☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס

פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14896

אבשלום בן מעכה » זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:34 pm

· #484360
פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס
אויף אייוועלט האט איינער געעפנט אן אשכול וואס האט מיר געצויגן, מיטן קעפל "פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס" - וואו ער בעט אז מען זאל אים געבן ווילדע עצות ווי אזוי צו האקן א לעבן אין ארץ ישראל.

דער געדאנק איז מיר געפאלן, און איך וויל עס דא איבערפרעגן לעת מצוא, ווען איך וועל פארן קיין ארץ ישראל, צו קענען נעמען גוטע געדאנקען פון דא.

מען בעט דער עולם זאל צולייגן א פלייצע.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:54 pm

· #484361
שביל מים לים (מקיבוץ גינוסר לחוף אכזיב) בייקינג פיר טעג קיין אילת.

פאליטיקאנט » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 3:55 am

· #484370
שבת חיי שרה אין חברון.
אדער סתם א שבת אין מושב הר ברכה / איתמר / יצהר.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:38 am

· #484384
פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:42 am

· #484386
גיין מיט ישראל הירש אין זיינע חברים צי א באזיך אין ראמאלללאה

בן נון » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 1:29 pm

· #484396
אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 5:53 pm

· #484417
גיי אףף ראוד בייקינג (א.ק.א. מאונטען בייקינג) פון ירושלים צי בית שמש, ס'נעמט בערך 5 שעה, מ'קראסט אריבער א נחל אינמיטן וועיג, איך האב געכאפט דארט א טבילה אויך.

וויי איז דעיס גיט געוועין כ'האב עס שוין געטין צוויי מאל.

געדעינק אבער נעם מיט א קעפ (כובע שמש).

לפחות 2 געלאן וואסער.

נאך א טוב פאר דיין רעדל מיט א פאמפ.

א לייט אין קעיס ס'ווערט נאכט (מעשים בכל יום, א רעידל קראכט, מ'פארלירט די וועיג, מ'דארף זיך אפריען לעינגער ווי געפלאנט).

געניג עסן מען ווערט שנעלער הינגעריג ווייל מען פארברענט אסאך קעלאריעס.

לאמיר ציענדיגען מיטן וואונטש פון ובלכתך בדרך טעיפ קא. וואס לייגט אריין גרויס מי און פלאג ציפרידן צושטעלן די עולם מיט רוחניותדיגע הנאה.

פארט און האט הנאה.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 8:31 pm

· #484424
קהל'ס נער: ייש"כ פאר דיינע אזהרות. ווייל ס'האטציך שוין א סאך מאל געטראפן אז אידן זענען סטאק געווארן אין מדבר יהודה אן וואסער אדער ווארימע בגדים. און די אפיציעלע רעגירונגס רעטונגס ארגאניזאציעס האבן זיי געמוזט קומען ראטעווען. ווייל זייער לעבן איז געווען אין א סכנה...!

yn.NY » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 8:47 pm

· #484430
berlbalaguleh
פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

👍
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!... 😂

yn.NY » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 8:55 pm

· #484433
פאליטיקאנט
שבת חיי שרה אין חברון.

א שבת אין חברון איז מעין עולם הבא!
בינעך געווען אלץ בחור. שבת נאכמיטאג האט מען (אין באגלייטונג פון צענדליגע חיילים) געכאפט א שפאציר אין די אראבישע געגענט. די סעודה שבת האב'עך געגעסן ביים חב"ד שליח (דענק עך שוינישט זיין נאמען - ער עסט די סעודה צוזאמען מיט חיילים, און ברענגט אריין אין זיי א שטיקל טעם אין אידישקייט)
תפלות שבת - צוזאמען מיט די אבות הקדושים אין מערת המכפלה - יום שבתון אין לשכוח.

