☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » געזוכט אן אלטן קונטרס'ל

געזוכט אן אלטן קונטרס'ל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14875

סאנטיאגא » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 6:17 pm

· #483160
געזוכט אן אלטן קונטרס'ל
כ'האב געטראכט קודם צו פרעגן אין ספרים שאנק. אבער ס'קוקט נישט אויס געאייגנט. ס'איז אמאל ערשינען א רויטן קונטרס מיט די נאמען כנגן המנגן אויב דענק איך גוט, האט עס געהאט א בילד פון א פידל צו א הארפ. ס'איז געווען בעסיקלי א קאלעקציע/ליקוט איבער די כח הנגינה און ווארשיינליך מיט אן אגענדע אראפצורייסן די היינטיגע מאדערנע נעגינאם... האט איינער א פידי פ' אדער א פיזישן קאפי? ולמצוה גדולה...

בן נון » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:37 pm

· #483163
איך געדענק די קונטרס פון מיין טאטנס ספרים שאנק כגעדענק ער שענקט אוועק אשיין ביסל פון זיין צייט מברר צו זיי אז די הארא טאנץ איז אסור וכו’

תוהו ובוהו » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 7:44 pm

· #483164
Re: געזוכט אן אלטן קונטרס'ל
כ'געדענק אז ער ברענגט סייענטיפישע ראיות אז טאמאטעס וואקסן גאר גוט ווען זיי הערן יו''ט ערליך, און גאר שלעכט ווען זיי הערן ליפא שמעלצער.

מצפצף » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:24 pm

· #483171
כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:01 pm

· #483176
יאפ, געדענק מיר עס...ער צונעמט אלע זינגערס, אנגעהויבן ביי 8 דעי, גענדיגט ביי די עבירה און חומרא סאנג....

מפיל קינד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:14 am

· #483192
אזויפיל געדענק איך אז די דעקל פון דעם קונטרס איז אויג פארכאפנד.

אויך אז ער ברענגט דארט אסאך ציטאטן פון ר' אבא חייא טויבער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:29 am

· #483195
בן נון
איך געדענק די קונטרס פון מיין טאטנס ספרים שאנק כגעדענק ער שענקט אוועק אשיין ביסל פון זיין צייט מברר צו זיי אז די הארא טאנץ איז אסור וכו’

בן נון: נו, ס'איז דאך נאך דאמאלס נישט געווען קיין סמארט פאונס. און אנדערע טמא'נע כלים. דער אייבישטער האט געהאלפן, ב"ה אכשר דרא. היינט איז דא כלים מכלים שונים אויף וואס מ'קען האקן...!

נומער5 » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:33 am

· #483196
מצפצף
כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.

יעצט שוין פארנומען מיטן עפענען א היימישע אידישע פייער דיפארטמענט אין מאנסי

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:59 am

· #483221
די קונטרס איז אוועילעבל דא און דא איז חלק ב'

סאנטיאגא » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:58 pm

· #483378
ליטוואק פון בודאפעסט
די קונטרס איז אוועילעבל דא און דא איז חלק ב'

Wow שכח ליטוואק!!
ס'איז מיר א כבוד צו ווערן געהאלפן ביי אזא אנגעזעהענע יושב אוהלים אין שטיבל ווי דיר!

קען מען עס אויף עפעס אן אופן מאכן צו א פידיעף טאמער דיסיידט דער בעל הזייטל דאס אראפצונעמען פון איין טאג אויפן צווייטן?

סאנטיאגא » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:02 pm

· #483379
מצפצף
כמדומה אז ר' יחזקאל ווייס ר"י אור תורה שאץ האט עס מחבר געווען.

טאקע? איז ער נישט א ברייטביינערדיגער מיט א לענגליכיג בארד און בעלזא פיאות?

טאהש'ער אייניקעל » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 2:49 am

· #483518
סאנטיאגא

גא"מ