:09 pm

· #485033
איך וועל מיר עכט נישט ווינדערן אויב בעל דרשן איז א ברידער פין די רבי אדער גאר די רבי פין ירושלים אדער איינער פין דיינע קינדער....

דער אהבה שרייט ארויס פין דיין פענע....

האב הצלחה

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 2:32 pm

· #485037
אזא גערעדעכץ איז א סקאנדאל אין מיינע אויגן, עפנט אן אשכול מכלומרשט אנגעדרייט מיטן גארטל האלטנדיג סגעפילטע פישל אויפן אקסל, קומט אריין ווי א גאנצער הייליגער וועם כבוד שמים גייט אין די בלוט, אבער די געשיכטע איז אז ער ווייסט אז זיי האבן געדינגען דעם פאטאגראפירער וויבאלד בחדרי פובליצירט עס.........

דער פרובירט אפילו נישט צו באהאלטן זיין שנאה צום חסידות און מישט א קאשע פון קלייען. כזע נישט וויאזוי אזא זאך קען טאלערירט ווערן, אגענדעס קען מען שטופן ביי זיך אין מקוה אדער פאר ישיבה בחורים.

בעל דרשן » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 9:02 pm

· #485061
התם ומתמם עם תמימים
איך וועל מיר עכט נישט ווינדערן אויב בעל דרשן איז א ברידער פין די רבי אדער גאר די רבי פין ירושלים אדער איינער פין דיינע קינדער....

דער אהבה שרייט ארויס פין דיין פענע....

האב הצלחה


איך בין שטערנבוך די רבי'ס שווער איך טו עס קעגן עין הרע פאר מיין איידעם

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 7:49 am

· #485109
בעל דרשן
מחאה

א עקל צו ליינען, פון יעדע ווארט שפריצט שנאה.
אסאך אידן פארגעסן אז אינעם זעלבן פסוק פון "הוכח תוכיח" שטייט גלייך דערויף "ולא תשא עליו חטא".

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 9:31 am

· #485113
דאס איז א נייע ערשיינונג וואס וועט מיט די צייט ווערן נארמאל, ס'איז געווען בילדער פון גער (די גרויסע) שב"ק צופרי, אזוי אויך ויז'ניץ ב"פ, פרייטאג צונאכטס אין מעזיבוז. ס'ליגט מיר אין קאפ נאך עטליכע, אבער כ'געדענק נישט אויפן מאמענט.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:39 am

· #485118
צעיר בישראל: איך ווילל נישט זאגן. אבער, כ'האב מורא אז אונז גייען אויפ'ן מהלך פון די קאנסערוואטיוון. מ'גליטשט זיך צוביסלעך. א ביסל. און נאך א ביסל. מ'באמערקט אליין נישט. מ'זוכט און מ'טרעפט היתירים און קולות. און בדיעבד'ס. שפעטער ווערט פון די בדיעבד'ס א לכתחילה...!

איך ווילל נישט מאכן א פרעדיקשן. (פאראויסזאגונג). אבער כ'האב מורא אז אין א פאר יאר ארום וועללן די שבת גויים. די וועלכע כאפן די פיקטשערס ביי די רבי'ס טיש, גיין געהעריגע בעקישעס. און זיך אויסמישן מיט די חסידים.

נאך א מיינונג » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:45 am

· #485119
וואס עפעס נאר טישן? און שבת שבע ברכות, ברמצוה און סתם פארברענגן?

ווילאנג וועט עס נעמן ביז מיר וועלן זען ווידיאוס פון ברמצוה בחורים ביי זייער עליה לתורה, חתנים ביים באווארפן, און דרשות ביי סעודות? די גאנצע סבה פון טוישן חתונות פון פרייטאג צו נאכטס אויף די וואכענטעג איז צוליעב קאמעראס. יעצט וואס דאס איז אויך מותר, וועט מען שוין זען חתונות פרייטאג צו נאכט, און פיקטשורס נאך די חופה, לכבוד שבת קודש.

ווי זענען די רבנים? פארוואס איז אן עלעוועיטאר א פראבלעם, און א ווידיאו פון א טיש נישט?

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 10:48 am

· #485120
Re: בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא טיש
berlbalaguleh
צעיר בישראל: איך ווילל נישט זאגן. אבער, כ'האב מורא אז אונז גייען אויפ'ן מהלך פון די קאנסערוואטיוון. מ'גליטשט זיך צוביסלעך. א ביסל. און נאך א ביסל. מ'באמערקט אליין נישט. מ'זוכט און מ'טרעפט היתירים און קולות. און בדיעבד'ס. שפעטער ווערט פון די בדיעבד'ס א לכתחילה...!

איך ווילל נישט מאכן א פרעדיקשן. (פאראויסזאגונג). אבער כ'האב מורא אז אין א פאר יאר ארום וועללן די שבת גויים. די וועלכע כאפן די פיקטשערס ביי די רבי'ס טיש, גיין געהעריגע בעקישעס. און זיך אויסמישן מיט די חסידים.
איך האב נישט געמיינט עד כדי כך, אבער קודם כל היינט פארמאגט כמעט הונדערט פראצענט פון די פאבליק ארענא קעמעראס, און בנוסף צי דעם, איז יעדער ארבעט מיט א שטאב פון גוים פון פאר שבת ציציגרייטן אז זאכן זאלן קלאפן, און זיי אלע נעמען בילדער פון די ארבעט וואס זיי האבן אריינגעלייגט און משיקט עס ארום

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 12:48 pm

· #485123
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 1:01 pm

· #485130
בעל דרשן
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס

אויב דו ווילסט זאגן אז הרב מש"י פון ירושלים האט ביים טיש בערך וויפיל סקווירא בארא פארק האט, גלייב איך דיר. אבער האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט געהאט ביים טיש 3 מאל מער וויפיל רחמסטריווקא האט יעדע וואך און 5 מאל מער פון באבוב.