מאך נאר זעכער זיך טייט צו מאכן די גארטל, און מגלה דעת זיין ברבים "שלא לשם התגרות באומות כלל וכלל"!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:04 pm

· #484435
yn.NY
berlbalaguleh
פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

👍
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!... 😂

כ׳האף אז הורדוס פלאקערט טאקע אין גיהנום.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:12 pm

· #484437
רביה"ק זי"ע: נישט פאר דעים. פאר זיינע אנדערע מעשים (לא) טובים. די גמ' ריהמט דאך איהם אויס אז ער האט געטון זייער א גוטע זאך. נו, מילא. מיט'ן בית המקדש קומט שוין צו דער כותל אויך. ס'איז א פעקעדזש דיעל. דער אייבישטער איז איהם מוחל פאר בויען דעם כותל...!

פאליטיקאנט » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:27 pm

· #484441
בן נון
אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד
ער זוכט "ווילדע איידיעס"


קהל'ס נער
גיי אףף ראוד בייקינג (א.ק.א. מאונטען בייקינג) פון ירושלים צי בית שמש, ס'נעמט בערך 5 שעה, מ'קראסט אריבער א נחל אינמיטן וועיג, איך האב געכאפט דארט א טבילה אויך.

וויי איז דעיס גיט געוועין כ'האב עס שוין געטין צוויי מאל.

געדענק אבער נעם מיט א קעפ (כובע שמש).

לפחות 2 געלאן וואסער.

נאך א טוב פאר דיין רעדל מיט א פאמפ.

א לייט אין קעיס ס'ווערט נאכט (מעשים בכל יום, א רעידל קראכט, מ'פארלירט די וועיג, מ'דארף זיך אפריען לעינגער ווי געפלאנט).

געניג עסן מען ווערט שנעלער הינגעריג ווייל מען פארברענט אסאך קעלאריעס.

לאמיר ציענדיגען מיטן וואונטש פון ובלכתך בדרך טעיפ קא. וואס לייגט אריין גרויס מי און פלאג ציפרידן צושטעלן די עולם מיט רוחניותדיגע הנאה.

פארט און האט הנאה.


יאפ, כ'האב עס טאקע אויך געטוען.

גרינגער איז צו אראפ בייקן צום ים המלח ווייל ס'איז בארג אראפ די גאנצע וועג.

אויך קען מען אלס רופן 911 און זאגן אז מ'שפירט שוואך און די משטרה שיקט אראפ א ווען צו אויפפיקן!




yn.NY
פאליטיקאנט
שבת חיי שרה אין חברון.

א שבת אין חברון איז מעין עולם הבא!
בינעך געווען אלץ בחור. שבת נאכמיטאג האט מען (אין באגלייטונג פון צענדליגע חיילים) געכאפט א שפאציר אין די אראבישע געגענט. די סעודה שבת האב'עך געגעסן ביים חב"ד שליח (דענק עך שוינישט זיין נאמען - ער עסט די סעודה צוזאמען מיט חיילים, און ברענגט אריין אין זיי א שטיקל טעם אין אידישקייט)
תפלות שבת - צוזאמען מיט די אבות הקדושים אין מערת המכפלה - יום שבתון אין לשכוח.

מאך נאר זעכער זיך טייט צו מאכן די גארטל, און מגלה דעת זיין ברבים "שלא לשם התגרות באומות כלל וכלל"!


א שבת ביי ברוך מרזל?

65th » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 10:01 pm

· #484444
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/9bsf5fzh897r72d/%D7%95%D7%99%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%95%20%D7%90%D7%AA%20%D7%94%D7%90%D7%A8%D7%A5%20%D7%9C%D7%90%D7%95%D7%A8%D7%9B%D7%94%20%D7%95%D7%9C%D7%A8%D7%95%D7%97%D7%91%D7%94%202.pdf?dl=0">https://www.dropbox.com/s/9bsf5fzh897r7 ... 2.pdf?dl=0</a>

בן נון » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 10:44 pm

· #484445
פאליטיקאנט
בן נון
אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד
ער זיכט ווילדע איידיעס


פאר ווילדע איז דא חלחול אהן צבא
שכם אהן צבא
גיין אליין שער שכם אדער שילוח
כאפן א היטש אין צומת תפוח
שפאצירן אויפן 60
גיין צו הפגנות
זיך שלאגן מיט שובו בנים
שרייען אויף א פרענק
ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 11:39 pm

