כ'וויל מאכן די 'סליוו'
כ'וויל מאכן די סליוו, אזויווי די לעפ-בענד.
[כ'ווייסנישט צו ס'שוין געשטאנען דא דערוועגן. אפשר קענט איר מיר צופירן צו דעם נושא
וואס איז דעיס? אזוי די בענד? צו פארלירען וואג?
יא, נאר ס'מער ערענסטער, מ'שנייד אראפ א שטיקל מאגען, אנשטאט עס בינדן מיט א בענד, און ממילא קען מען עס נישט נאכדעם מאכן צוריק גרעסער און קלענער
מנשה טו עס נישט צו אינז!!!! קענסט דיך פארשטעלען א דארע מנשה........ וועסט פארלירען די גאנצע חן.....
דאס איז איינע פון די ספיקות, אבער מיין געזונט שטייט פאר די סארט זייטיגע דאגה.
פארוואס נישט גיין מיטן לעפ בענד?
די לעפ בענד איז שנעלער דא א ברירה צו טשידען
די ריזיקעס זענען קלענער, און ס'טשידט זיך נישט אזוי פשוט, (איינער פון מיין משפחה האט געמאכט דעם בענד) אויב דו ווילסט פארלירן דאן גייט עס. און נאך אזאך איינמאל מ'גייט אדורך די גאנצע אפעראציע - וואס איז זייער נישט גרינג געווען - ווילסטו שוין נישט האבן דאס אדורכגעגאנגען פאר אומזינסט, און דאס אליין גיבט דיר דעם שטופ אנצוהאלטן.
מנשה, טוה עס נישט.
עס איז שוין יא דא איין איינציגע איד וואס האט די קלארע מסורה און אמונה, פונקטליך ווי איין און ווי אויס, זאל שוין זיין ווי מער פונט פון דעם איד......
אפשר וועט מען ארויסשניידן אסאך קרעפ וואס מען האט אריינגעלייגט אין אים..
ס' הייסט אז די בענד איז ווייניגער ריזיקעס אבער אין די הייניטיגע וועלט איז אפילו די אריגינאלע בייפעס אסאך מער פארזיכערט ס' עפנט זיך שוין היינט נישט ווי אמאל און די סליוו איז שוין כמעט די זעלבע ווי די בענד און לעומת זנ האט עס אסאך מעלות וואס די בענד האט נישט
ווער האט א לינק ווי מ'קען לייענען דערוועגן
צו זיין קלאר, איך האלט נאך אלץ פון מייזעלס דייעטע
נאר וואס דען.
לויט די אומשטענדן וואס איך האב, וועט לכאורה די סליוו זיין גרינגער, און נאכאלץ גיין אינעם דייעטע פון מייזעלס, אבער ס'וועט גרינגער ווי ביז יעצט.
כ'האב געהאלטן מייזלעס דייעטע צוויי יאר, און כ'האב געזען אז איך טשיד צו סאך. צוליב געוויסע סיבות, איך האף צו מאכן א ברייטערע באשרייבונג נאכן אפעראציע, דערוועגן.
מיטן אייבירשטנס הילף האף איך מצליח צוזיין, און ממשיך זיין צוזיין געזונט
פארוואס פרעגסטו נישט דעם רבי'ן ער קען די זאכען
מ' קען נישט מישן די צוויי, ס' צוויי אנדערע זאכן (הגם איך קען נישט מייזעלס דייעט אבער איך מיין אז ס' געבעסט אויף עטקינס דייעט וואס הגם איך האלט זייער פון עטקינס דארף מען נאכן סליוו טוהן זאכן וואס זענען דירעקט בניגוד לזה