☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #14895

אשכול אן א טיטל #14895

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14895
בלאט: 1 2

אוהב ספרים » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 7:09 pm

· #484604
דאס איגנארירן פון ביקור הרב דוב לנדא האב איך נישט גזעהן אז עס זאל אזוי שטארק שטערן

בעל דרשן » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:29 pm

· #484611
מהאט עס בכלל איגנארט?

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:42 pm

· #484613
אוהב ספרים
דאס איגנארירן פון ביקור הרב דוב לנדא האב איך נישט גזעהן אז עס זאל אזוי שטארק שטערן

נישט געווען איגנארירט בכלל. געווען שיינע בילדער איבעראל.

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 8:44 pm

· #484614
בעל דרשן
אלע גייען אים דעקן חוץ אפשר די וואך וואס שרעקט זיך פון טעראר

די וואך שרעקט זיך נישט פון טעראר, נאר זיי באקומען אפשר די מערסטע געלט...

איך בין 99 פראצענט זיכער אז א בליק גייט נישט דעקן רבי שאול, און 100 פראצענט זיכער אז דער בלאט גייט נישט האבן קיין ווארט פון רבי שאול, כידוע. עמער זען ווער ס'איז גערעכט.

ליב צו וויסן » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 7:05 am

· #484650
berlbalaguleh
ליעב צו וויסן: ס'איז אבער דא א ..."באטטאם ליין"... א אונטערשטע שורה וואס א יעדער ארויסגעבער פון א צייטשריפט מוז נעמען אין באטראכט. ס'איז זייער א שיינע זאך צו האלטן זיך צו פרינציפן. אבער דער מענעדזשער, מנהל, אדמיניסטראטאר, וכו' מאכט זיך א חשבון צי ער וועט קענען באצאלן די ארבעטערס און די ביללס. אויב ער גייט שאדן האבן א גרויסן אקאונט, וועט ער צומאל מוותר זיין אויף די פרינציפ.

איכ'ל דיר ברענגען א משל (וואס איז נישט אינגאנצן, נאר א ביסל ענליך.)

איך בין פונקט געווען אמאל אין א סטאר און כ'האב צוגעהערט א שמועס וואס דער בעה"ב פון יענע סטאר האט געהאט. ס'האטציך געהאנדלט וועגן א זייער גוטע קאסטומער וואס האט צוריקגעברענגט א (טייערע) מאשין. זאגנדיג אז ער האט עס געקויפט צובראכן. דער בעה"ב האט געוויסט 100% זיכער אז דער קאסטומער (אדער זיינע ארבייטערס) האבן עס צובראכן. ער האט אבער געזאגט אז אויב געט ער נישט קרעדיט פאר דעם קאסטומער, וועט ער איהם פארלירן. האט ער ענדערש מחליט געווען צו האבן שאדן א פאר הונדערט דאללער ווי איידער פארלירן א גוטן קאסטומער...!


איך דינג זיך נישט מיט די הנחה.

היכי דמי » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 9:30 am

· #484657
<a class="postlink" href="https://www.boropark24.com/news/haguon-rosh-hayeshiva-reb-shaul-alter-shlit-a-visits-new-york-in-historic-trip">https://www.boropark24.com/news/haguon- ... toric-trip</a>

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:14 am

· #484661
היכי דמי: זייער שיין. איך זעה אז די רבי שליט"א פארט אין ערשטע קלאס. וואדען ? די רעבע 'עט (ח"ו) זיצן לעבן אן אישה, רח"ל מהאי דעתא.!

אויך. אויף די בילדער זעהט מען ווי מהרב"צ מ'באבוב שליט"א גייט סטראקעס אפילו אינדערוואכן. מ'דארף אינפארמירן דעם ראש ישיבה שליט"א וואו מ'קען זיך עס איינהאנדלען דאהי אין אמעריקע...!

מחצה''ק » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:21 am

· #484662
[ציטאט אראפגענומען]

אבי מוציא לעז געווען

טראכטכמוני » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 11:11 am

· #484666
מפיל קינד
איך בין 99 פראצענט זיכער אז א בליק גייט נישט דעקן רבי שאול, און 100 פראצענט זיכער אז דער בלאט גייט נישט האבן קיין ווארט פון רבי שאול, כידוע. עמער זען ווער ס'איז גערעכט.

תרמב » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 12:17 pm

· #484672
לכאורה איז די מעשה אז די אלע נייעס קוועלער וואס האט געהייסן אז זיי גייען נישט דעקן ר' שאול האבן טאקע נישט געפלאנט צו דעקן אבער זיי קענען נישט איגנארירן די צונאמי פון שטיצע וואס ר' שאול האט באקומען פונעם עולם, האבן זיי זיך געמוזט ברעכן, קיינער וויל נישט זיין פון די לאזערס, ספעציעל ווען יעצט קוקט יעדער נאך מי ומי ההולכים.