צעיר בישראל » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 1:14 pm

· #485131
Re: בילד גענומען דורך א גוי - סאדיגורא טיש
בעל דרשן
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע
נישט קיין ציגלייך, ווייל א גוי וואס טוט דאס וועכענטליך פאר זיין ארבעט נעמט נישט קיין בילדער, משא״כ ווען סאיז געדונגענע גוים פאר א איינמאליגע זאך

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 2:25 pm

· #485133
נאך א מיינונג
וואס עפעס נאר טישן? און שבת שבע ברכות, ברמצוה און סתם פארברענגן?

ווילאנג וועט עס נעמן ביז מיר וועלן זען ווידיאוס פון ברמצוה בחורים ביי זייער עליה לתורה, חתנים ביים באווארפן, און דרשות ביי סעודות? די גאנצע סבה פון טוישן חתונות פון פרייטאג צו נאכטס אויף די וואכענטעג איז צוליעב קאמעראס. יעצט וואס דאס איז אויך מותר, וועט מען שוין זען חתונות פרייטאג צו נאכט, און פיקטשורס נאך די חופה, לכבוד שבת קודש.

ווי זענען די רבנים? פארוואס איז אן עלעוועיטאר א פראבלעם, און א ווידיאו פון א טיש נישט?

דו ווייסט נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. ווייל די קאנסערוואטיוון טוען שוין אזוי. זייער אודיא-וויזשועל סיסטעם רעקארדירט דעם בר מצוה בחור און זיין משפחה ווען ער האט אן עלייה. אויך דעם ראביי'ס ספיטש.

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 3:20 pm

· #485137
צעיר בישראל
בעל דרשן
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס
נישט דא גוים וואס גרייטן אן דארט ?
פינקט דא האבן זיי גענומען און געמאכט בילדער רואיג ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי געהייסן סטאפן מאכן ...
כמעט ווי זיכער אז מ'האט זיי באשטעלט פאר שבת אלעס פאר אביסל פראפעגאנדע
נישט קיין ציגלייך, ווייל א גוי וואס טוט דאס וועכענטליך פאר זיין ארבעט נעמט נישט קיין בילדער, משא״כ ווען סאיז געדונגענע גוים פאר א איינמאליגע זאך


גוט געזאגט געדינגענע גוים

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 3:20 pm

· #485138
מפיל קינד
בעל דרשן
סאיז דא יעדע וואך רבי'ס אין בארא פארק וואס האבן נאך אזא ציבור ווי סאדיגורה האט געהאט און עפעס דארט פארט נישט ארום בילדער פון פרייטיג צונאכטס

אויב דו ווילסט זאגן אז הרב מש"י פון ירושלים האט ביים טיש בערך וויפיל סקווירא בארא פארק האט, גלייב איך דיר. אבער האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט געהאט ביים טיש 3 מאל מער וויפיל רחמסטריווקא האט יעדע וואך און 5 מאל מער פון באבוב.


און ווען ליפא שמעלצער מאכט א קאנצערט האט ער נאך גרעסער

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 3:23 pm

· #485139
ווען איך רעדט פון רבי'ס אין בארא פארק מיין איך נישט די וואס וואוינען דארט
סאטמאר מהרי"י איז געווען פון פרייטיג צונאכטס ?
סקווירא איז געווען פון פרייטיג צונאכטס?
ועוד ועוד
יעדע נערמאלע בר דעת פארשטייט וואספארא חילול שבת זיי האבן געמאכט בלויז צוליב פראפאגאנדע

תפארת » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 3:25 pm

· #485140
בעל דרשן דאפסט נישט נאכאמאל דארשענען און איבערקייען דיין ווייטאג. גענוג פליז!

לאמיר זאגן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 11:25 pm

· #485189
קיין שום פרוף אז מען האט געבעטן דעם גוי, אבער דא טוען זיך שוין מחאות אויף טישן און אויף בענק.

פאני.

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 11:31 pm

· #485192
.

פאלאצ'ינטא » מאנטאג יוני 27, 2022 6:22 am

· #503075
אזא אינגע רעבע און שוין האט מען פון די אידישע "גוים" וועליכע כאפען בילדער אויף שבת און יו"ט

berlbalaguleh » זונטאג יולי 30, 2023 1:43 pm

· #532564
און אז מ'שטעלט אן דעם קעמערע אויף א שבת זייגער אדער מיט א מאושן סענסאר. אדער מיט א "כל" סענסאר. ווען די רעבע זינגט כל מקדש שביעי אדער ער מאכט תנועות מיט די הענט. דאס איז שלעכט. ס'איז דא א היתר אויף דעם.!

אייגענארטיג » מאנטאג יולי 31, 2023 3:09 am

· #532608
can someone please post that picture ? i wonder what the whole discussion is about

מרדכי מרדכי » מאנטאג יולי 31, 2023 9:36 am

· #532611
נאדיר א אויסגעהאלטענע קעמרע אין שבת.

https://shabesclick.co.il/