· #484452
גיי צי עוטף עזה, ווי ס'פליט די ראקעטס, איך בין געוועין אין ישיבה ביי מלחמת צוק איתן אין א שטאט נאנט צי עזה, ס'זענען געפלויגען פאר אפאר וואכן אין א צי ראקעטס, ס'האט געלאנדעט לעיבן ישיבה אפאר ראקעטס, יעדע מאל איז געוועין א אדרענעלין ראש, ס'מוראדיג, איך האב מיך ממש געשפירט ווי א פארטיזאן.

Nanach » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 11:48 pm

· #484454
מאך זיכער
בן נון

ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים


איך האב דאס אמאל פרובירט אין די רעזולטאטן האבן נישט געפוילט נאכצוקומען. פילצאליגע בייזע בליקן פון די פארדארבענע סיקריקים אין ריכטונג פון מיר און מיין ווייב, מיין מזל איז אבער געווען אז איך בין נישט געווען אנגעטון ווי אן ארטיגער און דעריבער האבן זיי מיר מער ווייניגער צורוה געלאזט. דערציילט מיר אבער א חבר אז ער האט שפאצירט מיט זיין אשת חיל אינעם שוק מאה שערים, און ס'שייטל איז נישט ווערד געווען צו וואשן נאכן איינזאפן א היבשע קוואנטום שמוציגע ספאנדזשע וואסער אויסגעמישט מיט פיש (מיט א פינטל) זאפט וואס א קראנק פארדארבן יונגעלע האט געלאזט רינען דערויף פון זיין טאטנס באלקאן.

אינטערסאנט איך האב עס קיינמאל נישט געהאט

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 1:05 am

· #484462
איך בין נישט די סארט מענטש וואס קוקט צוריק צום עבר אבער דעם אשכול האט מיר געגעבן א שיס צוריק צו מיינע בחור׳ישע יארן אין ארץ ישראל, איי איז דאס געוועזן גוטע צייטן. נישט אז איך בענק מיך צוריק, איך וואלט פאר קיין געלט נישט צוריקגעגאנגען זיין א צומישטע בחור׳ל וואס ציילט יעדן שקל, אבער די זיסע זכרונות זענען מיר טיעף איינגעקריצט אין די ביינער. איך געדענק נאך יענעם זומערדיגען שבת וואס כ׳האב מיך פארקילט אין חברון (יא, אזוי קאלט איז געווען ביינאכט), איך בין געשלאפן אין דירת המערות און געטראפן דארט דער איד צו דער בלאט פון א צוויי וואכן פריער 😂 😂, א מזרוח׳ניק/ברסלבער האט מיר געשלעפט שבת צופריה צום מעיין אברהם אבינו, און פארשטייט זיך די שבת נאכמיטאג שפאציר אינעם אראבישן מארק אין באגלייטונג פון די מיליטער. איינם פון מיינע פעיוואריט פלעצער איז געועון די כותל, גאנצעטע טעג פלעג איך מיך ארומדרייען דארט, שטיין ביים בודקע לייגן תפילין פאר׳ן עולם, שמועסן מיט טוריסטן פון אלע סארטן גלויבנס און קריסטליכע דענאמינאציעס, כ׳האב אפילו אמאל באגעגנט דארט די פאטריארך פונעם קאפטישע קירכע. כ׳האב אמאל שפאצירט ארום בית אל וואו יעקב אבינו האט כלומפרשט גע׳חלומ׳ט פונעם לייטער, האב איך מיך אנגעשטויסן אין אן אזיאנער טוריסט, אויף מיין פראגע אין וועלכע לאנד ער וואוינט זאגט ער מיר אז ער קומט פון קארעא, וועלנדיג איהם אונטערציפן האב איך איהם געפרעגט וועלכע קארעא, צפון צו דרום, האט ער זיך צובייזערט. 😂 😂 😂

