☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן

די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #149

אךשמח » מאנטאג מערץ 12, 2012 12:44 pm

· #1181
די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
פארגאנגענעם פרייטאג שושן פורים, איין טאג נאכן ליינען אין די מגילה "מפוזר ומפורד בין העמים" האבן די איידעלע עסקנים געוויזן אז היינט האלט מען שוין א שטאפל ווייטער און נישט נאר איז מען צוטיילט און צושפרייט בין העמים נאר אפילו אינעם אייגענעם פאלק, צווישן אייגענע אידן זענען אויך דא וואס רופן זיך אידן און ווילן זיין צוטיילט און צוקריגט, און די גאסן זענען באקלעבט געווארן מיט פלאקאטן מיט דעם שוין באקאנטן מאדנעם איסור קעגן דעם באליבטן און גאר אינהאלטסרייכע מאגאזינען דער שטערן און דער שפאקטיוו.

דא האט אבער פאסירט א אינטערעסאנטע זאך, און געוויזן אז אפילו ווען א פאשקעוויל ווערט אויפגעהאנגען אויף די גאסן לעמפ און די ביימער אין שטאט, בלייבט עס נאך אלס דער זעלבער שמוץ בלעטל און די געטרייע ליינער פונעם שטערן האבן זיך אנגענומען פאר איר כבוד און זיכער געמאכט אז עס זאל נישט בלייבן קיין איין צעטל הענגען אין גאנץ וויליאמסבורג.

איך האב געכאפט א קורצן שפאציר ארום די גאסן פון מיין וואוינונג און נישט געקענט טרעפן קיין איין פלאקאט אדער א זכר דערפון אין גאנצן ארום.

ווי איך פארשטיי גייט דער שטערן און איר צווילינג דער שפאקטיוו נישט ארויסגיין פון די גראסעריס אין ווילי אזוי גרינג און שנעל!

ברוך שנתן עולמו לשומרים.

John Doe » מאנטאג מערץ 12, 2012 4:35 pm

· #1207
Re: די טויזנטער ליינער פונעם שטערן לאזן זיך נישט פארפירן
[ציטאט אראפגענומען]


אין בארא פארק איז ב״ה נישט דא אזא mob mentality און groupthink.