טראכטכמוני » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 12:34 pm

· #484673
די בלאט און איד העדליינס זענען ממש די זעלבע איך וואונדער זיך צו איין יחצ"ן האט זיי ביידע געשריבען

שושן פורים » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 12:38 pm

· #484674
טראכטכמוני
די בלאט און איד העדליינס זענען ממש די זעלבע איך וואונדער זיך צו איין יחצ"ן האט זיי ביידע געשריבען

נישט קיין סוד אז די קהילות נייעס פון אנדערע קהילות חוץ סאטמאר אין ביידע צייטונגען ווערן אריינגעשיקט דורך די קהילות און הויפן און ווערן בלויז אפראווד אדער נישט דורך די צייטונג שטאב.

היכי דמי » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 7:37 pm

· #484698
זעה איך אז די וואך האט אויך אריינגעלייגט בילדער

פרימארגען » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 11:31 am

· #485020
א פלא אז קיינער האט נישט דערמאנט די גרעסטע חסידישער נייעס קוואל קול מבשר וואס בויקאטירט ר׳ שאול און איז פארנומען די לעצטע וואך דעקן אלע לוזערס וואס האבן צווישען עלעף און צוויי און צוואנציג חסידים (יוסי געשטעטנער גייט ארויס אויף א רענט יעדער שני וחמישי אנטקעגען די פייק נאז אויף די פלאטפארמע…)אדרבה רופט אריין קול מבשר און לאזט א מעסעדש צי מוחה זיין אויף די צענזאר

תרמב » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 11:33 am

· #485021
זעהט אויס אז ער האט מורא אז די גורע גייען אויפהערן צו רופן קול מבשר, ער כאפט נישט אז זיי קענען נישט קיין אידיש......

היכי דמי » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 11:35 am

· #485022
נישט נאר זלמן, נאר אפילו די קאנטערווערסיאלע שמעלצער און דרעזדנער וואס רעדן איבער יעדע נושא, איגנארירן די נסיעה. זיי רעכענען אויס אלע אדמורים וואס זענען דא אבער קיינער האט זיי פונקט נישט מודיע געווען איבער רבי שאול'ס נסיעה.

היכי דמי » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 11:36 am

· #485023
אינטערסאנט אז איי וועלט האט א באזונדערע אשכול.

די קאסאן הילקרעסט קאמפיין איז פארמעקט געווארן פון דארט

בעל דרשן » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 11:51 am

· #485025
עקעלהאפטיג אז קול מבשר צו אנדערע פלאטפארמעס דערמאנען דעס נישט
סאיז צום האפן אז די אויסגאבעס וועלן עס דעקן אין גרויסן

תרמב » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 3:09 pm

· #485043
ר' שאול ווערט זייער שיין געדעקט אין די פרייע מידיא, א לינק צו א אויסצוג פון כאן 11
<a class="postlink" href="https://twitter.com/kann_news/status/1457755633306976258">https://twitter.com/kann_news/status/14 ... 3306976258</a>

נפה » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 3:15 pm

· #485044
תרמב
ר' שאול ווערט זייער שיין געדעקט אין די פרייע מידיא, א לינק צו א אויסצוג פון כאן 11
<a class="postlink" href="https://twitter.com/kann_news/status/1457755633306976258">https://twitter.com/kann_news/status/14 ... 3306976258</a>

אזוי ווי יעדע נייעס ארום גור און בפרט ווען מען רעדט פון א מחלוקה

שעפסעלע » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:26 pm

· #485150
כמיין אז סאיז א טעות, כהאב געטאן היימארבייט און אריינגערופן צו קולמבשר, למעשה הערעך נעכטן צופרי ביי די נייעס וועגן הגאון רבי שאול שליט"א און פארלאפענע דינסטאג ווען ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק האט דער ווידער א נייעס דערוועגן.
כווייס נישט קלאר וואס די געטואכטץ איז דא

קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:40 pm

· #485153
היכי דמי
נישט נאר זלמן, נאר אפילו די קאנטערווערסיאלע שמעלצער און דרעזדנער וואס רעדן איבער יעדע נושא, איגנארירן די נסיעה. זיי רעכענען אויס אלע אדמורים וואס זענען דא אבער קיינער האט זיי פונקט נישט מודיע געווען איבער רבי שאול'ס נסיעה.