די אראבישע יונגאטשעס אין אלטשטאט וואס שפייען און פרובירן איבערווארפן דורך אויסשטרעקן א פוס דארף מען איגנארירן, אז נישט קען עס גיין ביז פעטש, אבער אז מ׳קען נאכדעם זאגן אז מ׳האט געכאפט א זעץ אין פנים פון אן אראבער האט זיך עס געלוינט 😃 . די טבילות אינעם שילוח און די טוריסטן וואס האבן געכאפט בילדער פון גופי הקדוש איז געווען א טשיקאווע איבערלעבעניש. דער אראבער וואס האט ארויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאפ און מיר געבענטש ביים שילוח איז אויך זיס געווען.

שבת אין בארדיטשובער שול אין צפת איז געווען ממש מעין עולם הבא, איך ווייס נישט צו ס׳איז יעדעס וואך אזוי, און צו ס׳גייט נאך בכלל אן היינט צוטאגס, אבער די רענדאם קיבוץ פון בחורים וואס האט זיך דארט מתקבץ געווען יענעם שבת ויקרא וואס איך בין געווען דארט איז געווען פאר די בוקס. (ערב שבת ויקרא יענעם יאר איז אויך אויסגעפאלן ערב ראש חודש ניסן און ס׳האט זיך געטוהן א געגייעכץ צום קבר פון רבי לייב בעל היסורים ווייל ס׳איז געווען ערב שבת ערב ראש חודש, פרעג מיר נישט מה ענינו, איך גלייב אז ס׳שטייט שוין געשריבן ערגעץ אין עפעס א ספר אז ס׳דא אן ענין אין דעם.) נאדבורנער רבי פון צפת מיט זיינע קוריאזע מקורבים איז א מסכת פאר זיך, אויב יענער נאדבורנער תושב וואס האט מיר אנגעשריגן פארוואס איך קום צוריק יעדעס מאל איך באזוך צפת און אז איך זאל מער נישט צוריקקומען ווייל איך בין איהם מכשיל מיט הירהורים ליינט וואס איך שרייב דא זאל ער וואוסן אז איך געדענק איהם נאך. 😃 (למעשה בין איך צוריקגעקומען נאך איין מאל ביי מיין שפאציר מים לים און כ׳האב אויפגעשטעלט מיין טענט אין חצר הבית מדרש און כ׳האב נאכאמאל מכשיל געווען דעם איד מיט׳ן זיין א מהרהר אחר רבו.)

שבת אין יצהר וואו יעדער קומט צו דיר עקסטער מיט א שמייכל גרייט איינצושלינגען א באנאנע זאגן ״גוט שאבעס״ איז פאני געווען, שוין, האב איך זוכה געווען פרייליך צו מאכן נאך אפאר אידן.

למעשה האבן זיך מיינע חברים פארעלטערט אבער איך בין געבליבן דער זעלבער אכצן יעריגער בחור מיט אן סורפלוס פון ענערגיע וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער מיט די יארן כמעיין המתגבר, שוין, בין איך געבליבן איינער אליינס, זאל עס זיין כפרות עוונות. בין איך זיי מכיר טובה אויף די פאר יאר וואס זיי זענען מיר געשטאנען צו דער האנט און האצקענען האצקע איך ארום מיט אינגערע חברה. אזוי צו אזוי האצקעט זיך עס נישט אין אמעריקע ווי אין ארץ ישראל.

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:26 am

· #484467
..נמחק

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 9:19 am

· #484486
רביה"ק זי"ע: זייער שיין. אויף אלע אידן געזאגט. נאר איך מיין אז דו ביסט סטאק געווארן אינמיטן פון פסוק..."שמח בחור בילדותך"... נאר געדענק, אז ס'איז דא א סוף פסוק אויך. דערווייל וועט דיך דער פאסיק און די (סייז) הויזן און העמדער דערמאנען אז די יארן רוקן זיך...!

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 10:47 am

· #484500
טאמבי, דער ערשטער ווארט אינעם קעפל האשכול קען מען אפליינען אויף דריי וועגן, דו האסט בוחר געווען איינס פון זיי.

yn.NY » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:37 pm

· #484582
רביה''ק זי''ע
yn.NY
berlbalaguleh
פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

👍
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!... 😂

כ׳האף אז הורדוס פלאקערט טאקע אין גיהנום.

די הייליגע רבי זי"ע נעמט זיך אן פאר זיינע תלמידים הקריים בנים...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:55 pm

· #484609
צ/ק

איינמאל אין צוויי חדשים איז דא א נסיעה פון אפאר באסעס צום קבר פון יוסף הצדיק אין שכם אין באגלייטונג פון דאס מיליטער. מ׳דארף זיך נאכפרעגן ביי די אלצווייסער די נאמבער וואס מ׳דארף רופן זיך איינשרייבן.

מ׳קען זיך אריבערכאפן קיין שארם א׳שייח, א שיינע רעזארט שטאט אין סיני, הגם טעכניש איז עס אונטער מצרישע הערשאפט.

מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:01 pm

· #484703
גיי וואוין מיט די נוער הגבעות פאר א טאג צוויי, וועסט דיך פילן ממש ווי די ארגענעלע ציונים, די מקימי המדינה.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:17 pm

· #484713
זיי זענען וואוילע אידן. און גרויסע מכניסי אורחים. און ערליך. נאר (אפשר) א ביסל צודרייט. אזוי זעהט מען אויס ווען איינער איז משוגע לאותו דבר...בקיצור. אן עקסטרעמיסט...!

תרמב » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 11:40 am

· #484753
איך זעה אז די עולם האט פיין געטשילט לערנענדיג אין ישראל, איך האב נישט געהאט די השגות, די איינציגסטע אוואנטורע וואס איך האב געטון איז געווען אריבערקראסן ככר השבת ווען די לייט איז געווען רויט..... אדער שפאצירן אויף רחוב חומה השלישית ציווישן די פראים....

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 3:28 pm

· #484767
תרמב: ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האביך נאר געזינגען מודה אני מיט מיין רבי...!

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 4:26 pm

· #484774
רביה''ק זי''ע
צ/ק

איינמאל אין צוויי חדשים איז דא א נסיעה פון אפאר באסעס צום קבר פון יוסף הצדיק אין שכם אין באגלייטונג פון דאס מיליטער. מ׳דארף זיך נאכפרעגן ביי די אלצווייסער די נאמבער וואס מ׳דארף רופן זיך איינשרייבן.

מ׳קען זיך אריבערכאפן קיין שארם א׳שייח, א שיינע רעזארט שטאט אין סיני, הגם טעכניש איז עס אונטער מצרישע הערשאפט.

מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.


סאיז דא א כניסה יעדע ערב ראש חודש קיין שכם אנגעפירט דורך מנהלת קבר יוסף אחוץ יעצט וואס "בגלל קורונה" זענען זאכען נישט מסודר
כדי זיך איינצושרייבען קען מען רופען 02-3011700/02-9999700

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 5:00 pm

· #484776
איך פערסאנעל האב די בעסטע ליב געהאט א שבת וואס איך האב פאברעגט אין "קדיתא" עס איז 12 מינוט צי פארן פון מירון אבער 2 אנדערע וועלטען !
די עולם דארט ביישטייט פון אלע סארטען מענטשען פון ליטוואקס ביז חילונים אבער אלע מיט איין ציל זיך נישט צי באנוצען מיט טעכנעלאגיע וואס איז ערפונדען געווארן די לעצטע 200 יאר!.
די ביסל עלעקטעריק וואס א חלק מענטשען האבען יא איז פון א קליינשיגע סאלער פאנעל אוןיפן דאך.
די איבריגע לעכטיקייט קומט פון לעכט.
די מאטראצען וואס מהאט אונז פארדינגען איז באשטאנען פון א "פעלעט" (יא די איך מיין די האלץ וואס מניצט פאר דעליוועריס)און א לאלעך אויף דעם.
און אויפגעוועקט האבין מיר זיך פון די הינער און הויף.
און אלע דארט זענען פאראייניגט מיט האס אקעגן די מדינה פארן נישט וועלן ארקענען זייער שטח אלס לעגאל.