אז זיי גייען עס נישט דערמאנען נעקסטע וואך ביי זייער שמיעס און איך גלייב אז זיי גייען אבער אויב נישט גייען זיי זיין אין הייס וואסער

טיכטיגער » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 6:44 pm

· #485155
היכי דמי
נישט נאר זלמן, נאר אפילו די קאנטערווערסיאלע שמעלצער און דרעזדנער וואס רעדן איבער יעדע נושא, איגנארירן די נסיעה. זיי רעכענען אויס אלע אדמורים וואס זענען דא אבער קיינער האט זיי פונקט נישט מודיע געווען איבער רבי שאול'ס נסיעה.


נישט ריכטיג. זיי האבן עס דערמאנט א וואך בעפאר אז ער קומט.

די איינציגסטע וועלכע איגנארירן עס אצינד איז די מידיע אין ארץ ישראל. בחדרי חרדים, האט געהאט א באריכט וועגן א טוויט וואס א פרייער בלאגער האט געשיקט אז מען זאל פארגאזן דעם טענט (פונעם ר"י) מיט די טויזנטער אידן, האבן נאר געשריבן אז א בילד פון א געוויסע חסידות...

ענגלישע משפחה האט א שיינער ארטיקל די וואך. שאלה איז אויב די העברעאישע אויסגאבעס און צייטונגען וועלן האבן, ווארשיינליך נישט

היכי דמי » דינסטאג נאוועמבער 9, 2021 8:10 pm

· #485166
📎 C647ED80-487A-4076-AE0A-FA9D8C8DB88C.jpeg

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 8:14 am

· #485205
moneyminded
מפיל קינד
וואס איז מיט די טעראר אז קיין איין אויסגאבע דעקט נישט הגרח"צ מייזליש אב"ד סאטמאר בני ברק? די בילדער מאגאזינען האבן די זעלבע לחץ פון סאטמאר נישט צו לייגן קיין שום בילד פון הגרח"צ און זיינע מעמדים, און זיי באקומען פיין באצאלט דערפאר!!

איך צאל 7 דאלער פאר א מאגאזין, וואס באקומט באצאלט וואס אריינצולייגן און וואס נישט! איך האב געהערט ממקור ראשון, אז א בליק האט באקומען 40 אלפים פון גור נישט צו דעקן רבי שאול פאר איין יאר. מסתמא די וואך און אנדערע באקומען די זעלבע סכומים אדער נאך אסאך מער. דאס איז נעקסט לעוועל צענזור און מאניפולאציע.

די וואך האט זיך געעפנט ווייל אנדערע מאגאזינס האבן נישט געוואלט דעקן באבוב 45, און יעצט טוען זיי די זעלבע צו אנדערע חצרות. שוין צייט ס'זאל ארויסקומען כאטש אנליין אויסגאבעס אדער טעליכע אימעילס וואס זאלן דעקן די נרדפים און אזוי וועלן די גרויסע באקומען לחץ און אויך מוזן דעקן יעדעם גלייך.
די בליק און די וואך האט יא עפעס אסאך מאל פיקטשערס פון מהרח"ץ מייזליש

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


פאריאר ווען ער האט חתונה געמאכט האבן אלע עס באריכטעט און גערופן "ראש ישיבת סאטמאר ב"ב" אפילו דער איד האט אים באריכטעט
אויסער די בלאט, אבער קיינעם אין כת מהר"א איז נישט אנגעגאנגען אז מ׳ באריכט עס

בעל דרשן » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 10:02 am

· #485211
די איזרעלי אויסגאבעס האבן נאך מורא..

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 3:58 pm

· #485230
מאמענט פלאס האט רבי שאולס שבת אלס קאווער סטארי.

צפרדע » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 6:39 pm

· #485242
סך הכל אז די צייטונגען אין אמעריקא האבן זיך ב"ה נישט געבראכן פאר טעראר, אבער מען דארף פארשטיין, אז אין ארץ ישראל איז עס קעש, זיי זענען מער און א שעת נסיון צו זיי זאלן דעקן די נסיעה צו נישט. זיי וועלן טאקע כאפן קלעפ.. כ'וויל נאר ארויסברענגען אז קיינער זאל נישט צוגלייכן אמעריקא VS א"י, ס'איז אינטערסאנט וואס די אמעריקאנע צייטונגען וואלטן געטוהן אויב וואלטן זיי געווען דארט.
אזוי איז דא ביי נאך זאכן, ווי נעמען געלט פון די מדינה, ס'איז זייער שיין צו שטיין פון דערווייטנס און שרייען אז מען נעמט נישט געלט וכדו' און שוקן געלט קיין א"י אויסהאלטן אנדערע.. מען דארף וויסן ווי אזוי וואלט געווען ווען מיר זענען דארט, מיט אלע בניני המוסד, מיט די גאנצע סיסטעם וואס מיר וואלטן געטוהן.
בלאט: 1 2