אבער די טעם פון זינגען לכה דודי מיט ארום צענדליגע ליכט וואס ווארפט א גאר בלאסע שיין און מיט מענטשען וואס קוקען אויס ווי זיי זענען אראפגעפאלן דאהי פון 200 יאר צוריק.
און שבת צופרי קאווע מיט קאווע וואס איז צישטויסען געווארן אין "שטייסעל"
(די זעלבע אין וואס מהאט געמאכט די קטורת) און מיט מילך וואס סאיז אקארשט געמאלקען געווארן פון די דארף קיען קען איך נישט פארגעסען!.

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 7:35 pm

· #484783
berlbalaguleh
תרמב: ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האביך נאר געזינגען מודה אני מיט מיין רבי...!


ערעב בערניו: ס'נאך נישט צי שפעיט, גיי נעם דיך צאם מיט @רויטע וואנצעס און @אנאנים מיט נאך אפאר אלטע ניקים, כאפטס ענק אריבער קיין איזראעל, האקטס א לעיבן.

בערל פאוסט אפאר פיקטשערס נאכדעים, איך מיז זעין ווי די מאכסט שביל מים לים אדער שלאפסט איבער ביי די נוער גבעות.

ב.ט.וו. אפשר מאכט מען עפעס א צאמקים פון תושבי הקאווע צימער, לאמיר זיך אלע טרעפן אין א רעסטאראנט, איך מיין ס'גייט זיין לעבעדיג, ווער איז אין?

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 9:09 am

· #484830
קהל'ס נער: איך מיין דו וואלסט נישט געוואלט מיטקומען מיט מיר פאר א (ווילדע) רייזע קיין ארץ ישראל.

צום כותל (דער נארישער בלאט שרייבט עס אין קוואוטעישן מארקס. כאילו ס'גייט בטל ווערן ווייל זייער קליענטור טוט עס נישט אנערקענען. לאל.) זיכער. נאר אפשר אויך קיין (להבדיל) אילת. אויך א סטאפ אין א רעסטאראנט צו קויפן א גוטן, געשמאקן טונא סענדוויטש אויף א פרישן ראלל מיט פוטער. מיט אמעריקען טשיעז (גבינה צהובה, ווי מ'רופט עס אין די טמא'נע מדינה אויף די טמא'נע שפראך.) און אפשר א טאמעיטא'לע (עגבניה) אריינגעשניטן. שוין. דאס (און נאך א פאר אנדערע , שאי אפשר לפורטם (אפשר, אין מאחורי) זענען מיינע תאוות היינט צו טאג...!

טיכטיגער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:41 pm

· #485154
snorkeling in Eilat

ים רויבער » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 10:14 pm

· #488009
רביה''ק זי''ע


מ׳קען זיך אריבערשווערצן די גרעניץ קיין סיריע, שוין געווען אמאל א שמועס דא אין שטיבל דערוועגן.

איינער מיט א לינק ביטע

פאליטיקאנט » מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 11:34 pm

· #488014
Re: פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס
א פשוט'ע שפאציר אויף רחוב החומה השלישית (ברלנד)

ברוינשטיין » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:13 pm

· #489328
Re: פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס
אויב האסטו צייט, כאפ דיר ארויף אויף אגד באס 451 קיין אשדוד.
די וועסט בייוואוינען סצענעס וואס מען זעהט ניטאמאל אין טעאטער

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

good news » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:15 pm

· #489329
ווי למשל?

Nanach » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 4:21 am

· #489429
ברוינשטיין
אויב האסטו צייט, כאפ דיר ארויף אויף אגד באס 451 קיין אשדוד.
די וועסט בייוואוינען סצענעס וואס מען זעהט ניטאמאל אין טעאטער

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

זיי דיר מסביר ביטע (איך האב קיינמאל נישט גענומען די באס, ווי ווייט איך געדענק)

צפת » זונטאג מערץ 26, 2023 11:02 am

· #519657
???